בלאט 1 פון 1

יונגערמאן! שטיי נישט נעבן מיר...

געפאוסט: פרייטאג סעפטעמבער 01, 2023 4:58 pm
דורך איטשע
אין א געווענדליכע פרימארגן זיץ איך ווי טעגליך מיט מיין חברותא אין בית מדרש, (יא דארט ביים שאנק איז מיין פלאץ, און כאפ עס נישט אוועק מארגן!...) קיצור, זייענדיג פארטיפט אינעם ים התלמוד, געב איך א שפרונג אויף ווען מיין רוקן האט געשפירט א הייסע פייכקייט, אייגענטליך האט זיך די קאליר פון מיין ציצית געטוישט צום ברוינע קאליר, כ'געב זיך א דריי אויס מיט אן אימפעט פון רעגעניש, און מיינע אויגן זעהן ווי דער שמויגער האלט שוין ביים אנדערע ווינקל פון בית מדרש, און ער איז זיך שיין קובע מקום, אן צוריקקוקן אויף די חורבן וואס ער האט אנגעזייעט אונטער זיך...

א מין חיה, אביסעלע נערמאלקייט האט ער אויך נישט? מיט גרויס כעס האב איך געלאזט הערן זיין נאמען הויעך ווען א שטילקייט האט זיך אראפגעלאזט אויף אלע לומדים אין היכל הביהמ"ד, און איך שוים ווייטער, און איך נעם זיך שרייען מיט א רויטע געזיכט, "יענקל טענענבוים קום יעצט אהער, און רייניג אויף די זאווערוכע וואס די האסט דא אנגעזייעט" אבער די יונגערמאן הערט נישט! ווי א ליימענע ציגל זיצט ער שוין איבער זיין גמרא!

עס ווערט א רודעריי אין סמעדרעש, געוויסע פרובירן צו לינדערן די שווערע לופט וואס הערשט אין היכל, און קומען מיט טישאס און האנטוכער צו אויפווישן די נאסע פאדלאגע צוזאמען מיט די דורכגעווייקטע ספרים וואס זענען באנעצט געווארן פון דעם רשעות'דיגן קאווע וואס די אייגענטומער דערפון איז אומאחרית'דיג, יעדער האט פרובירט צו מסדר זיין דעם ענין על צד היותר טוב, אבער נאך אלע חשובע יודן האבן זיך צוריקגעזעמט צו זייער לערן ארט בין איך זעלבסט נאך געבליבן נאס און פארקלעבט!

און דא רעדט מען פון די זעלבע יונגערמאן וואס גנב'ט א יעדע שבת די שמאלץ הערינג פון מיין פלאץ, און האט יארצייט פונקט אינעם טאג וואס איך יאג זיך, וכדו'... אין קורצן: ער איז א נודניק! און אויב דו ביסט עס וויל איך דיר זאגן "קענסט זיך אויפפירן ווי א בהמה, אבער קום נישט אין מיין אומגעגנט!..."

Re: יונגערמאן! שטיי נישט נעבן מיר...

געפאוסט: פרייטאג סעפטעמבער 01, 2023 5:09 pm
דורך א קלער
אקעי.. אבער פרייטאג נאכמיטאג? עס איז נישט יעצט א @רעגענדיגע זונטאג

Re: יונגערמאן! שטיי נישט נעבן מיר...

געפאוסט: זונטאג סעפטעמבער 03, 2023 3:16 am
דורך שמעון בן דוד
גוט!!!!

Re: יונגערמאן! שטיי נישט נעבן מיר...

געפאוסט: זונטאג סעפטעמבער 03, 2023 2:47 pm
דורך מאטאווירט
גוט גוט..

זיין גרעסטע פראבלעם איז געוויס דאס גנב’ענען די הערינג. דאס איז א עוון בל יכופר

Re: יונגערמאן! שטיי נישט נעבן מיר...

געפאוסט: זונטאג סעפטעמבער 03, 2023 3:26 pm
דורך דער תהלים איד
אכן, ער שטייט נישט נעבן דיר! ער לויפט נאר שנעל אדורך...

פיין רבי @איטשע, לאמיר אינאיינעם זאגן הריני מוחל, ווייל יענער גייצעך נישט טוישן...

Re: יונגערמאן! שטיי נישט נעבן מיר...

געפאוסט: מאנטאג יאנואר 01, 2024 5:08 pm
דורך בערל דער פייפער
און די ביסט דער וואס האט שמוציג געמאכט נעכטן און אזוי איבער געלאזט?