בלאט 17 פון 17
Re: שאלות צו די הנהלה
געפאוסט: מאנטאג מאי 04, 2026 5:48 pm
דורך מוזיק
בודקע האט געשריבן: ↑מאנטאג מאי 04, 2026 5:47 pm
פון וואס איז די מדובר?
viewtopic.php?t=3511
Re: שאלות צו די הנהלה
געפאוסט: מאנטאג מאי 04, 2026 5:51 pm
דורך ChatGPT
ס'זעהט מיר אויס אז די אלע ניקים וואס זענען לעצטנס נעלם געווארן, זיי זענען געווען די אקטיווע הנהלה. געבליבען דא איז נאר אזעלכע מושטאבא'ס וואס קענען אדער ווילן נישט נעמען קיין אקטיווע ראלע.
די פירקלערייען דא פאר'עיפוש'ן דעם אויר און פארטרייבן יעדע סארט נארמאלקייט.
אפי' @מסתמא קומט שוין כמעט נישט אריין.
Re: שאלות צו די הנהלה
געפאוסט: מאנטאג מאי 04, 2026 5:53 pm
דורך מעקעלע
יא אבער פארוואס האט מען צוגעמאכט די צווייטע פון נעכטן און פארוואס לאט מען יא אודיא וואס איז די חילוק?
Re: שאלות צו די הנהלה
געפאוסט: מאנטאג מאי 04, 2026 5:53 pm
דורך הכל ריוח
ChatGPT האט געשריבן: ↑מאנטאג מאי 04, 2026 5:51 pm
ס'זעהט מיר אויס אז די אלע ניקים וואס זענען לעצטנס נעלם געווארן, זיי זענען געווען די אקטיווע הנהלה. געבליבען דא איז נאר אזעלכע מושטאבא'ס וואס קענען אדער ווילן נישט נעמען קיין אקטיווע ראלע.
די פירקלערייען דא פאר'עיפוש'ן דעם אויר און פארטרייבן יעדע סארט נארמאלקייט.
אפי' @מסתמא קומט שוין כמעט נישט אריין.
העי, דו רייסט מיך סתם אראפ
אמת'דיג גערעדט, כ'בין טאקע לעצטנס געוועהן מער פארנומען, אבער כ'וועל פרובירן צו קעיר נעמען ס'מערסטע שייך.
ביטע באריכטן ווען מ'זעהט א פראבלעם.
Re: שאלות צו די הנהלה
געפאוסט: מאנטאג מאי 04, 2026 5:54 pm
דורך הדסים
ChatGPT האט געשריבן: ↑מאנטאג מאי 04, 2026 5:51 pm
ס'זעהט מיר אויס אז די אלע ניקים וואס זענען לעצטנס נעלם געווארן, זיי זענען געווען די אקטיווע הנהלה. געבליבען דא איז נאר אזעלכע מושטאבא'ס וואס קענען אדער ווילן נישט נעמען קיין אקטיווע ראלע.
די פירקלערייען דא פאר'עיפוש'ן דעם אויר און פארטרייבן יעדע סארט נארמאלקייט.
אפי' @מסתמא קומט שוין כמעט נישט אריין.
שטימט.
@שמח איז קוים געווארן אן אחראי און ער איז נעלם געווארן..
שוין מיין אחראי ניק האקט
Re: שאלות צו די הנהלה
געפאוסט: מאנטאג מאי 04, 2026 5:59 pm
דורך מעקעלע
מעקעלע האט געשריבן: ↑מאנטאג מאי 04, 2026 5:53 pm
יא אבער פארוואס האט מען צוגעמאכט די צווייטע פון נעכטן און פארוואס לאט מען יא אודיא וואס איז די חילוק?
דעי ניק פראבירט ווי ער קען נאר צו עדווירטייזען אודיא האטליין
memberlist.php?mode=viewprofile&u=2857
Re: שאלות צו די הנהלה
געפאוסט: מאנטאג מאי 04, 2026 6:00 pm
דורך הכל ריוח
@מעקעלע
כ'האב דיר געענטפערט אין א פריוואטן מעסעדז
Re: שאלות צו די הנהלה
געפאוסט: מאנטאג מאי 04, 2026 6:03 pm
דורך ChatGPT
הכל ריוח האט געשריבן: ↑מאנטאג מאי 04, 2026 5:53 pm
ChatGPT האט געשריבן: ↑מאנטאג מאי 04, 2026 5:51 pm
ס'זעהט מיר אויס אז די אלע ניקים וואס זענען לעצטנס נעלם געווארן, זיי זענען געווען די אקטיווע הנהלה. געבליבען דא איז נאר אזעלכע מושטאבא'ס וואס קענען אדער ווילן נישט נעמען קיין אקטיווע ראלע.
די פירקלערייען דא פאר'עיפוש'ן דעם אויר און פארטרייבן יעדע סארט נארמאלקייט.
אפי' @מסתמא קומט שוין כמעט נישט אריין.
העי, דו רייסט מיך סתם אראפ
אמת'דיג גערעדט, כ'בין טאקע לעצטנס געוועהן מער פארנומען, אבער כ'וועל פרובירן צו קעיר נעמען ס'מערסטע שייך.
ביטע באריכטן ווען מ'זעהט א פראבלעם.
איך רייס דען אראפ?
זעה נאר וואס די וותיקים האבן געשריבען.
נקודות טובות האט געשריבן: ↑מאנטאג פעברואר 23, 2026 10:04 pm
► Show Spoiler
אגב, אז מען רעדט שוין איז אינטערעסאנט צו באמערקן די פארשידענארטיגע נאטורן צווישן די הנהלה דא.
@אסמכתא בעלמא איז מער דער שרעקעדיגער מנהל. אים זעהט מען נאר אנהויב זמן ביי די פתיחה דרשה, און מער פון דעם זעהט מען אים כמעט נישט. די בחורים ווייסן שוין אז אויב דרייט ער זיך אין ישיבה, איז געהאקטע צרות...
אסמכתא קען יעדען בחור ביים נאמען, קיינער ווייסט נישט ווי אזוי, ער האט נאך קיינמאל פון קיינעם נישט געפרעגט קיין נאמען. ער גריסט קיינמאל נישט קיין בחור, אפילו שבת ווען ער טרעפט איינעם מאכט ער זיך כאילו ער באמערט אים נישט. ס'איז נאר דא איין צייט ווען ער רעדט מיט בחורים, דאס איז ווען א בחור כאפט א היטש מיט אים. ער געבט גערן היטשעס פאר בחורים און טראגט זיי צו ביז די פלאץ וואו זיי דארפן אראפגיין, אפילו אויב עס איז אים אן אומוועג. בשעת מען זיצט ביי אים אין די קאר האט ער נישט קיין שום פראבלעם צו שמועסן מיטן בחור זייער פריינטליך, אבער א מינוט נאכן אראפ לייגן איז מפטירין כדאתמול. די נעקסטע מאל ער טרעפט דעם בחור, וועט ער אים ניטאמאל גריסן. כאילו ער האט דעם בחור נאך קיינמאל נישט אנגעטראפן.
@ווירקליך איז מער דער סארט מנהל וואס האט קיינמאל נישט געהאלטן ביי גארנישט... יותר ממה שעגל רוצה לינק פרה רוצה להניק, ער ענדזשויט אסאך מער צו שמועסן און פארברענגן מיט די בחורים, ווי די בחורים זעלבסט... ער האט נישט קיין שום פראבלעם צו זיצן און שמועסן שטותים און נארישקייטן מיט די בחורים אין לאנטש רום פעסט אריין אין שיעור עיון סדר.... ער האט נישט קיין טראפ נערווען צו די גאנצע מנהל'שאפט, ער קען באשטיין צו האקן א לעבן, נאר מען דארף דאך עפעס טוהן פאר פרנסה...
ווען ער זעהט מיט די שפיץ אויג ווי @אסמכתא בעלמא וואקט אריבער, הויבט ער מיטן גרעסטען תמימות אן קלאטשן מיט די הענט און פליקן מיט די פינגער, "נו נו רבותי רבותי, בענטשן און אראפ אין ביהמ"ד, בענטשן און אראפ".
@
הכל ריוח איז דער שטילער שעמעדיגער צוגעלאזענער משגיח. אלץ מיט א רחמנות'דיג בליק אויף די בחורים, קען בשום אופן נישט געבן קיין פסק פאר א בחור. ער פראבירט אלץ צו מאכן זיכער זיך דורכצוקומען אויף א פרידליכען אופן אפילו מיט די צוהיצטע בחורים. ווען @אסמכתא בעלמא רייסט זיך אויף אויף א בחור וועט ער אלעמאל זיין דער פארמיטלער. די בחורים ווייסן שוין אז צו ממתיק זיין די דינים דארף מען רופן הכל ריוח. ווי לאנג מען זאגט אים צו אז מען גייט שוין זיין וואויל...
גראדע איז ער א מענטש מיט שטארקע פריציפטען און שיטות, אבער מיט א רואיגקייט.
ער קען נישט האלטן קיין דרשה'ס ברבים, ער ווערט רויט. די איינציגע מאל וואס ער האט גערעדט פאר די בחורים איז געווען ביי די שבת התועדות ווען ער האט פארציילט סיפורי צדיקים מוצאי שבת. ער רעדט גראדע פיין, ער קען נאר נישט פארנעמען ווען יעדער קוקט אויף אים.
► Show Spoiler
@לעכטיג איז דער משגיח פון די אנעדערע סניף. ער דרייט זיך אין ישיבה פון צייט צו צייט, אבער האט מיט קיינעם גארנישט. ער קומט אריין, און גייט ארויס, קיינער ווייסט נישט פונקטלעך וואס זיין דזשאב איז. פון די אנדערע זייט איז ער אויך א גרויסע יענטע, ער טראגט און ברענגט, ער מסר'ט בחורים וואס ער טרעפט רייכערן. ווען מען דארף אינפארמאציע פאר א שידוך ווייסט יעדער אז לעכטיג קען אלע בחורים פון אלע סניפים, ער האט עפעס א חוש פון ארויסהאבן א בחור נאר פון אים זעהן.
@צייטווייליג, ער איז דוקא יא דער שטרענגער משגיח. ווען ער קומט אריין אין לאנטש רום 5 מינוט די זמן וואס שיעור עיון הייבט זיך אן, און ער טרעפט בחורים עסן נאך פרישטאג. כאפט ער די טאץ אייער, און אן ארויסזאגן א ווארט טראגט עס אריין אין קאך און פארשפארט די טיר. דערנאך דרייעט ער זיך ארום צו די בחורים און מיט א שטרענגער טאן לאזט ער וויסן, אז אין 3 מינוט איז יעדער איינער אין ביהמ"ד! ער פרעגט נישט, ער געבט נישט קיין סאדזשעסטשענס, און ניטאמאל געבט ער א באפעל. ער דערציילט א פאקט! ביז 3 מינוט איז יעדער אין ביהמ"ד! פארשטייט זיך אז דער עולם פחד'ענט אוועק, ניטאמאל האט מען צייט צו בענטשן נאר מען מאכן א ברכה קצרה און מען פיצט אפ פון שטח...
ווען דער צונעמט א בחור מאכט ער אים שפירן כעפרא דעלמא. דער בחור וואלט שוין ענדערש געוואלט פארשלינגען ווערן דורך א שלאנג, אבי נישט צו פארהאלטן ווערן דורך צייטווייליג.
@אסמכתא בעלמא איז שוין נישט מיט אונז... די בחורים ווייסן עס, דעריבער איז נישטא קיין דיסציפלין
Re: שאלות צו די הנהלה
געפאוסט: מאנטאג מאי 04, 2026 6:09 pm
דורך הכל ריוח
ביטע זיך נישט קריגן פערזענליך
Re: שאלות צו די הנהלה
געפאוסט: זונטאג מאי 10, 2026 6:04 pm
דורך מלך בייוואז
פארוואס איז די קאסא גראנדא אשכל געווארן פארשפארט?
Re: שאלות צו די הנהלה
געפאוסט: פרייטאג מאי 15, 2026 9:28 am
דורך איש ציון
וואס קען איינער וואס האט זיך איינגעשריבן פאר א נייע ניק טון אז מען זאל אים עפענען די נייע ניק?
Re: שאלות צו די הנהלה
געפאוסט: פרייטאג מאי 15, 2026 11:11 am
דורך מערכת אידטיש
איש ציון האט געשריבן: ↑פרייטאג מאי 15, 2026 9:28 am
וואס קען איינער וואס האט זיך איינגעשריבן פאר א נייע ניק טון אז מען זאל אים עפענען די נייע ניק?
אויב איז עס א ניק וואס משום איזה סיבה קען נישט ווערן אנגענומען וועט מען זיך פארבינדן מיט יענעם
היינט האט מען אנגענומען עטליכע נייע ניקס
Re: שאלות צו די הנהלה
געפאוסט: מאנטאג מאי 18, 2026 5:47 pm
דורך מלך בייוואז
איך האב שוין עטליכע מאל געשריבן אויף די לב טהור טעמע אבער עס ווערט נישט באשטעטיגט ווייל מען זאגט מיר אז עס פירט צו היץ אבער שארפערע מעסידזשעס ווערן יא באשטעטיגט
ווען גייט יא א פאסט ארויף און ווען נישט?
Re: שאלות צו די הנהלה
געפאוסט: מאנטאג מאי 18, 2026 7:43 pm
דורך ווירקליך
מלך בייוואז האט געשריבן: ↑מאנטאג מאי 18, 2026 5:47 pm
איך האב שוין עטליכע מאל געשריבן אויף די לב טהור טעמע אבער עס ווערט נישט באשטעטיגט ווייל מען זאגט מיר אז עס פירט צו היץ אבער שארפערע מעסידזשעס ווערן יא באשטעטיגט
ווען גייט יא א פאסט ארויף און ווען נישט?
מען אפראווט נייעס, אפדעיטס, און אקטועלע באריכטן.
נישט צווישנרופן אדער פראגעס וואס טריגערן היץ.
איך ווייס נישט צו וועלכע פאוסטס דו באציסט זיך, איך רעד אין אלגעמיין.
Re: שאלות צו די הנהלה
געפאוסט: מאנטאג מאי 18, 2026 8:27 pm
דורך מלך בייוואז
ווירקליך האט געשריבן: ↑מאנטאג מאי 18, 2026 7:43 pm
מלך בייוואז האט געשריבן: ↑מאנטאג מאי 18, 2026 5:47 pm
איך האב שוין עטליכע מאל געשריבן אויף די לב טהור טעמע אבער עס ווערט נישט באשטעטיגט ווייל מען זאגט מיר אז עס פירט צו היץ אבער שארפערע מעסידזשעס ווערן יא באשטעטיגט
ווען גייט יא א פאסט ארויף און ווען נישט?
מען אפראווט נייעס, אפדעיטס, און אקטועלע באריכטן.
נישט צווישנרופן אדער פראגעס וואס טריגערן היץ.
איך ווייס נישט צו וועלכע פאוסטס דו באציסט זיך, איך רעד אין אלגעמיין.
איך באתי מיט ווען איך האב גענטפערט ווען איינער האט געזאגט אז מען הערות נישט פון די עסקנים האב איך גענטפערט ווי מען קען יא
Re: שאלות צו די הנהלה
געפאוסט: מאנטאג יוני 01, 2026 2:08 pm
דורך נייגעריגער קאטשקע
ס'איז שוין דאס 2טע מאל איך באקום א ווארענונג אין אישי

אבער דער לינק וואס בייגעלייגט פירט צום טעמע, נישט צום געמעקטן פאוסט.
ביים ערשטן מאל גראדע האב איך געוויסט פון וואס מ'רעדט.
איצט האב איך באקומען נאך איינס, איך געדענק נישט עפעס קאנטערווערסיאל אין יענעם טעמע בכלל, און איך האב נישט קיין אהנונג על מה יצא הקצף.
אפשר וואלט געווען ריכטיג צו לייגן א ציטאט פונעם פאוסט אינעם אישי, אז דער געווארנטער זאל קענען וויסן אויף וואס מ'ווארנט איהם.
ולמזהיר ולנזהר שלומים תן וכו'.