בלאט 1 פון 1

"די פרייז איז אראפ צוליב..." איז דא אזאנס?

געפאוסט: זונטאג סעפטעמבער 03, 2023 4:02 pm
דורך דער תהלים איד
מ'הערט אמאל אז "די פרייז פון קאר סערוויס איז ארויף צוליב די געז פרייזן".

און? ביי דעם בלייבט עס. די געז פרייז פאלט צוריק אראפ אבער א טריפ קאסט נישט ביליגער.

אדער, "די פרייז פון מילכיגע פראדורקן איז ארויף" צוליב קאוויד אישוס, כווייס...

און? ס'קיינמאל צוריק אראפ.

"די פרייז פון הארדווער איז ארויף" צוליב די קאנטעינאר שיפינג קריזיס.

און ביי דעם איז עס געבליבן.

*

אבער כפי הנראה איז דאס נאר נוסח אמעריקא! אין אייראפע, ספעציפיש, אין אנטווערפן, גייט עס אנדערש. א יאר צוריק איז מען ארויף מיט די מקוה פרייזן, ווייל די פרייזן פון הייצונג איז ארויף.

יעצט קומט א מעלדונג אז היות די פרייזן זענען צוריק ווי אמאל, גייט אויך די מקוה צוריק צום אמאל!

פארפאלן, דאס פארדינט א באגריסונג, און יא, א אשכול.

Re: "די פרייז איז אראפ צוליב..." איז דא אזאנס?

געפאוסט: זונטאג סעפטעמבער 03, 2023 5:22 pm
דורך צייטווייליג
טאקע מורא’דיג!

Re: "די פרייז איז אראפ צוליב..." איז דא אזאנס?

געפאוסט: זונטאג סעפטעמבער 03, 2023 5:25 pm
דורך רעגענדיגע זונטאג
כה לחי.

Re: "די פרייז איז אראפ צוליב..." איז דא אזאנס?

געפאוסט: זונטאג סעפטעמבער 03, 2023 6:03 pm
דורך צווייזייטיג
דאס איז מהר"א אדער מהר"יי?

Re: "די פרייז איז אראפ צוליב..." איז דא אזאנס?

געפאוסט: זונטאג סעפטעמבער 03, 2023 7:12 pm
דורך וואוילער
יא, ליידער א גרויסע פראבלעם אז ס'גייט נאר one way

Re: "די פרייז איז אראפ צוליב..." איז דא אזאנס?

געפאוסט: זונטאג סעפטעמבער 03, 2023 7:12 pm
דורך דער תהלים איד
צווייזייטיג האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 03, 2023 6:03 pm דאס איז מהר"א אדער מהר"יי?
למען האמת... איי העוו נאו איידיע.

Re: "די פרייז איז אראפ צוליב..." איז דא אזאנס?

געפאוסט: זונטאג סעפטעמבער 03, 2023 7:40 pm
דורך טובי' שרייבער
צווייזייטיג האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 03, 2023 6:03 pm דאס איז מהר"א אדער מהר"יי?
וואס'א'חילוק?.. נישט דאס איז די פוינט...

אין קורצן, הלוואי זאל ווען זיין אזא זאך... דא גייט אלעס ארויף, און וועט לכאורה אנהאלטן ארויפצוגיין... נישטא קיין שום סיבה ס'זאל צוריק אראפגיין... (צורך פרנסה...)

Re: "די פרייז איז אראפ צוליב..." איז דא אזאנס?

געפאוסט: זונטאג סעפטעמבער 03, 2023 9:38 pm
דורך וואסאפשט
טובי' שרייבער האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 03, 2023 7:40 pm
צווייזייטיג האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 03, 2023 6:03 pm דאס איז מהר"א אדער מהר"יי?
וואס'א'חילוק?.. נישט דאס איז די פוינט...

אין קורצן, הלוואי זאל ווען זיין אזא זאך... דא גייט אלעס ארויף, און וועט לכאורה אנהאלטן ארויפצוגיין... נישטא קיין שום סיבה ס'זאל צוריק אראפגיין... (צורך פרנסה...)
אגב שטייט נישט הגה"ק
דעמאלטס לכאורה מהרי"י

Re: "די פרייז איז אראפ צוליב..." איז דא אזאנס?

געפאוסט: זונטאג סעפטעמבער 03, 2023 11:27 pm
דורך צווייזייטיג
איך מיין אז מהר"יי האט נישט דערווייל אזא שיינע ביהמ"ד אין אנטווערפן.
זיי גייען עס הערשט יעצט איבערבויען שיין.

Re: "די פרייז איז אראפ צוליב..." איז דא אזאנס?

געפאוסט: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 12:58 am
דורך טראפקעלע
געווען ביי א דרשה ווי ר' יונתן שווארץ האט געזאגט אז כהיום איז שיפונג שוין כמעט צוריק צו די געהעריגע פרייזן, און ביי די היי יעריגע פסח קעטעלאג איז ער אראפ מיט די פרייזן!!
אויך געהעאט פון א שיך געשעפט וואס איז אראפ מיט די פרייז צוליב די שיפונג וואס האט זיך שוין מער ווייניגער בארוהיגט!!

אשרי להם!!


ס'איז א עולה נורא די גערייטכאטס אויפן ציבור!!!!

Re: "די פרייז איז אראפ צוליב..." איז דא אזאנס?

געפאוסט: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 2:35 am
דורך Programming
די עכטע שאלה איז פארקערט, וואס מאכט די אלע פארקויפער שפירן אז זיי מוזן האבן די 'דעקונג' אז די קאסט פרייז איז ארויף בכדי צו מעגן ארויף גיין? ווייניג מאל גייען געשעפטן און פארקויפער ארויף מיטן פרייז סתם אזוי אן קיין תירוצים? די איינציגסטע זאך וואס האלט זיי אפ פון ארויף גיין איז אויב לכבוד די העכערע פרייז וועט זיין ווייניגער סעילס, און דער נעט פראפיט וועט נישט זיין צופיל.

נקוט האי כללא בידך: אייער און טאמאטעס לייגט מען נישט ארויס קיין געמאכט התנצלות צעטלעך ווען די פרייז גייט ארויף, און די סיבה איז פשוט, עס איז גלוי לכל אז ווי נאר די האלסעיל פרייז פאלט, וועלן די פרייזן אראפ גיין. אז דו זעהסט א קאמפאני ארויס לייגן א גאנצע ערקלערונג פארוואס ער גייט ארויף צוליב די שטייגנדע פרייזן וכו' וכו' וכו' קענסטו זיין זיכער אז דער באשלוס האט גאנץ קנאפ צוטאן מיט די מאמענטאלע טוישונגען, נאר ער האט באשלאסן ארויף צו גיין (גאנץ מעגליך אז זיין ארויף גיין איז געבויט אויף די שאצונג אז ער מוז עס טון אין די לאנג ראן צו קענען פארבלייבן פראפיטעבל, און אפט קומט דאס טאקע נאך א לאנגע צייט וואס ער האט פרובירט צו בלייבן מיט די נידעריגערע פרייזן אבער יעצט זעהט ער אז עס מאכט מער נישט קיין סענס פאר אים פינאנציעל צו בלייבן מיט די נידעריגערע פרייזן. מען דארף נישט אלעמאל חושד זיין אידן אין געלטגייציגקייט), און ער נוצט פשוט אויס דעם רוח אין די גאס אז יעצט איז דאס 'אקעי'.

Re: "די פרייז איז אראפ צוליב..." איז דא אזאנס?

געפאוסט: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 8:03 am
דורך אסמכתא בעלמא
עפעס זאגסטו.

Re: "די פרייז איז אראפ צוליב..." איז דא אזאנס?

געפאוסט: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 10:33 am
דורך אלף טויב
א שוכר איז אויך ערלויבט צו מעגן שבת מאכן! נעם אין אכט ער איז נישטא לשם מצוה אפי' ער טוט אסאך חסד, עס איז בכלל נישט קיין פראבלעם שאר דיר אויך ארויף דאס ארבעל...

#מיין מיינונג

Re: "די פרייז איז אראפ צוליב..." איז דא אזאנס?

געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 12, 2023 12:48 pm
דורך פייל און בויגן

Re: "די פרייז איז אראפ צוליב..." איז דא אזאנס?

געפאוסט: מאנטאג אפריל 21, 2025 12:56 am
דורך מאטאווירט
שטייטס געשפאנט.

כ’האב געהערט יעצט יום טוב פון א איד וואס פארמאגט א געשעפט, מער אזא היי-ענד געשעפט, אז ס’קוקט זייער אויס ווי לאור המצב גייען פרייזן דארפן גיין אויף אראפ.

ער זאגט אז דעם פארלאפענעם ערב יום טוב סעזאן האבן מענטשן ליבערשט אויסגעקליבן צו גיין אין די ביליגערע בעיסמענט געשעפטן ווי איידער אין די פרעכטיגע טייערע געשעפטן, לאור המצב...

די ביליגערע געשעפטן וועלכע זענען כמעט ארויס פון ביזנעס אין די עפטער-קאוויד געלט-צונאמי, האבן געמאכט שיין יום טוב.