די אינוואזיע אין נארמאנדיניקל האט געשריבן: ↑זונטאג סעפטעמבער 10, 2023 11:03 pm די אינוואזיע אויף נארמאנדיע
אום 6טן יוני 1944 (באקאנט אלס די דעי) האבן די אליאירטע אויפגעעפנט א ברוטאלן און ווירקזאמען פראנט פון מערב זייט אריבערשווימענדיג פון ענגלאנד צו דעם פראנצויזישן פארט אין נארמאדיע האפן. ווי עס הייסט היינט זענען איבערגעבליבן פון דעם לאנדונג עטליכע הונדערט טויזנט טויטע, אבער דאס איז געווען דער פאטעלער טויט קלאפ פאר די נאציס מיט דעם גאנצן פאשיסטישן אקס, דאס איז געווען אויסגערעכנט ביזן קלענסטן דעטאל דורכך דעם גענעראל און שפעטערדיגער פרעזידענט דווייט דעיוויד אייזנהאוער און פון דארטן און ווייטער איז שוין אלץ געגאנגען ווי געשמירט און ביז עטלעכע עלף מאנאטן אום 8טן מיי 1945 האט שוין דייטשלאנד אונטערגעשריבן דעם וואפן שטילשטאנד אפמאך.
אין יוני 6 1944 באקאנט אלס די דעי
האבן 156,000 אליאירטע טרופן געלאנדעט אין נארמאנדי, א קליין שטעטל אין פראנקרייך, וואס געפינט זיך ביים ברעג פון דעם אטלאנטישן ים.
די אינוואזיע איז אנגעפירט געווארן דירוך דעם וועלט'ס בארימטען אמעריקאנער גענעראל דעווייט איייזענהאוער, מיט זיין הויפט געהילף און פערזענליכע גוטער פריינד גענעראל אמאר ברעדלי, זיי האבן אינאיינעם שטודירט אין דעם מיליטערישען אקאדעמיע וועסט פוינט, וואס געפינט זיך אין אפסטעיט ניו יארק, ביי די ברעגען פונעם האדסאן טייך.
די אליאירטע כוחות האבן גאנץ שנעל דורך געבראכן די פארטיידיגונגס ליניעס, וואס דער בריליאנטן דייטשער גענעראל ערווין ראמעל האט אויף געשטעלט צו שיצן אויף די ברעגעס, פון אייראפע, און זיך גענומען מארשירן פאראויס.
די אליאירטע טרופן האבן דורך מארשירט גאנץ אייראפע, און געיאגט די דייטשע מיליטער מיט שנעלקייט, ביז צו זייער הויפט שטאט בערלין, און באפרייט אייראפע פון טיראניע, און דערשטיקט דעם דייטשן שלאנג, ביז צו די ענדע.
אין דעם ניינטן טאג אין מאי איז דער דייטש געפאלן, און די מלחמה האט זיך גענדיגט מיט א שטארקע זיג פאר די אליאירטע כוחות."