בלאט 77 פון 77

Re: גיוס בני ישיבות

געפאוסט: דינסטאג יולי 28, 2026 10:12 am
דורך גאלדבערג
זלמעלע האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 15, 2026 11:10 am שרול אייכלער (אגודיסטישע קאנדידאט פון בעלז) האט וידער גענומען אפאסטן אין די ממשלה, און "צובראכן" די "בוייקאט" פון די פרומע פארטייען אנטקעגן די ממשלה וועגן די גיוס. פארשטייט זיך אז גור און נאך לאכן פון עם, און אטקירט עם.

(יעצט ווער וואס קען נישט וויזוי איז געבויעט די רגירונג במדינת הציונים זאל ביטע נישט ליינען דעם פאוסט, ווייל ער וועט גאר נישט פארשטאנען).

און כ'פארשטעיי בכלל נישט די אטאקעס אנטקעגן אייכלער.

ממה נפשך:

די וואס האלטן יא פון די געפלאנטע חוק הגיוס - דארפן זיין צופרידן פון די ממשלה, ווייל אין די לעצטע חדשים מאכט די ראש ממשלה אלעס כדי זאל עס אריבער גיין: ער האט ארויס געווארפן די זיכערהייט מיניסטער (גאלאנט), ארויס געווארפן די הויפט פון זיכערהייט קאמיטעיי (עדעלשטיין), און בכלל ער שטופט שטארק די געזעץ, כאטש די העצע וואס ער כאפט פון אלע זייטן, פון די פרעסע, פון די לינקע, וכו' וכו'.

און די וואס האלטן נישט פון די געפלאנטע חק הגיוס - זיי זענען מודה אז די געזעץ איז בעסער ווי אום געזעץ, נאר זיי האלטן אז פרומע טאר'ן נישט מסכים זיין צו דעם וייל דאס הייסט הסכמה צו גיוס, אבער דאס אז די פרייע רעגירונג שטופט עס איז נישט קיין עוולה וייל דאך עס איז וויניג גיפערליך ווי די מצב איז יעצט כהיום הזה.

און בעסערע געזעץ קעמען דאך טאקע נישט אריבערפירן ווייל בג"ץ וועט עס פסל'נען אויף די מינוט.

במילא כ'פארשטיי נישט די טענה דא אנטקעגן די רעגירונג.

ביבי שר"י איז אגרויסע רשע - זיכער. אבער אזוי ווי די מעיאר פון תל אביב (חולדאי שר"י) און די מעיאר פון ניו יארק (מאמדאני יר"ה) זענען גרויסער רשעים, אבער אין גיוס בני הישיבות זיי זענען נישט שולדיג... אפילו ווען מ'ארעסטירט רח"ל בחורי ישיבות אין תל אביב אדער אין נתיבות - זענען די ארטיגע מעיאר'ס גאר נישט שולדיג... אינו ביכלתם כלל.. אזוי אויך ביבי, ווען בג"ץ פסל'ט די חוקי הגיוס און ער הייסט דיערקט פאר די מיליטער ארעסטירן בחורי הישיבות, איז ביבי האט נישט קיין וורט דערין.
אדרבא. בג"ץ מיט די מיס. מיארא שר"י האבן ממש יעצט געפרליך ברוגז אויף די ממשלה פארוואס זיי פאלגן עם נישט און לייגן נישט שטרופן אויף די בחורי הישיבות.
אז וואס וויל מען פון זיי?
חוץ - אויב ער קען אריבערפירן א נייע געזעץ פון דיחוי לבחורי הישיבות, און ער טו עס נישט, אבער לויט די וואס האלטן אז די נייע געזעץ איז נישט גוט - איז פארוואס קען נישט גאלדקנאפף צוריק צו די רעגירונג? כ'פארשטעיי טאקע נישט. זאל ער צוריק נעמען זיין פאזיצייע און העלפן וואס מ'קען צו די בחורי ישיבות און פרומע וועלט בכלל.

חוץ... אויב האט גור אאפמאך אונטערן טיש מיט די לינקע (ע"ע די "תרגיל המסריח" פון תשנ"ב וואס גור האט געשטופט...)... דעמאלט מאכט עס יא סענס...
בעלז שטיפט אפיציעל צו ווערן סופרים און אלע סארט מלאכות אינטערן מיליטערישן פליגל און נישט דארפן אנטון די קליידער פינעם מיליטער
עס איז נאך א טריק פינעם מדינה אריין צום חרדישן ציבור

Re: גיוס בני ישיבות

געפאוסט: דינסטאג יולי 28, 2026 10:19 am
דורך גאלדבערג
זלמעלע האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 03, 2026 2:30 pm באריכט פון די אלגמיינע פרעססע:

האדמו"ר מבעלזא והאדמו"ר מקרלין השתתפו בניסוח הכללים הדתיים שנכנסו לפקודות מטכ"ל כדי לשלב חרדים בצה"ל. שתי דמויות משמעותיות מאוד במיינסטרים החרדי שנטלו חלק בשיח מול צה"ל, שלחו נציגים מטעמם בפגישות ואישרו את סעיפי הפקודות. (יואלי ברים).
היינט איז עס שוין נישט שייך צו פארלייקענען דעם באריכט
ס'שוין ידוע לכל די בעלזע אפיציעלע מיטארבעט

Re: גיוס בני ישיבות

געפאוסט: דינסטאג יולי 28, 2026 4:07 pm
דורך אנדערער
גאלדבערג האט געשריבן: דינסטאג יולי 28, 2026 10:12 am בעלז שטיפט אפיציעל צו ווערן סופרים און אלע סארט מלאכות אינטערן מיליטערישן פליגל
סופרים אונטער מיליטער?

Re: גיוס בני ישיבות

געפאוסט: דינסטאג יולי 28, 2026 5:18 pm
דורך גאלדבערג
אנדערער האט געשריבן: דינסטאג יולי 28, 2026 4:07 pm
גאלדבערג האט געשריבן: דינסטאג יולי 28, 2026 10:12 am בעלז שטיפט אפיציעל צו ווערן סופרים און אלע סארט מלאכות אינטערן מיליטערישן פליגל
סופרים אונטער מיליטער?
יא
עס איז א מהלך פון אפיציעל העלפן די עולם מיט פרנסות און זיך לערנען א אומנות
סופרות איז אויכעט אינעם כלל עס ווערט גערעכנט פאר געדינט אין צה''ל אפילו מיט די ציווילע קליידונג

Re: גיוס בני ישיבות

געפאוסט: דינסטאג יולי 28, 2026 10:30 pm
דורך אנדערער
גאלדבערג האט געשריבן: דינסטאג יולי 28, 2026 5:18 pm
אנדערער האט געשריבן: דינסטאג יולי 28, 2026 4:07 pm
גאלדבערג האט געשריבן: דינסטאג יולי 28, 2026 10:12 am בעלז שטיפט אפיציעל צו ווערן סופרים און אלע סארט מלאכות אינטערן מיליטערישן פליגל
סופרים אונטער מיליטער?
יא
עס איז א מהלך פון אפיציעל העלפן די עולם מיט פרנסות און זיך לערנען א אומנות
סופרות איז אויכעט אינעם כלל עס ווערט גערעכנט פאר געדינט אין צה''ל אפילו מיט די ציווילע קליידונג
פארוואס דארף די מיליטער סופרים?

Re: גיוס בני ישיבות

געפאוסט: דינסטאג יולי 28, 2026 10:38 pm
דורך גאלדבערג
זיי דארפן יעדן
אז טויזענטער אידן וועלן גיין מיט תפילין און לייגן מזוזות פון זייערע סופרים איז עס א דערגרייכונג פאר זיי
אויב יעדער וואס זיכט א פאזיציע און א פאך זאל גיין דורך זיי האבן זיי אסאך דערגרייכט

Re: גיוס בני ישיבות

געפאוסט: דינסטאג יולי 28, 2026 10:42 pm
דורך אנדערער
גאלדבערג האט געשריבן: דינסטאג יולי 28, 2026 10:38 pm זיי דארפן יעדן
אז טויזענטער אידן וועלן גיין מיט תפילין און לייגן מזוזות פון זייערע סופרים איז עס א דערגרייכונג פאר זיי
אויב יעדער וואס זיכט א פאזיציע און א פאך זאל גיין דורך זיי האבן זיי אסאך דערגרייכט
דאס אז זיי ווילן יעדן אריינכאפן אין שמעלץ טאפ זאגן זיי אליינס. אבער וואס שטעלן זיי צו פאר סופרים? צו שרייבן מזוזות צו לייגן אויף די כנסת אפיסעס?

Re: גיוס בני ישיבות

געפאוסט: מיטוואך יולי 29, 2026 1:25 am
דורך גאלדבערג
אנדערער האט געשריבן: דינסטאג יולי 28, 2026 10:42 pm
גאלדבערג האט געשריבן: דינסטאג יולי 28, 2026 10:38 pm זיי דארפן יעדן
אז טויזענטער אידן וועלן גיין מיט תפילין און לייגן מזוזות פון זייערע סופרים איז עס א דערגרייכונג פאר זיי
אויב יעדער וואס זיכט א פאזיציע און א פאך זאל גיין דורך זיי האבן זיי אסאך דערגרייכט
דאס אז זיי ווילן יעדן אריינכאפן אין שמעלץ טאפ זאגן זיי אליינס.

אבער וואס שטעלן זיי צו פאר סופרים? צו שרייבן מזוזות צו לייגן אויף די כנסת אפיסעס?
מען לערנט זיך די פאך
ביז דערווייַל האט די גרעסטע רעיט אין סוקסעס צווישן אלע אפטיילונגן וואס זענען געשטעלט צו קאנווינסען די מעינסטרים חרדישע אידן צו דינען אין מיליטער איז געווען די גרעסטע דורכברוך דורך דעי אפטיילונג זיי האבן שוין 500 חברה אריינגעריקט אינעם מיליטער אין א קורצע צייט
זיי ארבעטן מיט חכמה עס זאל ווערן א נארמאלע זאך צו דינען אין מיליטער

Re: גיוס בני ישיבות

געפאוסט: מיטוואך יולי 29, 2026 2:16 am
דורך יעקב דוד
4000 חרדים האבן זיך מגייס געוועהן רח"ל, פאריאר איז עס געוועהן 2800.

Re: גיוס בני ישיבות

געפאוסט: מיטוואך יולי 29, 2026 6:03 pm
דורך עריק
יעקב דוד האט געשריבן: מיטוואך יולי 29, 2026 2:16 am 4000 חרדים האבן זיך מגייס געוועהן רח"ל, פאריאר איז עס געוועהן 2800.
טאקע א פראבלעים אבער דאס מעסט מען לויט % נישט לויט נומבערס לדעתי

Re: גיוס בני ישיבות

געפאוסט: דאנערשטאג יולי 30, 2026 11:40 am
דורך בית יעקב
גאלדבערג האט געשריבן: דינסטאג יולי 28, 2026 10:19 am
זלמעלע האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 03, 2026 2:30 pm באריכט פון די אלגמיינע פרעססע:

האדמו"ר מבעלזא והאדמו"ר מקרלין השתתפו בניסוח הכללים הדתיים שנכנסו לפקודות מטכ"ל כדי לשלב חרדים בצה"ל. שתי דמויות משמעותיות מאוד במיינסטרים החרדי שנטלו חלק בשיח מול צה"ל, שלחו נציגים מטעמם בפגישות ואישרו את סעיפי הפקודות. (יואלי ברים).
היינט איז עס שוין נישט שייך צו פארלייקענען דעם באריכט
ס'שוין ידוע לכל די בעלזע אפיציעלע מיטארבעט
פארוואס איז היינט שוין נישט שייך?

Re: גיוס בני ישיבות

געפאוסט: דאנערשטאג יולי 30, 2026 1:50 pm
דורך גאלדבערג
עס איז שוין מפורסם היינט
מילתא דגלויי לא משקרי
מ'קען נישט דעם שמש בצהרים מכחיש זיין

Re: גיוס בני ישיבות

געפאוסט: דאנערשטאג יולי 30, 2026 2:01 pm
דורך עומד על תלת
יעקב דוד האט געשריבן: מיטוואך יולי 29, 2026 2:16 am 4000 חרדים האבן זיך מגייס געוועהן רח"ל, פאריאר איז עס געוועהן 2800.
איך נעם נישט קיין צד,
אבער פאר נייגער די נומער‘ס קען מען רעכנען פאר יעדי גיוס?

Re: גיוס בני ישיבות

געפאוסט: זונטאג אוגוסט 02, 2026 3:16 pm
דורך תורה ויראה
גאלדבערג האט געשריבן: פרייטאג יולי 24, 2026 6:20 pm קוקט אויס פינעם צייטונג די איד אז זיי מאכן היבש א גרויסער מצב מער ווי געווענליך פאר די גור'ע הפגנה
Screenshot 2026-08-02 150711.png
Screenshot 2026-08-02 150711.png (205.38 KiB) געזען געווארן 384 מאל

Re: גיוס בני ישיבות

געפאוסט: זונטאג אוגוסט 02, 2026 7:03 pm
דורך totty
עומד על תלת האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 30, 2026 2:01 pm
יעקב דוד האט געשריבן: מיטוואך יולי 29, 2026 2:16 am 4000 חרדים האבן זיך מגייס געוועהן רח"ל, פאריאר איז עס געוועהן 2800.
איך נעם נישט קיין צד,
אבער פאר נייגער די נומער‘ס קען מען רעכנען פאר יעדי גיוס?
שטארק איבערגעטריבן אבער יעדע נפש איז א ווייטאג

Re: גיוס בני ישיבות

געפאוסט: זונטאג אוגוסט 02, 2026 10:45 pm
דורך גאלדבערג
תורה ויראה האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 02, 2026 3:16 pm
גאלדבערג האט געשריבן: פרייטאג יולי 24, 2026 6:20 pm קוקט אויס פינעם צייטונג די איד אז זיי מאכן היבש א גרויסער מצב מער ווי געווענליך פאר די גור'ע הפגנה
Screenshot 2026-08-02 150711.png
אין אזא צייט ווען אנדערע אגודה אנהענגער גייען אזוי שארף לינקס איז א מוראדיגע חיזוק צו זעהן אזא גרויסע עדה ארויסקומען שרייען אין די גאסן

Re: גיוס בני ישיבות

געפאוסט: דינסטאג אוגוסט 04, 2026 2:37 pm
דורך גאלדבערג
גור הייבט אהן נעמען סטעפס


הנגיד ר' יואל לאנדא האט היינט ביי א באזוך ביי האדמו"ר מגור שליט"א פארגעשטעלט א פלאן אויפצושטעלן א ספעציעלן קרן, וואס זאל פירן דעם לעגאלן קאמף קעגן די סאנקציעס און ארעסטן פון ישיבה בחורים, און בכלל אנפירן דעם קאמף קעגן דעם גיוס פון בני ישיבות, אויך דורך אינטערנאציאנאלע מיטלען. לויטן פלאן, וועט יעדער ישיבה בחור קענען באקומען לעגאלע הילף פונעם קרן, ווען עס וועט זיך אויספעלן.

רבי יואל האט זיך אונטערגענומען צוזאמען מיט זיינע חברים, צו שטעלן א מיליאן דאלער לטובת דעם קרן.

גור.jpg
גור.jpg (75.1 KiB) געזען געווארן 236 מאל

Re: גיוס בני ישיבות

געפאוסט: דינסטאג אוגוסט 04, 2026 4:00 pm
דורך בקי ביחוס
גאלדבערג האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 04, 2026 2:37 pm גור הייבט אהן נעמען סטעפס


הנגיד ר' יואל לאנדא האט היינט ביי א באזוך ביי האדמו"ר מגור שליט"א פארגעשטעלט א פלאן אויפצושטעלן א ספעציעלן קרן, וואס זאל פירן דעם לעגאלן קאמף קעגן די סאנקציעס און ארעסטן פון ישיבה בחורים, און בכלל אנפירן דעם קאמף קעגן דעם גיוס פון בני ישיבות, אויך דורך אינטערנאציאנאלע מיטלען. לויטן פלאן, וועט יעדער ישיבה בחור קענען באקומען לעגאלע הילף פונעם קרן, ווען עס וועט זיך אויספעלן.

רבי יואל האט זיך אונטערגענומען צוזאמען מיט זיינע חברים, צו שטעלן א מיליאן דאלער לטובת דעם קרן.


גור.jpg
אויב איינער קען ביטע מער מסביר'ן, וואס ס'איז שייך מער צו טון אויפן לעגאלן פראנט, וואס ווי עס שיינט קען מען נישט אנקומען צו ווייט מיט די יורידישע סיסטעם אין מדינת ישראל, ווי אויך וואס ער מיינט מיט "אינטערנאציאנאלע מיטלען".

אזוי צו אזוי, איז א מיליאן דאללער א געלעכטער אויב וויל מען מאכן די מערכה אויף די עקזיסטירנדע געזעצן, ווי איידער זיך שלאגן אויף יעדן אינדיווידעאל.

Re: גיוס בני ישיבות

געפאוסט: מיטוואך אוגוסט 05, 2026 10:41 am
דורך להגדיל הטראסק
ברסלב

Re: גיוס בני ישיבות

געפאוסט: מיטוואך אוגוסט 05, 2026 11:08 am
דורך להגדיל הטראסק
כ'האב נישט געהאט געהעריג אינטערנעט די לעצטערע טעג, לאמיר דא לייגן סחורה פון די לעצטערע טעג מהנעשה והנשמע אין די קארידארן פון מרכז עזרה ויעוץ.
צוביסלעך עמער ארויסלייגן בס"ד:

דערציילט א מציל:
כ'זיץ אגאנצן צייט אין מיין צימער מיט מענטשן אזוי אז איך האלט נישט אזוי מיט.
אבער היינט איז איז ארייגעקומען א אינגערמאן און האט נישט געקענט כאפן די אטעם פון התרגשות און האט געשיינט פאר גליק אויסרופנדיג "ער איז ארויס!!!"
איז מיר נתברר געווארן אז זיין זון וואס איז געזעצן אין 10 איז געווארן באפרייט נאכן בעטן א פארגיטיגונג אבער ס'קוקט אויס איז נישט געווארן אנגענומען זיין טאטע איז געווען היינט אין מירון און אינמיטן טאג אן קיין שום סיבה "ארויס פון דא" "וויבאלד דו ביזט נישט געווען קיין "טראבל מעיקער" און זיך שיין אויפגעפירט...

Re: גיוס בני ישיבות

געפאוסט: זונטאג אוגוסט 09, 2026 9:49 am
דורך להגדיל הטראסק
דערציילט ר' נתן ראזענבלאט:

Re: גיוס בני ישיבות

געפאוסט: זונטאג אוגוסט 09, 2026 9:59 am
דורך גאלדבערג
Wow
גאר שטארקע דיבורים פון האדמו''ר מ'סאטמאר
מ'וואלט שוין געדארפט אנהייבן מיט צוגרייטן ישיבות און אכסניות פאר די בחורים דעי פאר יאר וואס זיי גייען דורך די פראבלעמען