WW2 - צווייטע וועלט מלחמה!

וועלטליכע היסטאריע
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12626
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 28314

Re: WW2 - צווייטע וועלט מלחמה!

פאוסט דורך ניקל »

בעלגיע, האלאנד, און לוקסעמבורג

דעם 10טן מיי 1940 האט דייטשלאנד אינוואדירט בעלגיע, האלאנד און לוקסעמבורג, און גאנץ גיך איינגענומען די לענדער. אין דעם זעלבן טאג האבן זיי אויך אינוואדירט פראנקרייך.

די ציל פון די דייטשע טרופן איז געווען, אריינשיקן זעלנער דורך פאראשוטן, איינעמען די לופטפעלדער וואס געפונען זיך אין געגנט פון האג, און פארכאפן ווילהעלמינע קעניגן פון האלאנד, און די רעגירונגס מיניסטארן.

די האלאנדישע קרעפטן האבן געקעמפט גאר העלדיש קעגן די אינוואדירער, און האבן אין קאנטער אטאקעס, פארטריבן די דייטשע זעלנער פון דריי לופטפעלדער, וואס זיי האבן באוויזן צו איינעמען.

אויפן פראנט אין ראטערדאם, האבן די דייטשן באוויזן צו איינעמען בריקן דרום פון שטאט. געארג פאן קיכלער, דער דייטשער קאמאנדיר, האט געוואלט ברעכן די "האלאנדישע פעסטונג", וואס איז געווען שווער באשיצט, און אנצוקומען האט מען געמוזט דורך גיין עטליכע וואסער בלאקאדעס.

פראנצויזישע הילף וואס איז געקומען מיט גענעראל זשירא, האט פרובירט צוריק האלטן די דייטשן מיט זייער פארשריט אין האלאנד, אבער זיי זענען באזיגט געווארן, און האבן זיך צוריקגעצויגן קיין ברעדא. די דייטשע זעלנער האבן אריבערגעשפרייזט צוויי בריקן, און זענען אנגעקומען דעם 12טן מיי, ביז צו די ברעגעס פון נווועמאס טייך, נאנט צו ראטערדאם, אבער די דייטשע טאנקן זענען שטעקן געבליבן, און נישט געקענט אריבערפארן די בריקן.

פונקט ווי זייער אינוואזיע אין פוילן, האבן די נאציס דא אויך באנוצט מיט די לופטוואפע, וואס האט אין א בליץ קריג מיט א שטארקע קראפט, פארניכטעט די שטעט אין האלאנד, ראטערדאם איז געווארן א שטאט מיט חרוב געווארענע געביידעס, און אין 14טן מיי, האט די שטאט זיך אונטערגעגעבן.

די קעניגן און די מיניסטארן, זענען אנטלאפן קיין לאנדאן. די שעף פון גענעראל שטאב פון דער האלאנדישער ארמיי, גענעראל ווינקעלמאן, האט פארארדענט דאס אונטערגעבן פון האלאנד צו די דייטשע אינוואדירער
אויפן זעלבן טאג האבן דייטשע זעלנער אטאקירט בעלגיע, אן קיין אולטימאטום אדער ווארענונג. די בעלגישע קרעפטן האבן העלדיש פארטיידיקט זייער לאנד, און מיט הילף פון פראנקרייך און גרויסבריטאניע, פרובירט אפצושטויסן די דייטש, אבער די דייטשן אין זייער קריג, האבן פאראורזאכט שווערע פארלוסטן, פאר די אליאירטע ארמייען. די דייטשן האבן אויפגעבויט אויף די בעלגישע קאנאלן און טייכן, בריקן פון גומי שיפן, און האבן באוויזן אריבערצופירן אין איין טאג, צוויי דיוויזיעס פון טאנקן אין די סעדאן געגנט. ווי אויך האבן די דייטשן פארכאפט מערערע בריקן, און אומגעברענגט די זעלנער וואס האבן געהיט אויף די דורכגענג.

די אכען אמאל פעסטונג, איז געווען א שווער פארפאנצערטע פעסטונג, וואס געפונט זיך אין א סטראטעגישע פונקט, ווי די מעז טייך, און די אלבערט קאנאל טרעפן זיך. די דייטשן האבן איינענומען די פעסטונג, אין אן אקציע, די דייטשע אויפטו איז געווען, דאס אויפבויען א פעסטונג, אין זעלבן מאדעל פון די אכען אמאל, און טרענירן ספעציעלע קרעפטן דאס איינצונעמען, וואס דערפאר ביים עס פאקטיש דורכפירן אין די ווירקליכקייט, האבן זיי גרינגערהייט איינגענומען די פעסטונג.

די דייטשן האבן שנעל פאראויס מארשירט קיין סעדאן, און גארנישט איז זיי געשטאנען אין וועג, נאכן ברעכן דאס ערשטע ליניע, האבן די בעלגישע און די אליאירטע, נישט געהאט קיין אונטערשטע ליניע, ווי זיך צו פארטיידיקן. אום 24סטן מיי, האבן די דייטשן איינגענומען צוויי פארט שטעט, באליא און קאַלע, און האבן זיך געפונען דרייסיק קילאמעטער פון דונקירק, די אליאירטע קרעפטן האבן זיך געפונען אין א פאסטקע, זייענדיק ארומגערינגלט פון אלע זייטן. די געפאנצערטע דיוויזיעס פון דייטשלאנד, האבן זיך געגרייט אנצוגרייפן די אליאירטע ארמייען, און זיי געבן א טויט קלאפ. עס איז אומפארשטענדליך פארוואס, די דייטשן האבן אפגעשטעלט זייער פארשריט.

אום 28סטן מיי, האט דער קעניג, לעאפאלד דער דריטער פון בעלגיע אונטערגעשריבן דאס אונטערגעבונגס דאקומענט פאר דייטשלאנד.

לוקסעמבערג, איז אטאקירט געווארן דעם זעלבן טאג, און כאפנדיק אלעמען אין א סורפריז, האבן זיי זיך אונטערגעגעבן אין זעלבן טאג, אן שטעלן א ווידערשטאנד.
אהרן זאב
פרישער באניצער
פאוסטס: 64
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 7:58 am
x 24

Re: WW2 - צווייטע וועלט מלחמה!

פאוסט דורך אהרן זאב »

העכסט אינטרעסאנטע אומבאקאנטע (פאר מיך..) היסטארישע פאקטן!
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12626
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 28314

Re: WW2 - צווייטע וועלט מלחמה!

פאוסט דורך ניקל »

די דענקירק ריקצוג

דינאמו אפערציע, דאס איז די נאמען אין ענגלאנד, געגעבן פארן גרעסטן ריקצוג אין די היסטאריע, ניין בריטישע דיוויזיעס, צען פראנצויזישע, און די איבערגעבליבענע בעלגישע זעלנער. ווינסטאן טשערטשיל, האט אנגאזשירט די בריטישע פאלק, און 900 שיפן האבן זיך געלאזט אין וועג אריין, אריבער דער ענגלישער קאנאל.

אום 27סטן מיי זענען אריבערגעפירט געווארן 7,000 זעלנער, אויפן 28סטן 17,800, אויפן 29סטן 47,300 סאלדאטן, און אויפן 30סטן מיי 54,000 סאלדאטן זענען אריבערגעפירט געווארן קיין ענגלאנד, אויף צו מארגנס זענען 68,000 זענלנער אריבער געפירט געווארן, פון 2טן ביז דעם 4טן יוני, האבן די בריטישע אריבערגעפירט נאך 88,000 סאלדאטן.

די גרעסטע ריקצוג פון דער היסטאריע האט געראטעוועט 338,226 לעבנס, אבער ס'מערהייט וואפן און מיליטערישע כלים, זענען פארבליבן אין דענקירק
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12626
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 28314

Re: WW2 - צווייטע וועלט מלחמה!

פאוסט דורך ניקל »

די אינוואזיע אין פראנקרייך

אום 14טן יוני 1940, האט דייטשלאנד אנגעהויבן זייער אטאקע קעגן פראנקרייך, מיט אן אויסגערעכנט אטאקע אויסמיידנדיק די מאזשינא ליניע, האבן די דייטשן אטאקירט פון די ארדענעס וואלד, א וואלד פארעכנט ביז דאן, אלס אומדורכבאר.

די סיטואציע פון די פראנצויזן איידערן קריג, איז שוין אזוי אויך געווען הילפסלאז, מיט אנטלאפענע פון בעלגיע. נאך איידער סיי וואס, האט בעניטא מוסאליני, רעגירער אין איטאליע, דערקלערט קריג קעגן פראנקרייך, אויפן 10טן יוני, עטליכע טעג דערויף, האבן די דייטשן אנגעהויבן זייער בליצקריג, קעגן די פראנקן. די קריג איז געווען א פארלוירענער פון דער ערשטער מינוט, און די שיקזאל פון פאריז, איז שוין געווען באוואוסט ווען די דייטשן האבן קוים אריבערגעשפרייזט די גרעניץ.

די הערשער אין פראנקרייך האבן אונטערגעגעבן פאריז אויף א גאלדענע טאץ, נישט ווילנדיק אז די חורבן פון ווארשע און ראטערדאם, זאל קאפירט ווערן אויף זייער הויפטשטאט. די רעגירונג איז אנטלאפן קיין בארדא, און טשערטשיל האט פארגעשלאגן א פלאן, אז פראנקרייך זאל פאראייניקט ווערן מיליטעריש מיט גרויסבריטאניע, פראנקרייך האט קאטעגאריש אפגעווארפן די פארשלאג.

רינו דער פראנצויזישער פרעמיער האט רעזיגנירט, אנרי פיליפ פעטען האט איבערגענומען. ער האט אריבערגעפירט די רעגירונג קיין ווישי, ער האט קאפיטולירט, און האט אנגעבאטן א פרידנס צושטאנד מיט די דייטשע אקופירער. די אפמאך איז פארגעקומען אין קאמפיאן וואלד, אין די זעלבע באן וואגאן, ווי דייטשלאנד האט געמוזט אונטערשרייבן זייער קאפיטולאציע, צו די פראנצויזן, ביים ענדע ערשטע וועלט מלחמה.

די וועלט איז געווען ערשטוינט, ווי פראנקרייך איז אזוי שנעל געפאלן, און זיך אונטערגעגעבן צום נאצישן טייוול. פעטען האט אויפגעשטעלט די ווישי רעגירונג, וואס איז מיט גארנישט געווען בעסער פון די נאציס, וואס האט זיך געפונען אינעם אינעווייניגסטן טייל פון פראנקרייך, די ברעגעס מיטן אטלאנטישן אקעאן, האט דייטשלאנד אנעקסירט. אויפן 27סטן אקטאבער, האט שארל דע גאל דערגרייכט ענגלאנד, און האט דארט געגרינדעט די רעגירונג פון די פרייע פראנקרייך אין גלות, און האט אנגעהויבן אויפשטעלן א פראנצויזישע מיליטער, מערסטנס געראטעוועטע זעלנער פון דענקירק.

דעם 24סטן יוני, האט פעטען אונטערגעשריבן, דעם אונטערגעבונגס אפמאך מיט איטאליע, אין רוים.
שכל'דיג
פרישער באניצער
פאוסטס: 22
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אוגוסט 28, 2023 5:08 pm
x 20

Re: WW2 - צווייטע וועלט מלחמה!

פאוסט דורך שכל'דיג »

דער עולם זאל נישט אינטערשאצן די שווערע ארבייט פון שרייבן א היסטארישע ארטיקל און לייקן מיט אפארגעניגן?

@ניקל קאמענטארן פארגעצויגן?
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12626
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 28314

Re: WW2 - צווייטע וועלט מלחמה!

פאוסט דורך ניקל »

פארוואס נישט?
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12626
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 28314

Re: WW2 - צווייטע וועלט מלחמה!

פאוסט דורך ניקל »

די שלאכטן אויף ענגלאנד

אפעראציע ים לייב, איז געווען דער געהיימע נאמען פאר די שלאכטן קעגן ענגלאנד. הערמאן גערינג, דער גענעראל פון די לופטוואפע, איז געווען פארזיכערט אין דורכפירן מאסיווע אטאקעס פון די לופט, ער האט אבער פארזען די עקשנות, פון דאס ענגלישע פאלק.

גרויסבריטאניע, האט פלוצים זיך געזען איינזאם אויפן שלאכטפעלד, פראנקרייך איז געפאלן, שפאניע מיט פראנקא, וועלן גאנץ מעגליך זיך אנשליסן צו היטלער, די סאוועטן פארבאנד, איז געווען פארפליכטעט צו די ריבענטראפ מאלאטאוו אפמאך, די פאראייניקטע שטאטן איז נייטראל. די בריטישע ארמיי האט געליטן שווערע פארלוסטן אין אלע הינזיכטן, די קעניגליכע לופט קרעפטן זענען געווען צעשמעטערט, די ים פלאט שיפן זענען אדער דערטראנקען געווארן אדער פארקריפלט, און רוב מיליטערישע געצייג, זענען פארבליבן אין דענקירק.

אום 11טן אויגוסט 1940, האט די לופטוואפע צום ערשטן מאל באמבארדירט לאנדאן, אויף א שרעקליך מאסיווע פארנעם, טויזנטער בירגער האבן פארלוירן זייערע לעבנס, און טויזנטער אנדערע האבן זיך אריבערגעצויגן צו דער לאנדאנער אונטערגרונט, צום ווינדער פון די וועלט, די ענגלישע בירגער האבן נישט פארלוירן זייער געמיט. די קעניגליכע לופט קרעפטן, האבן זיך גענומע בויען קאמפס עראפלאנען מיט א שנעלן אימפעט, און האבן געהאט א סוקסעס ביים אונטערווארפן דייטשע פליגערס.

אלע גרויסע שטעט אין לאנד, האבן געהאט צו ליידן פון די אטאקעס, מאנטשעסטער, ליווערפול, און נאך. שפעטער זענען וואלונטירן פון די אנדערע לענדער אנגעקומען, און צוזאמען מיט זיי, האט די דייטשע לופטוואפע אנגעהויבן ליידן פארלוסטן, אין הינטגעפעכטן (פליגער קעגן פליגער קאמף אויסדרוק).

גערינג וועלכע האט ביז דאן געזען פאר צילן די ענגלישע מיליטער, האט באשלאסן צו אטאקירן בלויז ציווילע צילן, וואס האט געגעבן אן אפרוה פאר די לופט קרעפטן, זיך צו רעארגאניזירן. יעדע נאכט האבן 250 דייטשע עראפלאנען באמבארדירט לאנדאן, די מיליטער האט געשטעלט ראקעטן קעגן עראפלאנען, זייערע אויפטוען זענען געווען מינימאלע. דאס שטארקייט פון די ענגלישע פאלק, איז באווינדערט געווארן, איבער דער גארער וועלט.
אוועיטער
העלדיש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 267
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:10 pm
x 538

Re: WW2 - צווייטע וועלט מלחמה!

פאוסט דורך העלדיש »

ניקל האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 25, 2023 10:41 am די דענקירק ריקצוג

דינאמו אפערציע, דאס איז די נאמען אין ענגלאנד, געגעבן פארן גרעסטן ריקצוג אין די היסטאריע, ניין בריטישע דיוויזיעס, צען פראנצויזישע, און די איבערגעבליבענע בעלגישע זעלנער. ווינסטאן טשערטשיל, האט אנגאזשירט די בריטישע פאלק, און 900 שיפן האבן זיך געלאזט אין וועג אריין, אריבער דער ענגלישער קאנאל.

אום 27סטן מיי זענען אריבערגעפירט געווארן 7,000 זעלנער, אויפן 28סטן 17,800, אויפן 29סטן 47,300 סאלדאטן, און אויפן 30סטן מיי 54,000 סאלדאטן זענען אריבערגעפירט געווארן קיין ענגלאנד, אויף צו מארגנס זענען 68,000 זענלנער אריבער געפירט געווארן, פון 2טן ביז דעם 4טן יוני, האבן די בריטישע אריבערגעפירט נאך 88,000 סאלדאטן.

די גרעסטע ריקצוג פון דער היסטאריע האט געראטעוועט 338,226 לעבנס, אבער ס'מערהייט וואפן און מיליטערישע כלים, זענען פארבליבן אין דענקירק
ס'איז נישא נאר די ריקצוג, היסטאריקער זאגן אז ווען נישט דעם וואס די ענגלענדער האבן באוויזן צו ארויסראטעווען זייער טרופן וואלטן די ענגלענדער פארלוירן א בידייטענדע חלק פון זייער מיליטער און זיי וואלטן נישט געווען בכוח צו קעמפן אקעגן דעם דייטש
איך ווייס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 195
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 5:26 pm
x 221

Re: WW2 - צווייטע וועלט מלחמה!

פאוסט דורך איך ווייס »

העלדיש האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 1:45 pm

סתם לידיעה בעלמא, די ענגלענדער האבן נישט געפלאנט צו אנטלויפן, דער פלאן איז געווען צו לאנדן אין די אנדערע חלק פראנקרייך, נאר די פראנצויזען האבן אויפגעגעבן, און petain האט איבערגענומען, און לאנדן טראפן אין ווישי פראנקרייך וואלט געווען קעגן די נייע פראנצויזשע רעגירונג.

מען הערט גאר אסאך אראפרייסן טשעמבערלעין, אבער די פראנצויזשע פריים מיניסטער Edouard Daladier איז געווען פיל ערגער מיט זיין אפיזמענט. לדוגמא בעלמא, נאך וואס דייטשלאנד איז אריין אין פולין אלול תרצ"ט, האט פראנקרייך אינוואדירט דייטשלאנד. די פראנצויזן זענען אריין 12 מייל אריין אין דייטשלאנד כמעט אן קיין שום ווידערשטאנד, וואלטן זיי ווייטער געפארן, וואלט גאנץ מעגליך דייטשלאנד צופאלן. די דייטשע מיליטער איז נאכנישט געווען גרייט פאר א קאמף מיט א וועלטמאכט, נאכ'ן אנקומען 12 מייל, האבן די פראנצויזען זיך צוריקגעדרייט, אלץ מורא אז דייטשלאנד וועט נקמה נעמען. דאס איז חוץ וואס דאלידיער איז מיטגעשטאנען מיט טשעמבעלעין בנוגע טשעכייסלאווקיי.

Reynaud, וועלכע איז געווארן פריים מיניסטער מערץ 1940, איז געווען אביסל מער צו די זאך, אבער א פחדן עצום. ער איז דער וואס האט למעשה זיך אונטערגעגעבן צום דייטש.
שכל'דיג
פרישער באניצער
פאוסטס: 22
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אוגוסט 28, 2023 5:08 pm
x 20

Re: WW2 - צווייטע וועלט מלחמה!

פאוסט דורך שכל'דיג »

איך ווייס האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:07 pm
סתם לידיעה בעלמא, די ענגלענדער האבן נישט געפלאנט צו אנטלויפן, דער פלאן איז געווען צו לאנדן אין די אנדערע חלק פראנקרייך, נאר די פראנצויזען האבן אויפגעגעבן, און petain האט איבערגענומען, און לאנדן טראפן אין ווישי פראנקרייך וואלט געווען קעגן די נייע פראנצויזשע רעגירונג.

מען הערט גאר אסאך אראפרייסן טשעמבערלעין, אבער די פראנצויזשע פריים מיניסטער Edouard Daladier איז געווען פיל ערגער מיט זיין אפיזמענט.
אין דאנקירק זענען די ענגלענדער געווען געצווינגען צו אנטלויפן צו פארמיידן ארום-רינגלונג און פארניכטונג, קען זיין אז דאס מיינסטו צו זאגן... לדעתי איז דאס געווען היטלערס 4טע גרעסטע טעות (נאך די מלחמה מיט רוסלאנד, די ציזאג פאר די יאפאנער צי דערקלערן קריג קעגן אמעריקא אן דעם וואס זיי זאלן עפענען א פראנט מיטן רוס, און "קיין צוריק טריט").

א פראנצויז אן אפיזער איז א דאפעלט לשון אוודאי רעדט קיינער נישט פון זייער אפיזמענט עס איז נישט טערעסאנט, אבער א ענגלישער פרעמיער מיט אזא הנהגה איז אומ-אקצעפטירבאר!

די 3 גרעסטע מעלות פון א פראנצויז...
1 נעמען קרעדיט
2 זיך אונטערגעבן
3 זיך אפרעדן

וויאזוי לויטעט נאר די אלטע ווערטל, "א פראנצויזישע ביקס צום פארקויפן! קיינמאל גענוצט, נאר איינמאל אראפ געלאזט געווארן ביים אנטלויפן פון שלאכט..."
איך ווייס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 195
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 5:26 pm
x 221

Re: WW2 - צווייטע וועלט מלחמה!

פאוסט דורך איך ווייס »

שכל'דיג האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:23 pm
איך ווייס האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:07 pm
סתם לידיעה בעלמא, די ענגלענדער האבן נישט געפלאנט צו אנטלויפן, דער פלאן איז געווען צו לאנדן אין די אנדערע חלק פראנקרייך, נאר די פראנצויזען האבן אויפגעגעבן, און petain האט איבערגענומען, און לאנדן טראפן אין ווישי פראנקרייך וואלט געווען קעגן די נייע פראנצויזשע רעגירונג.

מען הערט גאר אסאך אראפרייסן טשעמבערלעין, אבער די פראנצויזשע פריים מיניסטער Edouard Daladier איז געווען פיל ערגער מיט זיין אפיזמענט.
אין דאנקירק זענען די ענגלענדער געווען געצווינגען צו אנטלויפן צו פארמיידן ארום-רינגלונג און פארניכטונג, קען זיין אז דאס מיינסטו צו זאגן... לדעתי איז דאס געווען היטלערס 4טע גרעסטע טעות (נאך די מלחמה מיט רוסלאנד, די ציזאג פאר די יאפאנער צי דערקלערן קריג קעגן אמעריקא אן דעם וואס זיי זאלן עפענען א פראנט מיטן רוס, און "קיין צוריק טריט").
יא, אנטלויפן פון דונקירק, אבער נישט פון פראנקרייך. די פלאן איז געווען אז די טרופן זאלן פון ענגלאנד צוריק לאנדן אין די אנדערע חלק פראנקרייך.

לגבי די טעות פון צוזאגן צו דערקלערן קריג אויף אמעריקע, די אמת איז אז ער האט זיך געקענט ארויסדרייען פון ערקלערן קריג אפילו נאך די אפמאך, עס זענען געווען לעכער אין די אפמאך, אבער ער האט סייווי דערקלערט קריג. מאנכע טייטלען אויף דעם אז עס איז געווען א טעות, אבער ס'איז נישט אזוי פשוט, די אמת איז אז אמעריקאנע וואפן האבן שוין געשאסן אויף די דייטשען, און די דייטשע סומבירענען האבן שוין געשאסן אויף אמעריקאנע שיפן. די מלחמה קעגן דעם דייטש איז געווען א פראגע פון צייט.

אז מען רעדט שוין דערפון, סתם אן אינטרעסאנטע קרישקילע, די איינציגסטע מדינה קעגן וועם היטלער'ס דייטשלאנד האט אפיציעל ערקלערט קריג אויף, איז געווען אמעריקע, אלע אנדערע מלחמות האט ער אנגעפאנגען אן א מלחמה דעקלארציע (קעגן די העיג קאנוועטשען, אבער דאס איז פון זיינע קליינע עבירות)
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5235
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 9627

Re: WW2 - צווייטע וועלט מלחמה!

פאוסט דורך דער תהלים איד »

WOW, ערנסטע ידענים דא!
שכל'דיג
פרישער באניצער
פאוסטס: 22
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אוגוסט 28, 2023 5:08 pm
x 20

Re: WW2 - צווייטע וועלט מלחמה!

פאוסט דורך שכל'דיג »

איך ווייס האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 5:40 pm
לגבי די טעות פון צוזאגן צו דערקלערן קריג אויף אמעריקע, די אמת איז אז ער האט זיך געקענט ארויסדרייען פון ערקלערן קריג אפילו נאך די אפמאך, עס זענען געווען לעכער אין די אפמאך, אבער ער האט סייווי דערקלערט קריג. מאנכע טייטלען אויף דעם אז עס איז געווען א טעות, אבער ס'איז נישט אזוי פשוט, די אמת איז אז אמעריקאנע וואפן האבן שוין געשאסן אויף די דייטשען, און די דייטשע סומבירענען האבן שוין געשאסן אויף אמעריקאנע שיפן. די מלחמה קעגן דעם דייטש איז געווען א פראגע פון צייט.
עס איז דא א ריזיגע חילוק ציווישן וואפן און זעלנער, למעשה האבן די רוב פון די אמעריקאנער פאלק נישט געקענט דערליידן קיין מלחמות מער, די ביטערע טעם פון די ערשטע וועלט קריג 'נצחון' ווי איבער א פערטל מיליאן אמעריקאנער האבן פארלוירן זייער לעבן האט נאך געציפט אויפן צונג, נו, אז די יוראפעאישע קליינע בעלי גאווה קינדער קענען זיך נישט פארטראגן זאלן זיי אונז רופן ווען זיי זענען פערטיג מיטן זיך ארום רייסן.

ממילא ווי לאנג עס איז נאך דא א לעבעדיגע פראנצויז/דייטש אדער רוס וועלן מיר שיקן געלט וואפן וואטעווער עס פעלט אויס צו שיקן (און עס קען נאך העלפן מיט די רעסעסיע) אבער שיקן מיינע אייגענע בחורים (פארגעסט נישט, דעמאלט איז נאך געווען א דרעפט, האסט נישט געקענט זאגן כ'בין מיד כ'וויל נישט, יעדער האט געמוזט גיין) דאס איז שוין א נישט אינטערעסאנט. דו טוה דיינע מצוות איך העל מיך טוהן מיינע מצוות....

ממילא נאך פורל הארבאר האט היטלער געקענט זאגן פאר אמעריקא "אז יאפאן וויל זיך קריגן מיט דיר גייט מיר נישט אן ביי מיר בלייבט עס ווי פריער, אונז העל מיר זיך ווייטער ציפן און שטויסן אבער ביז הענט..."

(אפשר קען עס זיין א שטיקל ציגלייך צו די מלחמה מיט אוקריינע ווי יעדער פארשטייט אפילו אן קיין דרעפט אז אמעריקא זאל אויף קיין פאל נישט שיקן קיין זעלנער אהין, געלט יא ציגרינד לייגן די אמעריקאנער אקענאמיע אפשר אויך האלטן רעדעס זיכער, ביזן זיך פארשמירן די אייגענע הענט...)
איך ווייס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 195
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 5:26 pm
x 221

Re: WW2 - צווייטע וועלט מלחמה!

פאוסט דורך איך ווייס »

שכל'דיג האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 01, 2023 9:39 am

די שאלה צו אמעריקע זאל זיך מישן אין די צווייטע וועלט מלחמה איז געווען א הארבע פאליטישע פראגע. אין 1939, איז ריכטיג אז רוב אמעריקאנער האבן נישט געוואלט גיין אין מלחמה (84-16 קעגן דעם לויט גאללאפ), אבער מיט די צייט האבן זיך זאכן געביטן. סוף 1941 זענען שוין גענוג אמעריקאנער געווען גרייט צו גיין אין מלחמה (Office of Public Opinion אנקעטע נאוועמבער 1941 האט געוויזן 68-28, וויכטיגער צו העלפן ענגלאנד, וואו זיכער צו מאכן נישט צו גיין אין מלחמה. אין יולי 1940, האט א גאללאפ אנקעטע געוויזן אויף די זעלבע שאלה 61-35 אז עס איז וויכטיגער נישט צו גיין אין מלחמה).

און למעשה האט יאפאן אויך דאן ערקלערט קריג פאר ענגלאנד, דאס מיינט אז אמעריקע וואלט סייווי געדארפט ארבייטען האנט ביי האנט מיט די ענגלענדער צו קעמפן קעגן יאפאן, און יאפאן האט געהאט אן אפמאך מיט דייטשלאנד, און אמעריקע וואלט סייווי געווען פארוויקילט אין א מלחמה, און וואו געזאגט איז שוין די מצב צעווישן אמעריקע און דייטשלאנד שוין געווען אין א מלחמה שטימונג, און ממילא איז מלחמה צעווישען אמעריקע און געווען א פראגע פון צייט.

ס'איז אנדערש וואו די אוקריינא מלחמה, ווייל ס'איז דא 0 סופפארט ביים אמעריקאנעם פאלק צו שיקן סאלדאטען. ווידער שיקן וואפן, איז נישט דא אזא געפאר אז רוסלאנד וועט צוליב דעם ארויסגיין אין קריג קעגן אמעריקע פאר דעם, משא"כ דעמאלסט, וואס שיקן וואפן איז יא געווען כמו א מלחמה דעקרלארציע.
שכל'דיג
פרישער באניצער
פאוסטס: 22
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אוגוסט 28, 2023 5:08 pm
x 20

Re: WW2 - צווייטע וועלט מלחמה!

פאוסט דורך שכל'דיג »

איך ווייס האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 01, 2023 12:26 pm (Office of Public Opinion אנקעטע נאוועמבער 1941 האט געוויזן 68-28, וויכטיגער צו העלפן ענגלאנד, וואו זיכער צו מאכן נישט צו גיין אין מלחמה. אין יולי 1940, האט א גאללאפ אנקעטע געוויזן אויף די זעלבע שאלה 61-35 אז עס איז וויכטיגער נישט צו גיין אין מלחמה).
כ'האב נישט געוויסט אז און 1941 האט מען שוין אויך געמאכט געספינטע אנקעטעס. און מיט דעם אלעם האבן 28% נישט געהאלטן אזוי!

עס איז נישט קיין דבר והפיחו צו שטיצן ענגלאנד און בלייבן נייטראל.

יאפאן האט געהאט זייערע חשבונות מיט ענגלאנד, איך זעה נישט וואס דאס האט מיט דייטשלאנדס רילעישאן שיפ מיט אמעריקא.

אדרבא זאג מיר איך וויל הערן.
איך ווייס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 195
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 5:26 pm
x 221

Re: WW2 - צווייטע וועלט מלחמה!

פאוסט דורך איך ווייס »

שכל'דיג האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 01, 2023 1:15 pm

סתם אפאר ידיעות פון די פאליטישע לאגע אין אמעריקע אנפאנג די 2טע וועלט מלחמה. קודם כל, 90% אמעריקע האט געוואלט אז ענגלאנד זאל געווינען, יעצט איז געווען 2 לאגערן, איין לאגער בראשות פרעזידענט רוזוועלט האט געוואלט גיין אין מלחמה מיט דייטשלאנד, און די צווייטע לאגער די "אמעריקע פירסט" לאגער, האט נישט געוואלט גיין אין מלחמה.

יעצט אנפאנג מלחמה, איז די ערשטע לאגער געווען זייער קליין, וואו געברענגט אין די גאללאפ אנקעטע, מילא איז רוזוועלט געקומען מיט א תחבולה, מען וועט נישט גיין אין מלחמה, אנשטאט וועט מען שיקן וואפן קיין ענגלאנד. רוזוועלט האט געוויסט, אז דער שריט וועט זייער מעגליך סוף כל סוף ברענגען צו מלחמה, אבער באמת האט ער געהאפט אויף דעם.

יעצט די אמעריקע פירסט לאגער האט גענומען א שטעלונג קעגן שיקן וואפן קיין ענגלאנד טראגט מיט זיך א ריזיקע פאר מלחמה, און צוליב דעם ריזיקע זענען זיי געווען קעגן שיקן וואפן. וואלט נישט געווען קיין ריזיקע פון מלחמה, וואלט 90% אמעריקע געשטיצט שיקן וואפן, אפילו א גרויסע חלק פון די אמעריקע פירסט לאגער.

מילא פארשטייט מען אז די שאלה וואס איז וויכטיגער, מלחמה אדער ענגלאנד איז נישט קיין ספין שאלה, ס'איז געווען די שפיץ פון די טענה'רייע צעווישן אמעריקע פירסט און פרעזידענט רוזוועלט. פארשטייט זיך אז מען קען עס נישט פארגלייכן צו א שאלה פון יא מלחמה נישט מלחמה, אבער עפעס אן אינדיקאציע איז עס. פארדעם האב איך געברענגט די רעזולטאטן פון די אנקעטע יולי 1940, וואו די רעזולטאט איז געווען 61-35 קעגן שיקן הילף, און ביז נאוועמבער 1941 האט זיך די זאך געביטן צו 68-28 אויף יא שיקן.

בנוגע די אנדערע פראגע וואס די פרעגסט איז פשוט, מיין שונא'ס שונא איז מיין חבר, און מיין שונא'ס חבר איז מיין שונא, דאס איז פשוט ביי א מלחמה.
אוועיטער
ווירקליך
מנהל המערכת
פאוסטס: 725
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 28, 2023 10:08 pm
x 1155

Re: WW2 - צווייטע וועלט מלחמה!

פאוסט דורך ווירקליך »

אפשר קען איינער מאכן א שטיקל פי די עף פון ביז אהער?

כהאב צופיל פארפאסט... ברויך מען עס געהעריג ארויספרינטן
היי יו העוו ריטשט מיי וואויסמעיל, טענקס.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12626
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 28314

Re: WW2 - צווייטע וועלט מלחמה!

פאוסט דורך ניקל »

דער קריג פארברייטערט זיך

מוסאליני רעגירער אין איטאליע, זעהנדיג אז היטלער איז פארנומען מיט בריטאנע, האט אין 15טן סעפטעמבער 1940, אטאקירט אין צפון אפריקע פון ליביע, קיין עגיפטן מיטן ציל צום סועץ קאנאל, צו עפענען א צווייטע פראנט קעגן גרויסבריטאניע, און צו פארכאפן איינע פון די וויכטיקסטע עקאנאמישע רוטעס פון זיי. זיי האבן אנגעהויבן זייער אטאקע פון טריפאלי, און אריינמארשירט קיין עגיפטן.

דער בריטישער קאנטער אטאקע האט זיך פארזוימט צו קומען, אבער אום 10טן דעצעמבער האט גענעראל ווייוול אנגעהויבן צוריקצושטויסן די איטאליענער, מיט ארטילעריע פון די ים, האבן זיי געהאמערט די איטאליענע פאזיציעס. נאך דער ערשטער טאג, זענען עטליכע טויזענט איטאליענע זעלנער געפאלן אין געפענגעניש, און אין 11טן דעצעמבער האבן זיי אנגעהויבן א ריקצוג, די איטאליענער זענען בארינגעלט געווארן, און גענומען אין געפענגעניש, ביז די 15טן דעצעמבער איז שוין נישט געווען קיין איין איטאליענער אויף עגיפטישע באדן.

די בארדיע פעסטונג, איז געווען אן איטאליענער שווער באוואפנט, און באשיצט קעגן טאנקן, אויפן 1טן יאנואר 1941, האבן זעלנער פון אן אויסטראלישע באטאליאן, אטאקירט און פארכאפט א טייל פון די פארפאנצעטע פעסטונג. א טאג דערויף האבן צוויי אויסטראלישע בריגאדעס, אטאקירט און איינגענומען די פעסטונג, און גענומען 5,000 איטאליענער אין געפענגעניש.

אויפן 6טן יאנואר, האבן שיפן פון די בריטישע ים פלאט באמבאדירט טוברוק, וואס האט פארגעזעצט ביז די 21סטן יאנואר, ווען בריטישע זעלנער האבן איינגענומען די געגנט, און גענומען נאך 3,000 איטאליענער אין געפענגעניש
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12626
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 28314

Re: WW2 - צווייטע וועלט מלחמה!

פאוסט דורך ניקל »

ראממעל אין אפריקע

נאכן איטאליענער מיאוסער דורכפאל אין צפון אפריקע, האט היטלער באשלאסן צו שיקן ענדע ווינטער 1941, דער גענעראל ערווין ראמעל, מיט א דייטשער ארמיי. גלייך מיט זיין אנקום, האט ער אנגעהויבן מיט זיין אפענסיווע קעגן גרויסבריטאניע, ער האט באלאגערט טוברוק, איינגענומען קירינייקע, און האט זיך דערנענטערט קיין בארדיע. היטלער האט מיט זיין בלינדע האס קעגן די קאמוניסטן, אפגעשטעלט די שלאכטן אין צפון אפריקע, מיטן פלאן צום נאנטן אינוואזיע קעגן רוסלאנד
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12626
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 28314

Re: WW2 - צווייטע וועלט מלחמה!

פאוסט דורך ניקל »

דער קריג אויפן פאציפישן אקעאן

יאפאנעזישע קראפטן האבן געזיגט אין ים־קריגן אין די דרום כינע ים, דזשאווא ים און אינדישן אקעאן, און האבן באמבארדירט די אליאירטע פלאט באזע אין דארווין, אויסטראליע.

אין מערץ 1942 האבן די יאפאנעזער איינגענומען די האלענדישע מזרח אינדיע אינזלען און טיילן פון ניי-גינע. אין מאי 1942 האבן זיי איינגענומען בורמע, און האבן דערפאר געסטראשעט אויף אינדיע (דעמאלסט א בריטישע קאלאניע) און אויף אויסטראליע.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12626
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 28314

Re: WW2 - צווייטע וועלט מלחמה!

פאוסט דורך ניקל »

דער שלאכט אין סטאלינגראד
.
נאוועמבער: נאך צוויי חדשים ביטערע שלאכטן אויף די גאסן אין סטאלינגראד נעמען די דייטשן איין 90% פון שטאט. די רוסן האבן אבער זיך צוגעגרייט מיט מאסיווע כוחות אין די זייטן פון סטאלינגראד. זיי האבן אנגעהויבן די אפעראציע אוראנוס אום נאוועבמער 19, און מיט צוויי פראנטן האבן זיי ארומגענומען די זעקסטע ארמיי אין א פּאַסטקע אין שטאט קאלאך אינגאנצן 4 טאג שפעטער.

יאנואר: די דייטשן האט זיך געבעטן ביי היטלער מיט מיואש'דיגע טעלעגראפעס ער זאל זיי לאזן אנטלויפן פון שלאכט, אבער היטלער האט בשום אופן נישט מסכים געווען, צוזאגענדיג, לופט שטיצע,

יאנואר 30: היטלער דערהייבט גענעראל וואן פאלאוס צום ראנג פון גענעראלפעלדמארשל, וואס דאס איז די העכסטע כבוד, כדי ער זאל זיך שלאגן ווייטער פארן רייך אין סטאלינגראד ביזן לעצטן מענטש.
איך ווייס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 195
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 5:26 pm
x 221

Re: WW2 - צווייטע וועלט מלחמה!

פאוסט דורך איך ווייס »

די העכרונג פון וואן פאלאוס צו פעלדמארשאל האט געזאלט דינען 2 צוועקן, איינס ער זאל זיך שטערקער שלאגן, און די צווייטע אז אין די פאל וואס ער דארף זיך אונטערגעבן זאל ער באגיין זעלבסטמארד. אין דייטשע היסטאריע איז קיינמאל פריער קיין פעלדמארשאל גענומען געווארען אין געפענגשאפט. אויב איז עס געקומען צו אזא מצב האבן זיי זיך גענומען דאס לעבן. אין פאקט האט דאס העכרונג געמאכט די מוט פון פאלאוס פאלן, זינט ער האט עס אנגעקוקט וואו א טויט אורטייל.

א קליינע קרישיקלע בנוגע פאלאוס ימ"ש, ווען די דייטשע אבוועהר איז געוואויער געווארען איבער די געפלאנטע רציחות פון די אידן, איז די פירער פון די אבוועהר אדמיראל קאנאריס ארומגעלאפן צו אלע גענערעלער זיי זאלן שתדל'ן ביי היטלער נישט אויסצופירן די הריגות, ווען ער איז געקומען צו פאלואס האט עם פאלואס ימ"ש גאר שטארק צוריקגעוויזן, טענה'דיג אז גענערעלער האבן זיך נישט צו מישן אין פאליטיק.
אוועיטער
העלדיש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 267
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:10 pm
x 538

Re: WW2 - צווייטע וועלט מלחמה!

פאוסט דורך העלדיש »

ניקל האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 03, 2023 8:56 pm ראממעל אין אפריקע

נאכן איטאליענער מיאוסער דורכפאל אין צפון אפריקע, האט היטלער באשלאסן צו שיקן ענדע ווינטער 1941, דער גענעראל ערווין ראמעל, מיט א דייטשער ארמיי. גלייך מיט זיין אנקום, האט ער אנגעהויבן מיט זיין אפענסיווע קעגן גרויסבריטאניע, ער האט באלאגערט טוברוק, איינגענומען קירינייקע, און האט זיך דערנענטערט קיין בארדיע. היטלער האט מיט זיין בלינדע האס קעגן די קאמוניסטן, אפגעשטעלט די שלאכטן אין צפון אפריקע, מיטן פלאן צום נאנטן אינוואזיע קעגן רוסלאנד
פארוואס לייגסטו עס אן אויף זיין האס אקעגן די קאמעניסטן?
פאר היטלער'ס וויזיע איז געווען אסאך וויכטיגער די מלחצה אין אייראפע ווי די מלחמות אין די הייסע אפריקא, דארט איז ער בעיקר אריין צו העלפן די צושלאגענער איטאליענער פארשטייט זיך אז דאס איז אויך געווען א טייל פון זיינע אמביציעס און ווי טייל זאגן איז זיין עיקר ציל געווען דאס גרייכן קיין ארץ ישראל, אבער עס איז זיכער אז אויפן מינוט איז אייראפע געווען פיל וויכטיגער פאר אים.
און נאך מער, היטלער האט נישט אפגעשטעלט די קאמף דארט, ער איז געווארן אפגעשטעלט דורך די בריטישע ארמיי, אפשר האט היטלער זיך אנטזאגט פון צו שיקן פארשטערקערונג וויבאלד ער האט געדארפט האבן די איבריגע טרופן אין אמיוניציע פאר די קריג מיט רוסלאנד, אבער די דייטשע קרעפטן האבן זיך נישט אפגעשטעלט פון זייער גוטן ווילן.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12626
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 28314

Re: WW2 - צווייטע וועלט מלחמה!

פאוסט דורך ניקל »

1943: דער קריג דרייט זיך

דייטשע און רוסישע פרילינג אפענסיעס

נאך די מפלה וואס די דייטשן האבן געכאפט אין סטאלינגראד, האבן די רוסן רייך פון מאראלישע טריאומפ זיג אנגעפירט 8 אפענסיוועס דורכאויס די ווינטער, רוב פון די זענען געווען קאנצענטרירט אין געגענטער נעבן סטאלינגראד, ביז די דייטשן האבן זיך יא געשטארקט און צוריק באקומען די כוחות.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12626
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 28314

Re: WW2 - צווייטע וועלט מלחמה!

פאוסט דורך ניקל »

די אינוואזיע אויף נארמאנדיע

אום 6טן יוני 1944 (באקאנט אלס די דעי) האבן די אליאירטע אויפגעעפנט א ברוטאלן און ווירקזאמען פראנט פון מערב זייט אריבערשווימענדיג פון ענגלאנד צו דעם פראנצויזישן פארט אין נארמאדיע האפן. ווי עס הייסט היינט זענען איבערגעבליבן פון דעם לאנדונג עטליכע הונדערט טויזנט טויטע, אבער דאס איז געווען דער פאטעלער טויט קלאפ פאר די נאציס מיט דעם גאנצן פאשיסטישן אקס, דאס איז געווען אויסגערעכנט ביזן קלענסטן דעטאל דורכך דעם גענעראל און שפעטערדיגער פרעזידענט דווייט דעיוויד אייזנהאוער און פון דארטן און ווייטער איז שוין אלץ געגאנגען ווי געשמירט און ביז עטלעכע עלף מאנאטן אום 8טן מיי 1945 האט שוין דייטשלאנד אונטערגעשריבן דעם וואפן שטילשטאנד אפמאך.
שרייב פאוסט