בלאט 1 פון 5

באשטעטיגטע קרובים אויף אידטיש!

געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 12:28 pm
דורך אליעזר טויב
ביטע קום ארויף בלויז אן קיין מאסק! די טעמע איז געווידמעט בלויז פאר באשטעטיגטע נעמען!

אידן צום טיש! אראפ מיט די מאסקעס!!!

לאמיר א קלער טאן, אויב איר זענט באשטעטיגט ביי די מנהלי המערכת אלץ שטאנדהאפטיג און וואר, דאן לכוארה שעמט איר זיך נישט מיט אייער יוחוס.

עס איז פארהאן א שטארקע מעגליכקייט אז מיר זענען קרובים וואס וואוינען אין צוויי בזינדערע קאנטינענטען, האב איך געקלערט אזוי, לאמיר פרובירן ארויפברענגן באקאנטע זיידעס אזוי ארום וועט פאסירן צוויי זאכן איינס, מיר וועלן מעגליך זיך באקענען מיט פרישע קרובים, צווייטנס זיך אביסל בעסער באקענען מיט די אייגענע יוחוס.

איך וועל זיין דער נחשון, און ארפברענגען עטליכע פון מיינע זיידעס.
איין זאך פאר איך פארגעס, למיר זיך האלטן צו די צוויי כללים, איינס ברענג נאר גרויסע לייט וואס זענען געווען באקאנט אויף עפעס אן אויפן נישט נאר ביי זיינע ארומיגע און שטוב מענטשן, צווייטנס ברענג נאר זיידעס וואס די ווייסט ווי אזוי איר זענט אן אייניקל.

איינע פון מיינע גרויסע זיידעס איז געווען.
הרה"צ ר' יואל צבי ראטה, מחב"ס בית היוצר, ואב"ד חוסט.

נא עפעס באשטעטיגטע קרובים אדער יא?

Re: באשטעטיגטע קרובים!!!

געפאוסט: פרייטאג סעפטעמבער 01, 2023 10:25 am
דורך אליעזר טויב
טייערע חברים, איינער האט מיר פריוואט געשריבן אז זיך האלטן צו בלויז רבי'שע יוחוס צוימט שטארק די קרייז! ער איז 100% גערעכט! במילא וועל מיר אויסקלארן און פארברייטערן
די כללים צו וואס מען זאל זיך האלטן.

מען קען ארויפברענגן א יעדער זיידע וואס...

לעבט שוין נישט פאר עטליכע יאר, ביז ארויף ווי מען אידענטעפעצירט זיך נאך אלץ אייניקל פון אים, און מען שפירט א גוויסער קירבות ווען דער אנדערער רופט זיך אן "איך בין אויך אן אייניקל פון אים". להוציא דוד המלך, רש"י הקדוש, און אזוי ווייטער, איך מיין אז יעדער פארשטייט.

מען ווייסט די גנויער וועג ארויף וויאזוי מען איז אן אייניקעל.

די אייניקליך וועלן וויסן אז זיי זענען אייניקליך פון אים, צום ביישפול, א שו"ב פון דערהיים, א ראש הישובה, אדער אפי' א גרויסער תלמיד פון א גוויסער רבי ווי ר' לייבל'ע פאשקעס ביי רבינו הקדוש זכ"י.

איך האף עס איז אויסגעקלארט געווארן, אויב נישט ביטע מעלדן פריוואט, אדער אויפן טעמע אויב איר זענט שוין אראנדש!

Re: באשטעטיגטע קרובים!!!

געפאוסט: פרייטאג סעפטעמבער 01, 2023 10:50 am
דורך מרדכי פריעדמאן
איך בין אן אייניקל פון הגה"צ רבי מענדל פריעדמאן זצ"ל.

ער איז געווען אן איידעם ביי רבי הירצקא קנאפ זצ"ל, דער שו"ב אין צפת.

רבי הירצקא איז געווען אן איידעם ביי רבי שמואל לוריא זצ"ל, דער דומ"ץ ומשפיע (כמו רב) פון עיה"ק צפת.

Re: באשטעטיגטע קרובים!!!

געפאוסט: פרייטאג סעפטעמבער 01, 2023 1:39 pm
דורך דאפלטער
מען מוז האבן די ריכטיגע וועריפייד נאמען פאר דעם?
(כ'בין סייווי קאנפידענט אז איך האב נישט דא קיין איין איינציג קרוב...)

Re: באשטעטיגטע קרובים!!!

געפאוסט: פרייטאג סעפטעמבער 01, 2023 1:40 pm
דורך דאפלטער
יעצט באמערק איך דעם ערשטן שורה אין דעם אשכול, איז מיין שאלה, פארוואס טאקע?

Re: באשטעטיגטע קרובים!!!

געפאוסט: פרייטאג סעפטעמבער 01, 2023 5:08 pm
דורך איטשע
דאפלטער האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 01, 2023 1:39 pm מען מוז האבן די ריכטיגע וועריפייד נאמען פאר דעם?
(כ'בין סייווי קאנפידענט אז איך האב נישט דא קיין איין איינציג קרוב...)
און אויב כ'וועל דיר זאגן אז איך בין דיין קרוב?

Re: באשטעטיגטע קרובים אויף אידטיש!

געפאוסט: זונטאג סעפטעמבער 03, 2023 12:12 am
דורך דאפלטער
@איטשע
נו זאג

Re: באשטעטיגטע קרובים אויף אידטיש!

געפאוסט: זונטאג סעפטעמבער 03, 2023 5:17 pm
דורך יהושע אליעזר הערשקאוויטש
איך בין אן אייניקל פון הרה"ח ר' פנחס ישעי' קארנבלי ז"ל הענדי מען אין סאטמאר ראדני רבות בשנים, ובמח"ס "דער טאטע הייסט לויפן" ו"חידודי תורה"
בן הרה"ח ר' נחום קארנבלי ז"ל
בן הרה"ח ר' חיים קארנבלי ז"ל פון לאנדאן (דארט געווען לצורך פרנסה ווען דער קריג האט אויסגעבראכן, און דארט געבליבן.)
(ווייטער וועט אי"ה נאכפאלגן אי"ה)

Re: באשטעטיגטע קרובים אויף אידטיש!

געפאוסט: זונטאג סעפטעמבער 03, 2023 6:00 pm
דורך צווייזייטיג
הרב @הערשקאוויטש

שילעיזיר איז יושע אליעזר?

Re: באשטעטיגטע קרובים אויף אידטיש!

געפאוסט: זונטאג סעפטעמבער 03, 2023 10:45 pm
דורך יהושע אליעזר הערשקאוויטש
צווייזייטיג האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 03, 2023 6:00 pm הרב @הערשקאוויטש

שילעיזיר איז יושע אליעזר?
יש אם למקרא, יש אם למסורת...

Re: באשטעטיגטע קרובים אויף אידטיש!

געפאוסט: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 10:55 am
דורך באבא נתן
איך בין א אייניקל פון רשכב"ג הרה"ק ר' אברהם יהושע העשל באב"ד אב"ד קראקא והגלילות

Re: באשטעטיגטע קרובים אויף אידטיש!

געפאוסט: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 10:59 am
דורך אליעזר טויב
ווארט מיר אויף א לאנדא אייניקל, איך גלייב ערגעץ וועט שוין @דאפלטער אויך אריינקומען.

די סיבה פארוואס איך בעט אז נאר אראנדזע זאלן אריינקימען איז פשוט ווייל אומבאשטעטיגטע קרובים איז נישט אונטערעסאנט!

Re: באשטעטיגטע קרובים אויף אידטיש!

געפאוסט: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 11:00 am
דורך באבא נתן
@אלף קומט פון @אליעזר איי געס...

Re: באשטעטיגטע קרובים אויף אידטיש!

געפאוסט: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 11:03 am
דורך אלף טויב
😉
און באבא קומט פין?
נא... גילו...

Re: באשטעטיגטע קרובים אויף אידטיש!

געפאוסט: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 11:09 am
דורך חיים אייזיק שווארטץ
אליעזר טויב האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 10:59 am ווארט מיר אויף א לאנדא אייניקל, איך גלייב ערגעץ וועט שוין @דאפלטער אויך אריינקומען.

די סיבה פארוואס איך בעט אז נאר אראנדזע זאלן אריינקימען איז פשוט ווייל אומבאשטעטיגטע קרובים איז נישט אונטערעסאנט!

ווער זוכט א לאנדא אייניקל?

Re: באשטעטיגטע קרובים אויף אידטיש!

געפאוסט: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 11:28 am
דורך Programming
באבא נתן האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 10:55 am איך בין א אייניקל פון רשכב"ג הרה"ק ר' אברהם יהושע העשל באב"ד אב"ד קראקא והגלילות
סטאטיסטיש גערעדט, איז כמעט נישט מעגליך פאר א אשכנזי'שער איד נישט צו זיין א אייניקל פונעם ר"ר העשל, אדער סיי וועלכער אשכנזי'שער איד וועלכער האט געלעבט אין יענע תקופה און אפילו פיל שפעטער.

די צאל אור עלטערן וואס מען האט וואקסט דאך מיט יעדן דור ארויף עקספאנענשאלי, (אזוי ווי די מעשה מיטן שאך שפיל, די ערשטע דור איז א טאטע מאמע, אבער דער צווייטער דור האט דאך שוין יעדער פון זיי א טאטע און א מאמע, יעדער האט 2 פאר באבעס און זיידעס, 4 פאר עלטער זיידעס, 8 פאר עלטער עלטער זיידעס, א.א.וו. און אין נישט צופיל דורות קומט מען שוין אן צו מער מענטשן וואס האבן ווען אמאל געלעבט, און זיכער אזוי אין א ספעציפישער דור).

פארשטייט זיך אז דער אמת איז אז יעדער איינער איז אומצאליגע מאל א אייניקל פונעם זעלבן זיידן (ד.ה. ווייל יוצאי חלציו, עכ"פ אינעם פערטן דור און ווייטער, האבן זיך העפטיג משדך געווען צווישן זיך), פארט איז ממש נישט מסתבר (און באמת נישט מעגליך) אז איין משפּחה פאר א משך פון צענדליגער דורות האט זיך משדך געווען עקסקלוסיוו צווישן זיך און זיך גארנישט אריינגעמישט מיט אנדערע. עס איז גענוג אז איין אייניקל פונעם רבי'ן ר' העשיל זאל האבן געווארן א איידעם ביי א אנדערע משפחה, אז ביי נאו זאל האלב כלל ישראל שוין זיין אייניקלעך פון אים. פארגעס נישט אז דאס זיין א אייניקל פון איינעם ווערט נישט בטל ברוב, און אפילו דו ביסט 150,000 מאל א אייניקל פון ר' זרח בעל עגלה פון יענעם דור, דארף בלויז איין מאל געלונגען - פון אלע דיינע 512,000 אור עלטערן על פי חשבון פאר 20 דורות צוריק - אז עס זאל זיין דער ר"ר העשיל, און דו און אלע דיינע דורות קענען זיך שוין פאררופן אלס - און זענען באמת - זיינע אייניקלעך.

Re: באשטעטיגטע קרובים אויף אידטיש!

געפאוסט: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 11:31 am
דורך מאטאווירט
Programming האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 11:28 am

גוט געזאגט.

אזא 20 דורות ארויף האט יעדע מענטש אריבער א מיליאן זיידעס!
און 25 דורות ארויף האלט עס ביי - - - - 33.5 מיליאן!

Re: באשטעטיגטע קרובים אויף אידטיש!

געפאוסט: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 11:48 am

אויך בינעך אן אייניקל פונעם בעל מנחת חינוך.

Re: באשטעטיגטע קרובים אויף אידטיש!

געפאוסט: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 12:01 pm
דורך קשאנובער
נאך איינער דא איז אן אייניקל פון הרה"ק רבי דוד מקשאנוב זי"ע?? (בנו של רשכבה"ג מרן הרה"ק מצאנז זי"ע)

כוויל נישט אויסטוהן די מאסק מיינע. אפשר מאכט מען די זעלבע פארום פאר די באהאלטענע ניקס.

Re: באשטעטיגטע קרובים אויף אידטיש!

געפאוסט: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 1:30 pm
דורך דאפלטער
חיים אייזיק שווארטץ האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 11:09 am
אליעזר טויב האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 10:59 am ווארט מיר אויף א לאנדא אייניקל, איך גלייב ערגעץ וועט שוין @דאפלטער אויך אריינקומען.

די סיבה פארוואס איך בעט אז נאר אראנדזע זאלן אריינקימען איז פשוט ווייל אומבאשטעטיגטע קרובים איז נישט אונטערעסאנט!

ווער זוכט א לאנדא אייניקל?
נישט די לאנדא פון וועם דו רעדסט, עפעס א פערסענעל פליק האט מיר @אליעזר טויב געוואלט דערלאנגען...

@אליעזר, וואס איז די צולאזעניש וואס?

Re: באשטעטיגטע קרובים אויף אידטיש!

געפאוסט: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 1:33 pm
דורך כרוספדין
דאפלטער האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 1:30 pm
חיים אייזיק שווארטץ האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 11:09 am
אליעזר טויב האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 10:59 am ווארט מיר אויף א לאנדא אייניקל, איך גלייב ערגעץ וועט שוין @דאפלטער אויך אריינקומען.

די סיבה פארוואס איך בעט אז נאר אראנדזע זאלן אריינקימען איז פשוט ווייל אומבאשטעטיגטע קרובים איז נישט אונטערעסאנט!

ווער זוכט א לאנדא אייניקל?
נישט די לאנדא פון וועם דו רעדסט, עפעס א פערסענעל פליק האט מיר @אליעזר טויב געוואלט דערלאנגען...

@אליעזר, וואס איז די צולאזעניש וואס?
איינמאל איר זענט קרובים אפילו ס’איז נאכנישט באשטעטיגט זענט איר שוין לכאורה בארעכטיגט זיך צו קריגן, יעדער זאל פרעגן זיין לאקאלער קרוב...

Re: באשטעטיגטע קרובים אויף אידטיש!

געפאוסט: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 2:41 pm
דורך אליעזר טויב
דאפלטער האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 1:30 pm
חיים אייזיק שווארטץ האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 11:09 am
אליעזר טויב האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 10:59 am ווארט מיר אויף א לאנדא אייניקל, איך גלייב ערגעץ וועט שוין @דאפלטער אויך אריינקומען.

די סיבה פארוואס איך בעט אז נאר אראנדזע זאלן אריינקימען איז פשוט ווייל אומבאשטעטיגטע קרובים איז נישט אונטערעסאנט!

ווער זוכט א לאנדא אייניקל?
נישט די לאנדא פון וועם דו רעדסט, עפעס א פערסענעל פליק האט מיר @אליעזר טויב געוואלט דערלאנגען...

@אליעזר, וואס איז די צולאזעניש וואס?
ח"ו
איך האב יא געמיינט די לאנדא

איך האב געצילט א באוויסטע גרויסע משפחה וואס האט הונדערטער קרובים און אזוי ארום דיר פרובירט צייגן אז ערגעץ וועסטו שוין אריינפאלן... ביסטך נישט קיין גר א יא?

Re: באשטעטיגטע קרובים אויף אידטיש!

געפאוסט: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 5:44 pm
דורך דאפלטער
אליעזר טויב האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 2:41 pm
דאפלטער האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 1:30 pm
חיים אייזיק שווארטץ האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 11:09 am

ווער זוכט א לאנדא אייניקל?
נישט די לאנדא פון וועם דו רעדסט, עפעס א פערסענעל פליק האט מיר @אליעזר טויב געוואלט דערלאנגען...

@אליעזר, וואס איז די צולאזעניש וואס?
ח"ו
איך האב יא געמיינט די לאנדא

איך האב געצילט א באוויסטע גרויסע משפחה וואס האט הונדערטער קרובים און אזוי ארום דיר פרובירט צייגן אז ערגעץ וועסטו שוין אריינפאלן... ביסטך נישט קיין גר א יא?
געמיינט די באציסט זיך אויף א געוויסע פאוסט פון מיר פאריגע וואך...

ניין איך בין נישט קיין גר, און אויך נישט קיין לאנדאן, היכי תמצא, הא?

Re: באשטעטיגטע קרובים אויף אידטיש!

געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 1:17 pm
דורך חוקר
Programming האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 11:28 am
באבא נתן האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 10:55 am איך בין א אייניקל פון רשכב"ג הרה"ק ר' אברהם יהושע העשל באב"ד אב"ד קראקא והגלילות
סטאטיסטיש גערעדט, איז כמעט נישט מעגליך פאר א אשכנזי'שער איד נישט צו זיין א אייניקל פונעם ר"ר העשל, אדער סיי וועלכער אשכנזי'שער איד וועלכער האט געלעבט אין יענע תקופה און אפילו פיל שפעטער.

די צאל אור עלטערן וואס מען האט וואקסט דאך מיט יעדן דור ארויף עקספאנענשאלי, (אזוי ווי די מעשה מיטן שאך שפיל, די ערשטע דור איז א טאטע מאמע, אבער דער צווייטער דור האט דאך שוין יעדער פון זיי א טאטע און א מאמע, יעדער האט 2 פאר באבעס און זיידעס, 4 פאר עלטער זיידעס, 8 פאר עלטער עלטער זיידעס, א.א.וו. און אין נישט צופיל דורות קומט מען שוין אן צו מער מענטשן וואס האבן ווען אמאל געלעבט, און זיכער אזוי אין א ספעציפישער דור).

פארשטייט זיך אז דער אמת איז אז יעדער איינער איז אומצאליגע מאל א אייניקל פונעם זעלבן זיידן (ד.ה. ווייל יוצאי חלציו, עכ"פ אינעם פערטן דור און ווייטער, האבן זיך העפטיג משדך געווען צווישן זיך), פארט איז ממש נישט מסתבר (און באמת נישט מעגליך) אז איין משפּחה פאר א משך פון צענדליגער דורות האט זיך משדך געווען עקסקלוסיוו צווישן זיך און זיך גארנישט אריינגעמישט מיט אנדערע. עס איז גענוג אז איין אייניקל פונעם רבי'ן ר' העשיל זאל האבן געווארן א איידעם ביי א אנדערע משפחה, אז ביי נאו זאל האלב כלל ישראל שוין זיין אייניקלעך פון אים. פארגעס נישט אז דאס זיין א אייניקל פון איינעם ווערט נישט בטל ברוב, און אפילו דו ביסט 150,000 מאל א אייניקל פון ר' זרח בעל עגלה פון יענעם דור, דארף בלויז איין מאל געלונגען - פון אלע דיינע 512,000 אור עלטערן על פי חשבון פאר 20 דורות צוריק - אז עס זאל זיין דער ר"ר העשיל, און דו און אלע דיינע דורות קענען זיך שוין פאררופן אלס - און זענען באמת - זיינע אייניקלעך.
דער צאנזער רב איז געווען אן אייניקעל פון חכם צבי, כהיום מיין איך איז רוב אשכנזישע אידן אייניקלעך פון אים.
צו זיין א צאנזער אייניקעל ווערט שוין כמעט די זעלבע, עס זענען שוין היינט דא פיל מיט בעלי בתישע משפחות, פשוטע אידן וואס זענען אייניקלעך, די דורות מערן זיך ב"ה.

Re: באשטעטיגטע קרובים אויף אידטיש!

געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 1:21 pm
דורך איטשע
עני קאזין עוועילעבאל?

איך בין אן אייניקל פון די חתם סופר