בלאט 1 פון 3

2 פרישע חידושים אין אידטיש: "אמת'ע נעמען" און "שרייבער פארום"!

געפאוסט: דינסטאג אוגוסט 29, 2023 5:28 pm
דורך yidtish


מיט פרייד מעלדן מיר אז מ'האמיר צולגעלייגט א נייע ראנג אין די אידטיש מעמבער ליסט, און דאס איז "באשטעטיגטע נעמען", וועלכע האבן באקומען אן אראנדזשע קאליר.

באשטעטיגטע נעמען זענען אזעלכע וואס שרייבן זיך איין מיט זייער עכטע נאמען אנשטאט א ניק-נאמען, צו רעדן ווי אן אפענע שמועס כדבר איש אל רעהו.

אין די זעלבע צייט, האט אידטיש געעפנט א "פארמאכטע פארום" פאר שרייבער פון אלע חרדישע צייטונגען און מאגאזינען, וואו זיי וועלן קענען פריוואט צווישן זיך אויסשמועסן טעמעס ארום זייער ארבייט. ס'איז כעת פארהאן דארט שרייבער פון: קול מבשר - דער איד - דער בלאט - מאמענט - שריפט - שטיבל - אינטערסאנט - וואונדערקינד - היימשטאט - באלעבוסטע - יעזורו - ועוד. אין יענעם פארום האבן זיך רוב שרייבער איינגעשריבן מיט די עכטע (באשטעטיגטע) נעמען.

די אלע שרייבער האבן אויך די אפציע צו שרייבן דא אויפ'ן פובליק פארום, אבער דאס איז שון זייער אפציע.

יעדער מעמבער דא וואס ווילן עפענען א "עכטע נאמען" מיט באשטעטיגונג, קען זיך מעלדן צו די הנהלה אין אישי, אדער אין אימעיל אויף:
yidtish@gmail.com



Re: 2 פרישע חידושים אין אידטיש: "אמת'ע נעמען" און "שרייבער פארום"!

געפאוסט: מיטוואך אוגוסט 30, 2023 2:00 am
דורך עצי בשמים
זייער א שיינע זאך.

פון 66 פאוסטס צווישן 24 באשטעטיגטע באנוצער איז דערווייל נאכנישט פארהאן אפילו איין איינציגסטע פובליק פאוסט. בלייבט צו זען ווער עס שטעקט די ערשטע ארויס די קאפ פון וואסער.

Re: 2 פרישע חידושים אין אידטיש: "אמת'ע נעמען" און "שרייבער פארום"!

געפאוסט: מיטוואך אוגוסט 30, 2023 8:35 am
דורך דער תהלים איד
זיי זענען דאך נישט געקומען פאר פובליק, זיי זענען מסתמא שטארק פארנומענע מענטשן. באט איך גלייב אז א טעמע וואס אינטערסירט זיי וועלן זיי זיך לאזן הערן דא אויך.

Re: 2 פרישע חידושים אין אידטיש: "אמת'ע נעמען" און "שרייבער פארום"!

געפאוסט: מיטוואך אוגוסט 30, 2023 10:28 am
דורך אלף טויב
@yidtish א ביסל קלארער ביטע
יעדער מיט א באשטעטיגטע נאמען קען זעהן די שרייבער פארום, אדער אינגאנצן צוויי באזינדערע זאכן?

Re: 2 פרישע חידושים אין אידטיש: "אמת'ע נעמען" און "שרייבער פארום"!

געפאוסט: מיטוואך אוגוסט 30, 2023 10:34 am
דורך חצקל משמש
באזונדערע זאכן

1) באשטעטיגטע נעמען האבן א קאליר

2) באשטעטיגטע מאגאזין/צייטונג שרייבער האבן א פארמאכטע פארום

Re: 2 פרישע חידושים אין אידטיש: "אמת'ע נעמען" און "שרייבער פארום"!

געפאוסט: מיטוואך אוגוסט 30, 2023 10:37 am
דורך אלף טויב
יישר כח @חצקל משמש פארן אויסקלארן!

איז פארהאן אדער און פלאן פאר א בזינדערע פארום פאר נאר באשטעטיגטע נעמען?

Re: 2 פרישע חידושים אין אידטיש: "אמת'ע נעמען" און "שרייבער פארום"!

געפאוסט: מיטוואך אוגוסט 30, 2023 10:40 am
דורך חצקל משמש
יא עס איז דא אזא געדאנק

Re: 2 פרישע חידושים אין אידטיש: "אמת'ע נעמען" און "שרייבער פארום"!

געפאוסט: מיטוואך אוגוסט 30, 2023 10:42 am
דורך ירחמיאל מאניש
סהערט זיך אינטערסאנט

Re: 2 פרישע חידושים אין אידטיש: "אמת'ע נעמען" און "שרייבער פארום"!

געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 4:42 pm
דורך צווייזייטיג
דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 30, 2023 8:35 am זיי זענען דאך נישט געקומען פאר פובליק, זיי זענען מסתמא שטארק פארנומענע מענטשן. באט איך גלייב אז א טעמע וואס אינטערסירט זיי וועלן זיי זיך לאזן הערן דא אויך.
עכ"פ ווען זיי קומען מיט זייער עכטע נעמען ווילן זיי אזוי איינרעדן..

Re: 2 פרישע חידושים אין אידטיש: "אמת'ע נעמען" און "שרייבער פארום"!

געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 8:34 pm
דורך העלדיש
א שטארקע זאך. עס געבט צו צו די ערנסטקייט פון די גאנצע זאך ווען עס אז דא ''עכטע'' מענטשן.

Re: 2 פרישע חידושים אין אידטיש: "אמת'ע נעמען" און "שרייבער פארום"!

געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 8:36 pm
דורך דאפלטער
העלדיש האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 8:34 pm א שטארקע זאך. עס געבט צו צו די ערנסטקייט פון די גאנצע זאך ווען עס אז דא ''עכטע'' מענטשן.
וויאזוי הייסט א איד?

Re: 2 פרישע חידושים אין אידטיש: "אמת'ע נעמען" און "שרייבער פארום"!

געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 8:43 pm
דורך העלדיש
דאפלטער האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 8:36 pm
העלדיש האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 8:34 pm א שטארקע זאך. עס געבט צו צו די ערנסטקייט פון די גאנצע זאך ווען עס אז דא ''עכטע'' מענטשן.
וויאזוי הייסט א איד?
:lol: :lol: :lol:
איך שעם זיך נאך דערווייל... אבער איך שעץ די וואס זענען יא ארויסגעקומען אין די עפענטליכקייט מיט זייער אידענטיטעט.

Re: 2 פרישע חידושים אין אידטיש: "אמת'ע נעמען" און "שרייבער פארום"!

געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 8:44 pm
דורך דאפלטער
העלדיש האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 8:43 pm
דאפלטער האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 8:36 pm
העלדיש האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 8:34 pm א שטארקע זאך. עס געבט צו צו די ערנסטקייט פון די גאנצע זאך ווען עס אז דא ''עכטע'' מענטשן.
וויאזוי הייסט א איד?
:lol: :lol: :lol:
איך שעם זיך נאך דערווייל... אבער איך שעץ די וואס זענען יא ארויסגעקומען אין די עפענטליכקייט מיט זייער אידענטיטעט.
מיך מאכט עס נערוועז

Re: 2 פרישע חידושים אין אידטיש: "אמת'ע נעמען" און "שרייבער פארום"!

געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 8:45 pm
דורך דאפלטער
אויב איך וויל ווערן א שרייבער קען איך אויך אריין גיין אינעם פארום?

Re: 2 פרישע חידושים אין אידטיש: "אמת'ע נעמען" און "שרייבער פארום"!

געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 8:46 pm
דורך העלדיש
דאפלטער האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 8:44 pm
העלדיש האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 8:43 pm
דאפלטער האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 8:36 pm

וויאזוי הייסט א איד?
:lol: :lol: :lol:
איך שעם זיך נאך דערווייל... אבער איך שעץ די וואס זענען יא ארויסגעקומען אין די עפענטליכקייט מיט זייער אידענטיטעט.
מיך מאכט עס נערוועז
איך זעה נישט פארוואס.
פאר סאם ריעזאן אין אנדערע מקומות ווי מען טאר נישט פארציילן די נאמען פירן זיך מענטשן אויף אסאך מער נעגעטיוו

Re: 2 פרישע חידושים אין אידטיש: "אמת'ע נעמען" און "שרייבער פארום"!

געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 8:48 pm
דורך דאפלטער
yidtish האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 29, 2023 5:28 pm



אין די זעלבע צייט, האט אידטיש ס'איז כעת פארהאן דארט שרייבער פון: קול מבשר - דער איד - דער בלאט - מאמענט - שריפט - שטיבל - אינטערסאנט - וואונדערקינד - היימשטאט - באלעבוסטע - יעזורו - ועוד.




שיק אריין דעם אויסצוג פאר וויזניץ לאנדאן רבי (לרפוא"ש)

אוי שלום שלום צווישן אידן...

Re: 2 פרישע חידושים אין אידטיש: "אמת'ע נעמען" און "שרייבער פארום"!

געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 8:49 pm
דורך דאפלטער
העלדיש האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 8:46 pm
דאפלטער האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 8:44 pm
העלדיש האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 8:43 pm

:lol: :lol: :lol:
איך שעם זיך נאך דערווייל... אבער איך שעץ די וואס זענען יא ארויסגעקומען אין די עפענטליכקייט מיט זייער אידענטיטעט.
מיך מאכט עס נערוועז
איך זעה נישט פארוואס.
פאר סאם ריעזאן אין אנדערע מקומות ווי מען טאר נישט פארציילן די נאמען פירן זיך מענטשן אויף אסאך מער נעגעטיוו
נעגאטיוו האט גארנישט מיט דעם,
נעגאטיוו ווערט מען ווען יעדע רויטע ניק איז א כבוד הרב שליט"א...

Re: 2 פרישע חידושים אין אידטיש: "אמת'ע נעמען" און "שרייבער פארום"!

געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2023 12:29 am
דורך וואוילער
כ'וואלט מיך איינגעשריבן מיט מיין נאמען, אבער כ'קען עס נישט טוהן מפני כבוד המשפחה.

Re: 2 פרישע חידושים אין אידטיש: "אמת'ע נעמען" און "שרייבער פארום"!

געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2023 12:35 am
דורך להגדיל הטראסק
וואוילער האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2023 12:29 am כ'וואלט מיך איינגעשריבן מיט מיין נאמען, אבער כ'קען עס נישט טוהן מפני כבוד המשפחה.
עס זענען דא פארהאן ניקים וואס האבן זיך איינגעשריבן מיט זייערע עכטע נעמען - אבער דאס נוצן זיי נישט פאר געווענליכע תגובות, נאר פאר פערזענליכע מעסעדזשעס וועלכע האבן נישט קיין אינטערנעט אפדרוקן, צב"ש די יחוס אשכול. אלע אנדערע נוצן זיי א ניק נאמען.

Re: 2 פרישע חידושים אין אידטיש: "אמת'ע נעמען" און "שרייבער פארום"!

געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2023 1:11 am
דורך ר׳ יואל קליין
וואס איז די צוהל פאר די שריפטשטעלער אז זיי באקומען א פלאטפארמע? וואס האבן זיי דערפון? זיי קענען זיך מאכן א גוגל גרופס אדער א סלעק טשענעל, וכדומה.
כ׳טריי צו פארשטיין.

Re: 2 פרישע חידושים אין אידטיש: "אמת'ע נעמען" און "שרייבער פארום"!

געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2023 8:35 am
דורך אסמכתא בעלמא
זיי האבן אסאך פריוואטע נושאים צו אדורכטון, וואס מצד אחד ווילן זיי נישט ס'זאל זיין אין פובליק, ומצד שני ווילן זיי אפגעטיילטע טעמעס/אשכולות, וואס איז נאר דא אויף א פארום.

למשל. דער שטיבל וויל דיסקוסירן זייער דעקל פאר קומענדיגע וואך. דער שריפט זוכט איינעם צו העלפן א שרייבער וואס פארט אוועק. א שרייבער אין דער איד וויל פארשטיין פארוואס די אינגע שרייבער האבן געטוישט א געוויסע ספעלינג... וכדומה.

Re: 2 פרישע חידושים אין אידטיש: "אמת'ע נעמען" און "שרייבער פארום"!

געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2023 12:01 pm
דורך אייזיק פ
איך האב געשיקט אן אימעיל זיך אריינצושרייבן אין די שרייבער פארום, אבער דערווייל איז אין קול ואין עונה :(

Re: 2 פרישע חידושים אין אידטיש: "אמת'ע נעמען" און "שרייבער פארום"!

געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2023 12:53 pm
דורך שוש אשיש
א שטיקל פראבלעם...
די עכטע נעמען זענען גורם צו ’מכה רעהו בסתר’...
אויב ביז היינט איז עס געווען מיט א היתר (?) אז אויב עס וועלן זיין שטעכערייען בין הניקים (פארשטייט זיך נאר לש’’ש, פשוט צו מסביר’ן פארוואס ’אונז’ זענען מרבה כבוד שמים און ’זיי’ זענען ממעט) איז עס אבער נאר ’ארור ניק אשר יכה ניק רעהו בסתר’ וכו’ אבער מיט די עכטע נאמען אנטקעגן א פאלשע שוין אן אנדערע סיפור...

ווי אויך: אויב אן ’עכטע נאמען’ זאגט עפעס א מיינונג מעג א פשוט’ער ניק האבן די העזה און טענה’ן פארקערט? אדער עס איז אפגעפרעגט מיניה וביה וויבאלד דער ניק איז א פשוט’ע פחדן ('’אויב דו ביסט אזוי זיכער אין דיר, דאן וואס האסטו מורא ארויסצוקומען אין די עפענטליכקייט???!!!!'’) בדרך צחות...

אויב עס וועלן זיין וויכוחים צווישען ’גרויסע טאטעס’ דזשורנאליסטן און א פשוטער ניק איז עס א גרויס חשש צו ווערן פארוואנדלט אין פארטייען וחסידיות דהיינו מחלת ’אד הומינעם’ און ’פאפאליזעם’... און די גאנצע עניין פון זיך פארשלייערן איז דאך נאר כדי צו קענען ארויסזאגן קלאר די אייגענע מיינונג.
נישט געפערליך, ( אפשר די ערשטע טענה יא?) אידטיש חזקו ואמצו... תעלו מעלה מעלה

והוא רחום וכו’... יויש איז דאס א פעסימיסטישע תגובה... איינשטיין האט שוין געזאגט אז א פעסימיסט איז עמיצער וואס קען טרעפן א פראבלעם צו יעדע לעזונג...

Re: 2 פרישע חידושים אין אידטיש: "אמת'ע נעמען" און "שרייבער פארום"!

געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2023 5:51 pm
דורך פינאנץ מיניסטער
וואלט געווען א גוטע איידיע צו מאכן א פארמאכטע פארום פאר ווער סוויל אריינקומען מיט די אייגענע נאמען.

איך וואלט מיך זיכער איינגעשריבן אהין

Re: 2 פרישע חידושים אין אידטיש: "אמת'ע נעמען" און "שרייבער פארום"!

געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2023 6:00 pm
דורך עצי בשמים
פינאנץ מיניסטער האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2023 5:51 pm וואלט געווען א גוטע איידיע צו מאכן א פארמאכטע פארום פאר ווער סוויל אריינקומען מיט די אייגענע נאמען.

איך וואלט מיך זיכער איינגעשריבן אהין
פארוואס זאל איינער וועלן אוועקגעבן זיין אייגענע נאמען? און וואס קען שוין דער מקבל טון דערמיט?