בלאט 1 פון 11
אליעזר קרויס, אקטועלע אנאליזן אויף 'קול מבשר'
געפאוסט: דינסטאג אוגוסט 29, 2023 2:42 pm
דורך שבת קודש
אליעזר זאגט אין זיין לעצעטע שמועס אז ער איז געווען ביי א נישט היימישע חתונה די זיידעס דארט אין 70-80'ער יארן זענען געטאנצען ווי יונגעלייט
א זאך וואס מען זעהט כמעט נישט ביי אונז, די סיבה איז ווייל זיי מאכן אסאך עקסערסייז,
אפשר דארף מען טאקע מעורר זיין אונזער ציבור איבער די וויכטיקייט פון מאכן עקסערסייז,
ביי אונז קומט מען אין ביהמ''ד מיט די קאר ווען מען וואווינט צוויי הייזער אפגעריקט,
Re: אליעזר קרויס - קול מבשר - אקטועלע אנאליזן
געפאוסט: מיטוואך אוגוסט 30, 2023 2:07 am
דורך טראפקעלע
א שטארקע אמת ליידער.
ס'איז א ווייטאג צו זען ווי 70-80 יעריגע גוים לויפן און באגייען זיך ווי יונגעלייט נאכן מאכן טעגליך עקסערסייז, (א מציאות וואס איך זע כסדר)
און ביי אונז גייט מען שוין שווער אסאך פריער.
Re: אליעזר קרויס - קול מבשר - אקטועלע אנאליזן
געפאוסט: מיטוואך אוגוסט 30, 2023 12:34 pm
דורך שבת קודש
מזל טוב לר' אליעזר קרויס להולדת בנו
Re: אליעזר קרויס - קול מבשר - אקטועלע אנאליזן
געפאוסט: מיטוואך אוגוסט 30, 2023 12:36 pm
דורך אהרן זאב
ווער קאנטאקט אים אין אישי?
כמיין אז אויב האט ער א ניק אויף איי.. מעג ער אפשר אויך דא האבן א ניק..
Re: אליעזר קרויס - קול מבשר - אקטועלע אנאליזן
געפאוסט: מיטוואך אוגוסט 30, 2023 12:50 pm
דורך שמייכלדיג
נע, די 40 יעריגע ביי אונז טאנצן אויך נישט ווי אינגעלייט, ס'איז די מענטעליטעט אז ס'פאסט נישט..
אבער געב א קוק וויאזוי אונז טאנצן ביי קדוש, און וויאזוי זיי טאנצן, נו ווער קען בעסער..
Re: אליעזר קרויס - קול מבשר - אקטועלע אנאליזן
געפאוסט: מיטוואך אוגוסט 30, 2023 1:34 pm
דורך שבת קודש
שמייכלדיג האט געשריבן: ↑מיטוואך אוגוסט 30, 2023 12:50 pm
נע, די 40 יעריגע ביי אונז טאנצן אויך נישט ווי אינגעלייט, ס'איז די מענטעליטעט אז ס'פאסט נישט..
אבער געב א קוק וויאזוי אונז טאנצן ביי קדוש, און וויאזוי זיי טאנצן, נו ווער קען בעסער..
ברענגס ארויס א גוטע פוינט
מאן יימר אז אונזערע עלטערע אידן קענען נישט טאנצן די זעלבע ווי זיי אפשר איז עס פשוט ווייל ביי אונז קומט נישט אז מען זאל טאנצן אזווי זיי
Re: אליעזר קרויס - קול מבשר - אקטועלע אנאליזן
געפאוסט: מיטוואך אוגוסט 30, 2023 1:45 pm
דורך ווירקליך
שמייכלדיג האט געשריבן: ↑מיטוואך אוגוסט 30, 2023 12:50 pm
נע, די 40 יעריגע ביי אונז טאנצן אויך נישט ווי אינגעלייט, ס'איז די מענטעליטעט אז ס'פאסט נישט..
אבער געב א קוק וויאזוי אונז טאנצן ביי קדוש, און וויאזוי זיי טאנצן, נו ווער קען בעסער..
כ'ווייס נישט צי ספאסט נישט, אבער איך פערזענליך שפיר נאכ'ן טאנצן אפאר מינוט ווי אן אויסגעקלאפטע הושענא.
ס'נישט גוט דער מצב...
Re: אליעזר קרויס - קול מבשר - אקטועלע אנאליזן
געפאוסט: מיטוואך אוגוסט 30, 2023 1:53 pm
דורך שבת קודש
ווירקליך האט געשריבן: ↑מיטוואך אוגוסט 30, 2023 1:45 pm
שמייכלדיג האט געשריבן: ↑מיטוואך אוגוסט 30, 2023 12:50 pm
נע, די 40 יעריגע ביי אונז טאנצן אויך נישט ווי אינגעלייט, ס'איז די מענטעליטעט אז ס'פאסט נישט..
אבער געב א קוק וויאזוי אונז טאנצן ביי קדוש, און וויאזוי זיי טאנצן, נו ווער קען בעסער..
כ'ווייס נישט צי ספאסט נישט, אבער איך פערזענליך שפיר נאכ'ן טאנצן אפאר מינוט ווי אן אויסגעקלאפטע הושענא.
ס'נישט גוט דער מצב...
ביי אייגענע שמחה אויך?
דא רעדט מען פון א אייגענע שמחה דעמאלטס טאנצט זיך בעסער
Re: אליעזר קרויס - קול מבשר - אקטועלע אנאליזן
געפאוסט: מיטוואך אוגוסט 30, 2023 1:54 pm
דורך ווירקליך
שבת קודש האט געשריבן: ↑מיטוואך אוגוסט 30, 2023 1:53 pm
ווירקליך האט געשריבן: ↑מיטוואך אוגוסט 30, 2023 1:45 pm
שמייכלדיג האט געשריבן: ↑מיטוואך אוגוסט 30, 2023 12:50 pm
נע, די 40 יעריגע ביי אונז טאנצן אויך נישט ווי אינגעלייט, ס'איז די מענטעליטעט אז ס'פאסט נישט..
אבער געב א קוק וויאזוי אונז טאנצן ביי קדוש, און וויאזוי זיי טאנצן, נו ווער קען בעסער..
כ'ווייס נישט צי ספאסט נישט, אבער איך פערזענליך שפיר נאכ'ן טאנצן אפאר מינוט ווי אן אויסגעקלאפטע הושענא.
ס'נישט גוט דער מצב...
ביי אייגענע שמחה אויך?
דא רעדט מען פון א אייגענע שמחה דעמאלטס טאנצט זיך בעסער
אםם... ביי מיין אייגענע חתונה? די איינע מאל וואס כהאב עס געטון האב איך געוואויגן אזא עלעפאנט'ל ווייניגער ווי יעצט...
Re: אליעזר קרויס - קול מבשר - אקטועלע אנאליזן
געפאוסט: מיטוואך אוגוסט 30, 2023 1:55 pm
דורך שבת קודש
אהרן זאב האט געשריבן: ↑מיטוואך אוגוסט 30, 2023 12:36 pm
ווער קאנטאקט אים אין אישי?
כמיין אז אויב האט ער א ניק אויף איי.. מעג ער אפשר אויך דא האבן א ניק..
מען דארף אים אויך וויכטיג האבן ביי די בלומינגראוו טעמע אלץ וויזניצע חסיד...
Re: אליעזר קרויס - קול מבשר - אקטועלע אנאליזן
געפאוסט: מיטוואך אוגוסט 30, 2023 2:31 pm
דורך שבת קודש
אונזער ציבור מאכט כמעט נישט קיין עקסערסייז מען דארף מעורר זיין איבער דעם
אינדערוואכן פארט מען מיט די קאר צום ביהמ''ד אפילו ווען ס'איז צוויי הייזער געריקט
שבת איז קהל מחיוב צוצשטעלן א ביהמ''ד פאר א יעדע גאס
Re: אליעזר קרויס - קול מבשר - אקטועלע אנאליזן
געפאוסט: מיטוואך אוגוסט 30, 2023 3:06 pm
דורך טובי' שרייבער
ביי די גוים, איז נארמאל צו לויפן פאר עקסערסייז אויפן גאס (פאר די וואס האבן נישט קיין טרעדמיל פארשטייט זיך...)
ביי אידן?.. פרוביר נאר אויס איין טאג צו לויפן... זאגט מיר נאר נאכדעם, וויפיל קעפ זענען געווארן ארויסגעשטעקט פון פענסטער בשעת מעשה...
Re: אליעזר קרויס - קול מבשר - אקטועלע אנאליזן
געפאוסט: מיטוואך אוגוסט 30, 2023 3:09 pm
דורך העלדיש
טובי' שרייבער האט געשריבן: ↑מיטוואך אוגוסט 30, 2023 3:06 pm
ביי די גוים, איז נארמאל צו לויפן פאר עקסערסייז אויפן גאס (פאר די וואס האבן נישט קיין טרעדמיל פארשטייט זיך...)
ביי אידן?.. פרוביר נאר אויס איין טאג צו לויפן... זאגט מיר נאר נאכדעם, וויפיל קעפ זענען געווארן ארויסגעשטעקט פון פענסטער בשעת מעשה...
עס איז דא נאך וועגן צו טון עקסערסייז אויסער דאס לויפן אויף די גאס, שוואכע תירוץ.
Re: אליעזר קרויס - קול מבשר - אקטועלע אנאליזן
געפאוסט: מיטוואך אוגוסט 30, 2023 3:11 pm
דורך טובי' שרייבער
העלדיש האט געשריבן: ↑מיטוואך אוגוסט 30, 2023 3:09 pm
טובי' שרייבער האט געשריבן: ↑מיטוואך אוגוסט 30, 2023 3:06 pm
ביי די גוים, איז נארמאל צו לויפן פאר עקסערסייז אויפן גאס (פאר די וואס האבן נישט קיין טרעדמיל פארשטייט זיך...)
ביי אידן?.. פרוביר נאר אויס איין טאג צו לויפן... זאגט מיר נאר נאכדעם, וויפיל קעפ זענען געווארן ארויסגעשטעקט פון פענסטער בשעת מעשה...
עס איז דא נאך וועגן צו טון עקסערסייז אויסער דאס לויפן אויף די גאס, שוואכע תירוץ.
ווי למשל?.. קייען בשעת'ן עסן?!..
Re: אליעזר קרויס - קול מבשר - אקטועלע אנאליזן
געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 1:51 pm
דורך שבת קודש
ר' אליעזר, המתחיל אומרים לו גמור
האסט ארויפגעברענגט די נושא פון עקסערסייז וואס איז א שטארק וויכטיגע נושא פאר'ן געזונט
אדרבה קום אריין מיט שמוסען מיט מער פרטים איבער דעם וויפיל עקסערסייז מען דארף מאכן וועלעכע סארט עקסערסייז
Re: אליעזר קרויס - קול מבשר - אקטועלע אנאליזן
געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 10:01 pm
דורך וואוילער
ס'וועט זיין א זכי' צו האבן דא ר' אליזער.
(אבער זיין נאמען טאר נישט זיין ארענדז, ווייל ס'נישט זיין עכטע, ס'נאר א ניק

)
Re: אליעזר קרויס - קול מבשר - אקטועלע אנאליזן
געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 10:02 pm
דורך וואוילער
עקסערסייז איז א וויכטיגע נושא!
רוב ציבור ווערט שאקט פון זיך אליין ביי די דרייסיג אדער פריער, אז עפעס גייט זיך נישט, טאנצט זיך נישט...
Re: אליעזר קרויס - קול מבשר - אקטועלע אנאליזן
געפאוסט: פרייטאג סעפטעמבער 08, 2023 1:15 am
דורך דאפלטער
ער גלייכט זייער צו טרעפן די מעלות ביי נישט היימישע חתונות
Re: אליעזר קרויס, אקטועלע אנאליזן אויף 'קול מבשר'
געפאוסט: מוצש"ק סעפטעמבער 09, 2023 8:41 pm
דורך צוזאמגעדרייט
אויך איז אליעזר קרויס געווען פארנומען אז ביי די נישט היימישע חתונות איז נישטא אזא זאך ווי סתם קומען געבן מזל טוב. נאר די נאנטע קומען, און זיי קומען צו די גאנצע חתונה.
ערשטענס איך ווייס נישט צו ס'איז אמת. צווייטענס וואס איז די מעלה דערפון כאפ איך נישט.
Re: אליעזר קרויס, אקטועלע אנאליזן אויף 'קול מבשר'
געפאוסט: זונטאג סעפטעמבער 10, 2023 1:07 am
דורך נקודות טובות
שבת קודש האט געשריבן: ↑דינסטאג אוגוסט 29, 2023 2:42 pm
אליעזר זאגט אין זיין לעצעטע שמועס אז ער איז געווען ביי א נישט היימישע חתונה די זיידעס דארט אין 70-80'ער יארן זענען געטאנצען ווי יונגעלייט
א זאך וואס מען זעהט כמעט נישט ביי אונז, די סיבה איז ווייל זיי מאכן אסאך עקסערסייז,
אפשר דארף מען טאקע מעורר זיין אונזער ציבור איבער די וויכטיקייט פון מאכן עקסערסייז,
ביי אונז קומט מען אין ביהמ''ד מיט די קאר ווען מען וואווינט צוויי הייזער אפגעריקט,
איך האב נישט אויסגעהערט זיין שמועס.
קודם כל לעניית דעתי איז די עסן (פרעסן) די פראבלעם. און נישט די נישט מאכן קיין עקסערסייז.
צווייטענס. די עוורידזש לעבן פון א מאן אין אמעריקע, זאגט גוגעל איז 77 יאר. יעצט זאג מיר נאכאמאל. וואס טוהן אלע זיידעס פון אכציג יאר?
בנוגע עקסערסייז, איז דא אסאך שטודיעס. אבער אלע זאגן אז ארום 25 פראצענט מענער וואס מאכן עקסערסייז.
Re: אליעזר קרויס - קול מבשר - אקטועלע אנאליזן
געפאוסט: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2023 1:03 pm
דורך שבת קודש
שבת קודש האט געשריבן: ↑מיטוואך אוגוסט 30, 2023 2:31 pm
אונזער ציבור מאכט כמעט נישט קיין עקסערסייז מען דארף מעורר זיין איבער דעם
אינדערוואכן פארט מען מיט די קאר צום ביהמ''ד אפילו ווען ס'איז צוויי הייזער געריקט
שבת איז קהל מחיוב צוצשטעלן א ביהמ''ד פאר א יעדע גאס
אפשר זאל מען מאכן א נייע קאמפיין..
#וואק צום ביהמ''ד
Re: אליעזר קרויס, אקטועלע אנאליזן אויף 'קול מבשר'
געפאוסט: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2023 10:30 pm
דורך וואוילער
@שבת קודש איז די צייט וואס איך וואק
Re: אליעזר קרויס, אקטועלע אנאליזן אויף 'קול מבשר'
געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 12, 2023 1:19 pm
דורך שבת קודש
וואוילער האט געשריבן: ↑מאנטאג סעפטעמבער 11, 2023 10:30 pm
@שבת קודש איז די צייט וואס איך וואק
וואו? צו די נענטסטע ביהמ''ד?
Re: אליעזר קרויס, אקטועלע אנאליזן אויף 'קול מבשר'
געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 12, 2023 6:00 pm
דורך וואוילער
שבת קודש האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 12, 2023 1:19 pm
וואוילער האט געשריבן: ↑מאנטאג סעפטעמבער 11, 2023 10:30 pm
@שבת קודש איז די צייט וואס איך וואק
וואו? צו די נענטסטע ביהמ''ד?
גראדע נישט
Re: אליעזר קרויס, אקטועלע אנאליזן אויף 'קול מבשר'
געפאוסט: דינסטאג נאוועמבער 14, 2023 1:22 pm
דורך שבת קודש
ר' אליעזר האט נעכטען געגעבן א שיינע שמועס איבער די נושא פון טערעפיסטען לייסענס און נישט לייסענס
ס'איז קלאר אז מען דארף גיין נאר צו היימישע טערפיסטען אסאך שטובער האבן שוין די נישט היימישע טערעפיסטן צוגרונד געלייגט
אגב האט ער נישט גערעדט איבער די פרייזן וואס טערעפיסטן בעטן אויב ס'איז ריכטיג צו בעטן אזאלכע פרייזן בלויז ווייל מען מוז צוקומען צו זיי,