בלאט 1 פון 1

הגה"ק רבי יעקב קאפיל חסיד – ט"ו אלול תקמ"ז

געפאוסט: פרייטאג סעפטעמבער 01, 2023 10:23 am
דורך מירון
רבי יעקב קאפיל חסיד איז געבוירן אין קאלאמייע צו א מיוחס'דיגע משפחה וואס האט זיך גערופן "קאפילעטיס. ער איז געווען דער ראש שלשלת בית קאסוב און וויזניץ.
ער איז געבוירן צו זיין טאטן נחמי’ פייבל. רבי יעקב קאפיל חסיד איז געווען דער טאטע פונעם אהבת שלום זי"ע.

די וועלט זאגט אז ער איז געווען א צדיק נסתר און א בעל מופת. געווען גאר נאנט ומבני היכלא פון דעם הייליגן אור שבעת הימים - דער בעל שם טוב זי"ע.
דער וויזניצער רבי דער אמרי חיים ז"ל, האט דערציילט אז מ’האט גערופן רבי יעקב קאפיל - דער שוויתניק, ווייל ער פלעגט כסדר ארויפלייגן א שמאטע אדער די הענט אויף די אויגן און זאגן דעם פסוק ”שויתי ה' לנגדי תמיד” אפילו אין מארק צווישן די גויים.

ס’איז מקובל ביי וויזשניצע חסידים אז ער איז געווען בעל תפילה ביים בעל שם טוב, צוליב זיין זיסע און הייליג קול, און אז דער בעל שם טוב האט אים פארשפראכן אז מאראמאראש וועט געהערן צו זיינע קינדער.

זיינע קינדער הגאונים הצדיקים זענען:
  • רבי יצחק, פון קאלאמייע ז"ל.
  • בלומא ע"ה, איר מאן איז געווען רבי צבי הירש, און בזיווג שני האט זי חתונה געהאט מיט רבי אורי פון סטרעליסק.
  • רבי מנחם מענדיל האגער זי"ע בעל אהבת שלום.

ער איז באהאלטן געווארן עווארן אין טיסמעניץ.
היינט איז דער יארצייט. זכותו יגן עלינו

Re: הגה"ק רבי יעקב קאפיל חסיד – ט"ו אלול תקמ"ז

געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 9:53 pm
דורך טיפע טאשן
מצבתו

Re: הגה"ק רבי יעקב קאפיל חסיד – ט"ו אלול תקמ"ז

געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 10:21 pm
דורך ענותן
עפעס איז לעצטענס אויפגעדעקט געווארן אינעם ספר "ר' מאיר אומר" (כ'מיין אז אזוי הייסט עס) פון ר' מאיר שטיין ע"ה אז די בינת יששכר פון סענדזשארץ איז געווען אן אייניקל פון רבי קאפיל חסיד,
איך האב נישט די ספר (גראדע זיך איך ווי מען קען עס באקומען) ממילא אויב עמיצער ווייסט, ביטע

Re: הגה"ק רבי יעקב קאפיל חסיד – ט"ו אלול תקמ"ז

געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 10:58 am
דורך מירון
יישר כח רב "טיפע טאשן" פארן אריינפילן די בילדער.

Re: הגה"ק רבי יעקב קאפיל חסיד – ט"ו אלול תקמ"ז

געפאוסט: דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 1:32 pm
דורך ענותן
ענותן האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 10:21 pm עפעס איז לעצטענס אויפגעדעקט געווארן אינעם ספר "ר' מאיר אומר" (כ'מיין אז אזוי הייסט עס) פון ר' מאיר שטיין ע"ה אז די בינת יששכר פון סענדזשארץ איז געווען אן אייניקל פון רבי קאפיל חסיד,
איך האב נישט די ספר (גראדע זיך איך ווי מען קען עס באקומען) ממילא אויב עמיצער ווייסט, ביטע
עמיצער ווייסט?