בלאט 1 פון 1
נייעס אגענטור
געפאוסט: מיטוואך אוגוסט 23, 2023 4:24 pm
דורך נייעס אגענטור

- PSX_20230628_133807 (1) (2).png (121.41 KiB) געזען געווארן 941 מאל
מיר זענען אויך דא אויף איד טיש!
Re: נייעס אגענטור
געפאוסט: מיטוואך אוגוסט 23, 2023 4:37 pm
דורך גליק
ני ווי ביסטו?
Re: נייעס אגענטור
געפאוסט: מיטוואך אוגוסט 23, 2023 4:43 pm
דורך ווירקליך
יהא בואכם לברכה!
Re: נייעס אגענטור
געפאוסט: מיטוואך אוגוסט 23, 2023 5:08 pm
דורך דער תהלים איד
טשיהא. שלום עליכם!!
Re: נייעס אגענטור
געפאוסט: מיטוואך אוגוסט 23, 2023 6:07 pm
דורך הייסע גרעיפ דזשוס
שלום עליכם! ש'כח פארן אהערקומען מהנה זיין דעם ציבור. נו ווארט מיר..
Re: נייעס אגענטור
געפאוסט: מיטוואך אוגוסט 23, 2023 6:12 pm
דורך דער תהלים איד
Re: נייעס אגענטור
געפאוסט: מיטוואך אוגוסט 23, 2023 6:19 pm
דורך דזשארדזש וואשינגטאן
אונז אלע ווארטן אויף דיר!!
קום אריין מיט א שטארקייט, און הייב אהן פיטערען דעם עולם מיט פרישע זאפטיגע נייעס.
Re: נייעס אגענטור
געפאוסט: מיטוואך אוגוסט 23, 2023 6:30 pm
דורך נייעס אגענטור
פאר די אלע וואס פרעגן, ווען מ'וועט ברענגען נייעס???
ס'וועט נאך נעמען א קורצע וויילע ביז מיר וועלן ענדיגן צו ערלעידיגן אלע דעטאלן גרייט אויף צו ברענגען נייעס וואס זאל זיין פאסיג צו ארויף געלייגט ווערן על שלחן המלך!
אין דעם געלעגנהייט טוען מיר מעלדן אז עס ווערט געזיכט פאסיגע חברע'לייט זאלן פיטערן די אויסגעדארשטע איד טיש ליינער מיט פיינע פרישע נייעס! פאר מער דעטאלן ביטע קומען אין אישי!
ווארט מיט שפאנונג
Re: נייעס אגענטור
געפאוסט: דינסטאג אוגוסט 29, 2023 3:22 pm
דורך נייעס אגענטור

- אוקריינע.png (13.5 KiB) געזען געווארן 632 מאל
פריגאזשין איז באגראבן געווארן אין א געהיימע צערעמאניע אן די אנוועזנהייט פון פוטין, אין שטאט פאראכאווסקי.

- ezgif.com-gif-maker (2) (1).jpg (143.39 KiB) געזען געווארן 632 מאל
Re: נייעס אגענטור
געפאוסט: דינסטאג אוגוסט 29, 2023 3:45 pm
דורך דער תהלים איד
אט אזוי! וועלקאם!
א ריזן יישר כח.
Re: נייעס אגענטור
געפאוסט: מאנטאג סעפטעמבער 23, 2024 5:06 pm
דורך נייעס אגענטור

- אוקריינע.png (13.5 KiB) געזען געווארן 367 מאל
מאסיווע אויפרייסן באריכטעט אין זאפאריזשעא
Re: נייעס אגענטור
געפאוסט: מאנטאג סעפטעמבער 23, 2024 5:13 pm
דורך חיים יוסף
דער בחור איז יא דא
Re: נייעס אגענטור
געפאוסט: מאנטאג סעפטעמבער 23, 2024 5:14 pm
דורך נייעס אגענטור

- אוקריינע.png (13.5 KiB) געזען געווארן 366 מאל
אומגעפער 13 מענטשן, 7 פרויען, 5 מענער, און איין קינד אין עלטער פון 15 יאר, און דירעקטאר רעזולטאט פון א רוסישן מיסל אטאקע אין שטאט זאפארעזשעא,
Re: נייעס אגענטור
געפאוסט: מאנטאג סעפטעמבער 23, 2024 5:30 pm
דורך נייעס אגענטור

- אוקריינע.png (13.5 KiB) געזען געווארן 365 מאל
אוקראינע פרעזידענט וולאדימאר זעלענסקי וואס איז אין די טעג אין אמעריקע, צום יערלעכער "יו ען" גענעראל פארזאמלונג, פלאנירט פארצולייגן א אזוי גערופענע "שלום פלאן" פאר פרעזידענט ביידן, טראמפ, און פרוי העריס,
אזוי אויך וועט זעלענסקי פרובירן דורכאויס זיינע געשפרעכן מיט ביידן און ווייסע הויז באאמטע פרובירן צו לייגן דרוק אויף אמעריקע צו ערלויבן אוקראינע זיך צו באנוצן מיט אמעריקאנער געמאכטע וואפן טיף אריין אינערהאלב רוסלאנד וואס די ווייסע הויז טוט דערווייל נישט ערלויבן אוקראינע,
און אנדערע נייעס וועט די ווייסע הויז מעלדן די וואך איבער א פרישן מיליטערישע הילף פעקל פאר אוקראינע אין די ווערד פון 375 מיליאן דאלאר....
אין בילד אוקראינע פרעזידענט זעלענסקי נעכטן ביים באזוכן א וואפן פאבריק פון אמעריקאנער וואפן וואס ווערט געשיקט פאר אוקראינע אינאיינעם מיטן אידישן גאווערנאר פון פענסילוועניע דזשאזש שפירא
Re: נייעס אגענטור
געפאוסט: מאנטאג סעפטעמבער 23, 2024 5:37 pm
דורך נייעס אגענטור

- אוקריינע.png (13.5 KiB) געזען געווארן 364 מאל
פירער פון די פוילישע באפעלקערונג אין פענסילוועניע האבן אינדארסירט
וויצא פרעזידענט העריס נאכן אויסדרוקן צווייפלונג וויאזוי "טראמפ" וועט זיך אומגיין מיטן מלחמה אין
אוקראינע
דאס קומט נאך וואס ביידע קאמפיינס האבן שווער געארבעט צו באקומען זייער אינדארסירונג נעמענדיג אין באטראכט, אז אין פענסילוועניע איז פארהאנען א באדייטענע צאל "פוילישע אפשטאמונגע" וואס קען שטארק אויסמאכן אין אזא קריטישע סווינג שטאט ווי פענסילוועניע, וואס קען אנטשיידן די געווינער פונעם באפארשטייענדע, פרעזידענטליכע וואלן
Re: נייעס אגענטור
געפאוסט: מאנטאג סעפטעמבער 23, 2024 5:40 pm
דורך נייעס אגענטור
קאמישע געשיכטע זיך אפגעשפילט אין בארא פארק....
Re: נייעס אגענטור
געפאוסט: מאנטאג סעפטעמבער 23, 2024 5:49 pm
דורך חיים יוסף
נייעס אגענטור האט געשריבן: ↑מאנטאג סעפטעמבער 23, 2024 5:37 pm
אוקריינע.png
פירער פון די פוילישע באפעלקערונג אין פענסילוועניע האבן אינדארסירט
וויצא פרעזידענט העריס נאכן אויסדרוקן צווייפלונג וויאזוי "טראמפ" וועט זיך אומגיין מיטן מלחמה אין
אוקראינע
דאס קומט נאך וואס ביידע קאמפיינס האבן שווער געארבעט צו באקומען זייער אינדארסירונג נעמענדיג אין באטראכט, אז אין פענסילוועניע איז פארהאנען א באדייטענע צאל "פוילישע אפשטאמונגע" וואס קען שטארק אויסמאכן אין אזא קריטישע סווינג שטאט ווי פענסילוועניע, וואס קען אנטשיידן די געווינער פונעם באפארשטייענדע, פרעזידענטליכע וואלן
וויל איך נישט לייקן
Re: נייעס אגענטור
געפאוסט: מאנטאג סעפטעמבער 23, 2024 5:51 pm
דורך נייעס אגענטור

- אוקריינע.png (13.5 KiB) געזען געווארן 344 מאל
דער נייער איראנער פרעזידענט פאזישיקיאן, זאגט אז זיין לאנד האט קיינמאל נישט בארעכטיקט די "אומלעגאלע ברוטאלע רוסישע אינוואזיע" אויף אוקראינע, און ווידעראמאל געלייקנט די באשולדיקונגען פון די מערב וועלט לענדער אז זיין לאנד האט געשיקט באליסטישע מיסילס פאר רוסלאנד, זייט ער איז ארויף אויפן בענקל,
אזוי אויך זאגט ער אז זיין לאנד איז גרייט זיך אראפצוזעצן מיט אייראפעישע לענדער און מיט אמעריקע אויף נוקלעארע געשפרעכן און וויאזוי אויפצובויען באצואונגען מיט די מערב וועלט,
Re: נייעס אגענטור
געפאוסט: מאנטאג סעפטעמבער 23, 2024 5:55 pm
דורך הוחזק כפרן
חיים יוסף האט געשריבן: ↑מאנטאג סעפטעמבער 23, 2024 5:49 pm
נייעס אגענטור האט געשריבן: ↑מאנטאג סעפטעמבער 23, 2024 5:37 pm
אוקריינע.png
פירער פון די פוילישע באפעלקערונג אין פענסילוועניע האבן אינדארסירט
וויצא פרעזידענט העריס נאכן אויסדרוקן צווייפלונג וויאזוי "טראמפ" וועט זיך אומגיין מיטן מלחמה אין
אוקראינע
דאס קומט נאך וואס ביידע קאמפיינס האבן שווער געארבעט צו באקומען זייער אינדארסירונג נעמענדיג אין באטראכט, אז אין פענסילוועניע איז פארהאנען א באדייטענע צאל "פוילישע אפשטאמונגע" וואס קען שטארק אויסמאכן אין אזא קריטישע סווינג שטאט ווי פענסילוועניע, וואס קען אנטשיידן די געווינער פונעם באפארשטייענדע, פרעזידענטליכע וואלן
וויל איך נישט לייקן
כ'בעט דיר, טו דאס נישט!
Re: נייעס אגענטור
געפאוסט: מאנטאג סעפטעמבער 23, 2024 5:57 pm
דורך אנדערער
נייעס אגענטור האט געשריבן: ↑מאנטאג סעפטעמבער 23, 2024 5:51 pm
אוקריינע.png
דער נייער איראנער פרעזידענט פאזישיקיאן, זאגט אז זיין לאנד האט קיינמאל נישט בארעכטיקט די "אומלעגאלע ברוטאלע רוסישע אינוואזיע" אויף אוקראינע, און ווידעראמאל געלייקנט די באשולדיקונגען פון די מערב וועלט לענדער אז זיין לאנד האט געשיקט באליסטישע מיסילס פאר רוסלאנד, זייט ער איז ארויף אויפן בענקל,
אזוי אויך זאגט ער אז זיין לאנד איז גרייט זיך אראפצוזעצן מיט אייראפעישע לענדער און מיט אמעריקע אויף נוקלעארע געשפרעכן און וויאזוי אויפצובויען באצואונגען מיט די מערב וועלט,
שטארקע נייעס אויב אמת
Re: נייעס אגענטור
געפאוסט: מאנטאג סעפטעמבער 23, 2024 10:30 pm
דורך נייעס אגענטור
די נאציאנאלע האריקען צענטער אין מיאמי האלט אן אויג אויף א סיסטעם אין די גאלף אוו מעקסיקאו וואס האט די פאטענציאל אויסצושטייגן אלץ א טראפישע שטורעם אין לויף פון די קומענדיקע 24 שעה און קען זיך דערנאך פאררשטערקערן ביז צו א קאטעגאריע 3 האריקען אדער שטערקער בעפארן אנגרייפן אויף חלקים פון פלארידע און די ארומיגע שטאטן די שטורעם וואס געפינט זיך נישט ווייט פון די קובא בארטענעס איז ערווארטעט שפעטער אין וואך צו ארויפמארשירן לענגאויס די פלארידע ברעגעס ווי עס וועט אויפפיקן מוישטער און דערנאך מארשירן לענגאויס פלארידע און די ארומיגע שטאטן די שטורעם איז נישט ערווארטעט אנצוקומען צו די טרייסטעט
Re: נייעס אגענטור
געפאוסט: מאנטאג סעפטעמבער 23, 2024 10:35 pm
דורך נייעס אגענטור
איראן: איראנס נייער פרעזידענט פאזישיקיאן זאגט דורכאויס ענטפערס פאר רעפארטעס אין ניו יארק ווי ער געפינט זיך אין ליכט פון די יו ען דזשענערל אסעמבלי אז איראן איז גרייט אראפצונידערן די אנגעצויגענקייט מיט מדינת ישראל אזוי לאנג ווי מדינת ישראל טוט דאס זעלבע,
Re: נייעס אגענטור
געפאוסט: מאנטאג סעפטעמבער 23, 2024 10:48 pm
דורך נייעס אגענטור
ענגלאנד: גרויסע חלקים פון מזרח ענגלאנד זענען פארפלייצט געווארן מיט מאסיווע רעגענעס וואס האט געפירט צו פאלעזירונג אויף הויפט שאסייען און געפירט צו כיאיאס און געגענטער ווי London submerged און Bedfordshire די פארפלייצונגען קומען נאכדעם וואס טייל געגענטער האבן באקומען אין 24 שעה אזוויפיל רעגן ווי זיי באקומען געווענלעך אין איבער א חודש צייט אפשניט פירענדיג צו פארפלייצטע שאסייען און קארן זאלן פארוואנדעלט ווערן אין שיפן רעטונגס אגענטורן זענען אלעמירט געווארן איבער פארשידענע סצענעס פון מענטשן מיט געשטרענדעטע קארס ווארטנדיג פאר הילף
Re: נייעס אגענטור
געפאוסט: מאנטאג סעפטעמבער 23, 2024 10:57 pm
דורך נייעס אגענטור
וואשינגטאן: דורכאויס א באזוך היינט אין ווייסן הויז פון די פרעזידענט פון די "יונייטעד אראב אימערעטס" האט פרעזידענט ביידן דיגנאזירט "דובאי" אלץ די צווייט מאכטפולסטע דיפענס שותף מיט אמעריקע איינס נאך אינדיע
דאס איז געווען די ערשטע מאל אין היסטאריע וואס א פירער פון די אימעראטן זאל באזוכן אפיציעל וואשינגטאן