מסתמא האט געשריבן: ↑מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 11:37 pm
מיינע תמיהות
עמיצער מיט א הסבר וויאזוי בילדינג 7 איז אראפגעקומען? קיין עראפלאן האט נישט אין אים געקראכט און סאיז היבש אוועק פון די טווין טאוערס געווען..
וועלכע אפיס בילדינג וואלקנקראצער איז שוין אראפגעקומען פון א בילדינג פייער? די גאווערנמענט וויל אז כזאל גלייבן אז אפיס פורניטשער האט געגעבן גענוג ברען קראפט פאר די פייער פון בילדינג 7 איר אראפצונעמען.. אויסדריקליך נישט פון קיין דזשעט פיול.. זוי זאגן די אפיציעלע דאקומענטן. ענד דיס דאעסנט עדד אפ טו מי...
בכדי צו צולאזן שטאהל ברויך א פייער זיין א מינימום היץ פון 2500 פערנהייט און דזשעט פיול אלץ אפענע פייער קומט צו א היץ בערך פון 1850 פערנהייט... גוגלטס עס.. טראסט מיך נישט. סאו וויאזוי האט מען געזעהן ביים דערויסענדיגן שיכט פון די טווין טאוער צילאזטע שטאהל רינען? וויאזוי איז עס אזוי הייס געווארן? סאיז לכאורה געווען אין טייל פלעצער אפילו איבער 4000 דעגרי פערנהייט... אבער וויאזוי?
געוויסע עלעמענטן טרעפט מען אויף די 9/11 סייט וועלכע האבן נישט קיין שום הסבר ע”פ דרך הטבע וויאזוי דאס איז אנגעקומען אהין אויב נישט פון א מיליטערישע פעסיליטי.. די עלעמענטן עקספלעינען וויאזוי די פייער האט געקענט ווערן אזוי הייס.
די לאך אין די פענטאגאן איז אסאך קלענער ווי די עראפלאן וואס איז דארטן לכאורה אריינגעפארן... מיעוט מחזיק את המרובה?
יא כנעם עס פון 911 קאנספיראציע טעאריקער.. אבער אדרבה קעמיר עמיצער דערלייכטן די אויגן?
סזענען דא פילע ווידעאוס פון מענטשן אויפן פלאץ בשעת מעשה און לאחר המעשה אז זיי האבן געהערט פיל מיט קליינליכע עקספלאוזשענס.. נניח אז סאיז בס”ה געקומען פון די בילדינגס אראפפאלן און קאמפרעסן די פארכאפטע לופט אין די בנין וואס דאס האט געמאכט די זעצעס..
די 911 קאמיסיע שרייבט אין אן ענטפער צו א ”פרידאם אוו אינפארמעישאן” ריקוועסט אז סאיז נישטא קיין שום אינדיקעישאן פון קיין עקספלאודזשענס... אויף די פאלאו אפ קשיא צו סאיז בכלל אויסגעפארשט געווארן די מעגליכקייט פון אן אויפרייס איז די ענטפער געווען: ניין...
סאו דו בטלן, מיט וועלכע רעכט רעדסטו פון ”אינדיקעישאנס” אויף יא אדער נישט עקספלאוזשענס בשעת ווען דו האסט עס ניטאמאל אויסגעפארשט?? אזוי נידעריג האלטסטו פון די נייגעריגע אמעריקאנער בירגער?
א שטייגער ווי פוטשי וואס האט געשטיפט וואקסין מענדעיטס בשעתן ניטאמאל אפילו אריינקוקן אין נעטשרול אימיוניטי... ניטאמאל האט מען עס אויסגעפארשט...
---------
למען האמת, אני כשלעצמי פארשטיי פחות יותר די טווין טאוער’ס אראפקומען בדרך הטבע, ווייל די פייער אינעם צענטער פונעם בנין איז דאך געווען פארמאכט במילא האט די פייער דערגרייכט אזא היץ, די אויפרייסן איז געווען פון די דרוק פון די קאמפרעסד לופט פארכאפט אין די שטאקן. אבער וואס איז געווען מיט בילדינג 7 ?????! סזעהט אויס ווי א געהעריגע דעמאלישאן... ספאלט צוזאמען מיט ממש זעראו רעזיסטענס.. און נאך אויף אריין... פרעג אן ארכיטעקט אויב דאס מאכט סענס... און די פענטאגאן לאך? בכלל, וויאזוי האט דער טעראריסט מאנאווירט אזא ריזן עראפלאן קלאץ אזוי נידעריג אריין אין די פענטאגאן?
און די מאדנע מאטריאלן וואס מהאט געטראפן אויף די 9/11 סייט וואס מאכן נישט קיין טראפ סענס...
איינמאל מיר האבן געזעהן די גאווערנמענטס/פאוטשיס קאוויד ביהעיוויער, די 2016 טענרום קעגן טראמפ מיט די אלע בלוט בלבולים.. די 2020 מעיל-אין געלעכטער.. מעג מען שוין טראכטן און פרעגן אויכעט אויף צוריקציוועגס.
כהאב בכלל נישט קיין מהלך אדער טעאריע, בס”ה אויבן אויפיגע קשיות.