בלאט 1 פון 1

גלייכט איר היסטאריע?

געפאוסט: פרייטאג סעפטעמבער 01, 2023 1:50 pm
דורך דאפלטער
טייערע אידטיש ליינער,
מיין נושא ווי אימער איך דריי מיר איז היסטאריע, אידישע און אלגעמיינע, אריינקומענדיג אין היסטאריע פארום דא האב איך גלייך באמערקט אז ס'איז דא ווייניג היסטאריע ליב האבער דא, איז מיין שאלה, לוינט זיך מיר אריין צו לייגן כוחות צו אויפבויען די היסטאריע פארום דא ? אדער קיינער ברויכט עס נישט?

אזוי צו אזוי כ'ועל אהער שטעלן א לינק ווען ס'איז דא עפעס פריש אין היסטאריע פארום, אפשר וועט עס א גרעסערע ציבור באמערקן און הנאה האבן
@מאנטרעאל הייב מיר אן?

Re: גלייכט איר היסטאריע?

געפאוסט: פרייטאג סעפטעמבער 01, 2023 1:54 pm
דורך דער תהלים איד
היסטאריע ליב האבער איז מתסמא יא דא. היסטאריע 'קענער' דאס איז שוין עפעס אנדערש.

מצדי פעלט נישט אויס קיין לינקס ווייל איך גיי אלעמאל צו "אקטיווע".

Re: גלייכט איר היסטאריע?

געפאוסט: פרייטאג סעפטעמבער 01, 2023 2:16 pm
דורך טיפע טאשן
צ”ק יא זייער שטארק,
איך וועל מיר פרייען אויב איר גייט עס אויפבויען,
איך גלייב אזוי ווי אלע נושאים דא וואס כהאב געזען אז איינמאל עס האט זיך אנגעהויבן א שמועס זענען אריין געקומען נייע באניצער וואס האט זיי אינטערעסירט די נושא, סוכ”ס איז עס נאך א נייע פלאץ

Re: גלייכט איר היסטאריע?

געפאוסט: פרייטאג סעפטעמבער 01, 2023 5:00 pm
דורך המברך יתברך
צ'ק

יא. ס'איז א היבש אן אינטערעסאנטע נושא, טראץ וואס גרויסע חלקים דערפון קען מען קיינמאל נישט ריכטיג פעסטשטעלן, וויבאלד די שפילערס און באווייזן עקזיסטירן שוין נישט, און די וואס יאר, קען מען טייטשן אויף פילערליי וועגן. און טיילמאל קען אונז אפילו נישט בייפאלן דעם ריכטיגן פשט, וויבאלד דער קולטור און געדאנקענגאנג איז שוין אינגאנצן אנדערש.

אין פיל פעלער איז אויך דא אסאך זיך צו לערנען דערפון.

Re: גלייכט איר היסטאריע?

געפאוסט: פרייטאג סעפטעמבער 01, 2023 6:04 pm
דורך ווירקליך
צק

יא, שטארק.

Re: גלייכט איר היסטאריע?

געפאוסט: פרייטאג סעפטעמבער 01, 2023 6:17 pm
דורך טובי' שרייבער
ס'נישט דא קיין אפציע פון "ווענדט זיך".

בעצם, אידישע היסטאריע גלייך איך נישט, אבער וועלטליכע היסטאריע (מלחמה סטייל...) גלייך איך יא.

אויב ס'איז שייך צוצולייגן דעם אפציע, וואלט געווען א גרויסע טובה פאר אסאך באנוצער.

Re: גלייכט איר היסטאריע?

געפאוסט: זונטאג סעפטעמבער 03, 2023 1:33 pm
דורך קשאנובער
וועלטליכע היסטאריע וועלעך ניטאמאל אויפמאכן.. אבער אידישע היסטאריע וועלעך איבערליינען צען מאל.... גוטע עצה עס אויפצובויען.

Re: גלייכט איר היסטאריע?

געפאוסט: זונטאג סעפטעמבער 03, 2023 2:29 pm
דורך ענותן
קשאנובער האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 03, 2023 1:33 pm וועלטליכע היסטאריע וועלעך ניטאמאל אויפמאכן.. אבער אידישע היסטאריע וועלעך איבערליינען צען מאל.... גוטע עצה עס אויפצובויען.
גם אנו

Re: גלייכט איר היסטאריע?

געפאוסט: זונטאג סעפטעמבער 03, 2023 2:53 pm
דורך מאטאווירט
קשאנובער האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 03, 2023 1:33 pm וועלטליכע היסטאריע וועלעך ניטאמאל אויפמאכן.. אבער אידישע היסטאריע וועלעך איבערליינען צען מאל.... גוטע עצה עס אויפצובויען.
ביי מיר איז ביידע זייער אינטערסאנט

Re: גלייכט איר היסטאריע?

געפאוסט: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 8:58 am
דורך שכל'דיג
צ"ק איך גלייך ביידע.

ווען איינער וויל וויסן וויאזוי צו דזשאדזשן קארענט איוועטס וואס עס גייט זיין די אוטקאמס קען מען זיך זייער אסאך לערנען פון די פארגאנגענהייט.

אפילו דער גרויסער נאפאלעאן האט "געבארגט" זיינע טאקטיקן פון אלכסנדר מוקדון.

ואין כל חדש תחת השמש.

Re: גלייכט איר היסטאריע?

געפאוסט: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 10:13 am
דורך איך ווייס
שכל'דיג האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 8:58 am צ"ק איך גלייך ביידע.

ווען איינער וויל וויסן וויאזוי צו דזשאדזשן קארענט איוועטס וואס עס גייט זיין די אוטקאמס קען מען זיך זייער אסאך לערנען פון די פארגאנגענהייט.

אפילו דער גרויסער נאפאלעאן האט "געבארגט" זיינע טאקטיקן פון אלכסנדר מוקדון.

ואין כל חדש תחת השמש.
יש בזה אמת, אבער מען דארף דאס גוט איבערטראכטען, טאמער ס'איז טאקע דומה לדומה. אז נישט איז יעדער רעכטע א היטלער, און יעדער לינקע א סטאלין.

מען דארף געדענקען אז מען דארף געדענקען די לימודים פון איין תקופה צום צווייטען. אויב די צווייטע וועלט מלחמה לערנט אונז אז אפיזמענט איז שלעכט, לערנט אונז די ערשטע וועלט מלחמה די סכנה פון זיך נישט דורכרעדן וואו ערוואקסענע. אויב די צווייטע וועלט מלחמה האט געלערענט אמעריקע אז יעדער זאך וואס געשעט וואו אימער די וועלט, קען האבן אן השפעה אויף אמעריקע, האט די ערשטע וועלט מלחמה געלערענט אמעריקע אז מען דארף זיך נישט אריינמישן בריב לא לנו, וכהנה וכהנה רבות.

לאמיר עפעס צולייגן א ווארט וואס איך האב אמאל געהערט איבער דעם א גוט ווארט אין ענגליש the more you peer into the future the more you see the past.

Re: גלייכט איר היסטאריע?

געפאוסט: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 11:37 am
דורך Programming
און דאס זעלבע פארקערט

The more things change, the more they say the same

אין א וועג, דוקא די וואס טוען יא אביסל מער אין היסטאריע און באגרייפן די חילוקים צווישן די דורות, זענען אויסגעשטעלט צו מיינען אז 'אלעס' איז געווען 'אינגאנצן' אנדערש, בעת באמת איז עס לאו דווקא אזוי.

איבערהויפט ביי אידן אייניקלעך פון מלחמה איבערלעבער איז זייער שטארק איינגעטיילט די וועלט צווישן פאר די מלחמה און נאכדעם, און פאר א גוטע סיבה פארשטייט זיך. פארט איז וויכטיג אין אכט צו נעמען אז פילע שינויים האט ווייניגער מיט די יארן ווי מיט געאגראפיע, למשל איינער וואס האט געלעבט פאר די מלחמה אין א קליין דערפל אין אונגארן און איז נאכן קריג געקומען צו די רוישיגע ניו יארק, האט זיך זיין לעבן טאקע שטארק געטוישט, אבער מיט יארק תש"י איז געווען בערך די זעלבע ווי 15 יאר פריער אום תרצ"ה, און די קליינע דערפל אין אונגארן איז אויך געבליבן דאס זעלבע אום תש"י ווי אין תרצ"ה.

Re: גלייכט איר היסטאריע?

געפאוסט: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 10:44 pm
דורך שוש אשיש
דאפלטער האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 01, 2023 1:50 pm טייערע אידטיש ליינער,
מיין נושא ווי אימער איך דריי מיר איז היסטאריע, אידישע און אלגעמיינע, אריינקומענדיג אין היסטאריע פארום דא האב איך גלייך באמערקט אז ס'איז דא ווייניג היסטאריע ליב האבער דא, איז מיין שאלה, לוינט זיך מיר אריין צו לייגן כוחות צו אויפבויען די היסטאריע פארום דא ? אדער קיינער ברויכט עס נישט?

אזוי צו אזוי כ'ועל אהער שטעלן א לינק ווען ס'איז דא עפעס פריש אין היסטאריע פארום, אפשר וועט עס א גרעסערע ציבור באמערקן און הנאה האבן
@מאנטרעאל הייב מיר אן?
עָשִׂ֕יתִי כְּכֹ֖ל אֲשֶׁ֥ר צִוִּיתָֽנִי

Re: גלייכט איר היסטאריע?

געפאוסט: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 11:08 pm
דורך מסתמא
דער תהלים איד האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 01, 2023 1:54 pm היסטאריע ליב האבער איז מסתמא יא דא.
יא יא @מסתמא גלייכט זייער שטארק היסטאריע :P

Re: גלייכט איר היסטאריע?

געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2023 11:44 pm
דורך דאפלטער
טייערע איד-טיש ליינער, ווילנדיג בויען אביסל דעם סייט אין אלע הינזיכטן האב איך מיר פארבינדן מיט עטליכע גאר גרויסע שרייבערס און זיי געבעטן הילף אין היסטאריע טעמעס, ברוך ה' זיי האבן זיך פיין צוגעשטעלט און ס'פליסט אריין סחורה, טייל דערפון איז שוין געווען פובליצירט אבער זענען שוין גוט פארשטויבט און טייל זענען פריש...1
אלעס וואס ווערט דא ארויף געשטעלט דורך מיר איז מיט די פולסטע גוטהייסונג פון די שרייבערס

Re: גלייכט איר היסטאריע?

געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2023 11:49 pm
דורך דאפלטער
viewtopic.php?p=18175#p18175
האט איר דעם ערשטן...

Re: גלייכט איר היסטאריע?

געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2023 11:51 pm
דורך דאפלטער
ומכאן הקריאה יוצאת ביטע העלפט ארויס,
האט איר סיי וואס צו צולייגן? האלט אייך נישט אפ פון שרייבן פרעגן און קאמענטירן

Re: גלייכט איר היסטאריע?

געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 4:30 am
דורך המברך יתברך
דאפלטער האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2023 11:49 pm viewtopic.php?p=18175#p18175
האט איר דעם ערשטן...
דאס ווערט אנגערופן "ביאגראפיע", נישט היסטאריע. אבער ס'איז זייער שיין...

Re: גלייכט איר היסטאריע?

געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 2:55 pm
דורך טובי' שרייבער
אז מ'רעדט פון אויפבויען היסטאריע, האלט איך, אז מען וואלט אויך געמעגט אויפבויען 'ידיעות און וויסנשאפט'.

פאר מיר וואָלט עס געווען זייער אינטערעסאנט, און ווי איך פארשטיי, אויך פאר אסאך באנוצער.

דעריבער וויל איך בעטן, מ'זאל זיך אריינלייגן אויך אין דעם.

Re: גלייכט איר היסטאריע?

געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 3:02 pm
דורך המברך יתברך
טובי' שרייבער האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 2:55 pm אז מ'רעדט פון אויפבויען היסטאריע, האלט איך, אז מען וואלט אויך געמעגט אויפבויען 'ידיעות און וויסנשאפט'.

פאר מיר וואָלט עס געווען זייער אינטערעסאנט, און ווי איך פארשטיי, אויך פאר אסאך באנוצער.

דעריבער וויל איך בעטן, מ'זאל זיך אריינלייגן אויך אין דעם.
viewtopic.php?t=545, דא האסטו ידיעות און וויסנשאפט, MAKE BELIEVE אז ס'איז גארנישט תורה'דיג.

(איך ווייס נישט וויאזוי מ'לייגט דא ווערטער אנשטאט א לינק).

Re: גלייכט איר היסטאריע?

געפאוסט: פרייטאג מערץ 15, 2024 1:54 am
דורך טיפע טאשן
דאפלטער האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2023 11:44 pm טייערע איד-טיש ליינער, ווילנדיג בויען אביסל דעם סייט אין אלע הינזיכטן האב איך מיר פארבינדן מיט עטליכע גאר גרויסע שרייבערס און זיי געבעטן הילף אין היסטאריע טעמעס, ברוך ה' זיי האבן זיך פיין צוגעשטעלט און ס'פליסט אריין סחורה, טייל דערפון איז שוין געווען פובליצירט אבער זענען שוין גוט פארשטויבט און טייל זענען פריש...1
אלעס וואס ווערט דא ארויף געשטעלט דורך מיר איז מיט די פולסטע גוטהייסונג פון די שרייבערס
פיינע ארבעט געמאכט ביטע ממשיך זיין

Re: גלייכט איר היסטאריע?

געפאוסט: מיטוואך מאי 20, 2026 2:01 pm
דורך פאלשע בארד
צ'ק

העלא, איך בין א נייע באנוצער אויף אידטיש, און איך האב געליינט ענקער דיסקוסיע איבער היסטאריע, און:
יא, איך האלט אז ס'וואלט געווען א געוואלדיגע זאך צו צושטעלן פאר די טייערע ליינער אינטערעסאנטע היסטאריע, סיי אידישע און סיי וועלטליכע, אבער מיט איין שטארקע תנאי, ווי מער דעטאלירטע אינפארמאציע אלס מער אינטערעסאנטער איז עס, און ווי ווייניגער דעטאלירט און אויך אקוראט די אינפארמאציע איז, אלס ווייניגער אינטערעסאנט איז עס, איז ממילא דארף די היסטאריע זיין דעטאלירט און אקוראט, ואם אתה עושה כן, אשריך וטוב לך.