WW2 - צווייטע וועלט מלחמה!

וועלטליכע היסטאריע
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12634
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 28361

Re: WW2 - צווייטע וועלט מלחמה!

פאוסט דורך ניקל »

ניקל האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 10, 2023 11:03 pm די אינוואזיע אויף נארמאנדיע

אום 6טן יוני 1944 (באקאנט אלס די דעי) האבן די אליאירטע אויפגעעפנט א ברוטאלן און ווירקזאמען פראנט פון מערב זייט אריבערשווימענדיג פון ענגלאנד צו דעם פראנצויזישן פארט אין נארמאדיע האפן. ווי עס הייסט היינט זענען איבערגעבליבן פון דעם לאנדונג עטליכע הונדערט טויזנט טויטע, אבער דאס איז געווען דער פאטעלער טויט קלאפ פאר די נאציס מיט דעם גאנצן פאשיסטישן אקס, דאס איז געווען אויסגערעכנט ביזן קלענסטן דעטאל דורכך דעם גענעראל און שפעטערדיגער פרעזידענט דווייט דעיוויד אייזנהאוער און פון דארטן און ווייטער איז שוין אלץ געגאנגען ווי געשמירט און ביז עטלעכע עלף מאנאטן אום 8טן מיי 1945 האט שוין דייטשלאנד אונטערגעשריבן דעם וואפן שטילשטאנד אפמאך.
די אינוואזיע אין נארמאנדי

אין יוני 6 1944 באקאנט אלס די דעי
האבן 156,000 אליאירטע טרופן געלאנדעט אין נארמאנדי, א קליין שטעטל אין פראנקרייך, וואס געפינט זיך ביים ברעג פון דעם אטלאנטישן ים.

די אינוואזיע איז אנגעפירט געווארן דירוך דעם וועלט'ס בארימטען אמעריקאנער גענעראל דעווייט איייזענהאוער, מיט זיין הויפט געהילף און פערזענליכע גוטער פריינד גענעראל אמאר ברעדלי, זיי האבן אינאיינעם שטודירט אין דעם מיליטערישען אקאדעמיע וועסט פוינט, וואס געפינט זיך אין אפסטעיט ניו יארק, ביי די ברעגען פונעם האדסאן טייך.

די אליאירטע כוחות האבן גאנץ שנעל דורך געבראכן די פארטיידיגונגס ליניעס, וואס דער בריליאנטן דייטשער גענעראל ערווין ראמעל האט אויף געשטעלט צו שיצן אויף די ברעגעס, פון אייראפע, און זיך גענומען מארשירן פאראויס.

די אליאירטע טרופן האבן דורך מארשירט גאנץ אייראפע, און געיאגט די דייטשע מיליטער מיט שנעלקייט, ביז צו זייער הויפט שטאט בערלין, און באפרייט אייראפע פון טיראניע, און דערשטיקט דעם דייטשן שלאנג, ביז צו די ענדע.

אין דעם ניינטן טאג אין מאי איז דער דייטש געפאלן, און די מלחמה האט זיך גענדיגט מיט א שטארקע זיג פאר די אליאירטע כוחות."
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12634
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 28361

Re: WW2 - צווייטע וועלט מלחמה!

פאוסט דורך ניקל »

די דעי, די טאג פון די אינוואזיע

ווען די אליאירטע ארמייען אנגעפירט דורך "גענעראל דווייט אייזענהאוער" דער שפעטערדיגער פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטען - האבן זיך אריבערגעריקט דעם 'ענגליש טשענעל' אריבער צי פראנקרייך, מיטן ציל צו עפענען א מערב פראנט אנטקעגן די דייטשן (נאך די נאכאנאנדע געבעטן פון רוסלאנד) און אזוי ארום האפענטליך פארשנעלערן די ענדע פון די מלחמה, און אפשטעלן די קאפריזן פון היטלער'ן.

די אליאירטע האבן געלאנדעט אין "נארמאנדי" (דאס איז אויף דרום-מערב זייט פון פראנקרייך), און פון דארט האבן זיי אנגעהויבן מיט די מארטש מיטן ציל אויסצולייזען פראנקרייך, און דערנאך זיך צו נעמען צו דייטשלאנד.

די ארמייען זענען געווען אנגעפירט דורך די גענעראלן: "אומאר ברעדלי" פאר די אמעריקאנער, און פיעלד מארשעל "מאנטגאמרי" פאר די בריטישע און קאנאדישע.

די פראנט איז בעיקר באשטאנען פון דריי סעקשאנס, די בריטישע און קאנאדישע זענען געווען פלאצירט אויף א דריטל פונעם פראנט אויף די צפון זייט, און די אמעריקאנע זענען געווען פלאצירט אויף די אנדערע צוויי דריטל פונעם פראנט, דאס הייסט די סענטער, און אויף די גאנץ דרום זייט פונעם פראנט. אלעס אינאיינעם איז די פראנט געווען א שיינע פאר 100 מייל אויסגעצויגן פון צפון צו דרום
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12634
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 28361

Re: WW2 - צווייטע וועלט מלחמה!

פאוסט דורך ניקל »

אין אוגוסט 1944 האבן די אליאירטע שוין כמעט געהאט באפרייט גאנץ פראנקרייך, און מען האט זיך גענומען גרייטן אויף די שווערסטע פאזע פונעם קריג, ווען מען וועט אריבערגיין די דייטשע גרעניצן.

די גרעסטע שוועריגקייט וואס איז געשטאנען פאר די אליאירטע גענעראלן און סטראטעגיסטן אויפן מחשבה איז געווען די "טייך רהיין", דאס האט זיי זייער באאומרואיגט...

די טייך רהיין לויפט דורך כמעט גאנץ דייטשלאנד (פון צפון צו דרום) וואס דאס האט געמיינט אז די דייטשן גייען זיך דערמיט באנוצן אלס א 'נאטירליכע מויער' אין פאל זיי דארפן זיך צוריקציען טיפער אריינציהר אין לאנד. און אויב דאס פאסירט, דאן מיינט עס אז מען קען זיך רישן אויף נאך טויזענטער טויטע און פארוואונדעטע סאלדאטן ביי די שלאכטן אריבער דעם רהיין!

איז מאנטגאמרי אויפגעקומען מיט א פלאן, וואס האט געלויטעט אז די אליאירטע זאלן אנשטאט גיין גראד צו "מזרח" אריין אין דייטשלאנד, וואס דאן האבן זיי די 'רהיין' פארנט פון זיי, זאלן זיי פרובירן צי שיקן אן ארמעי ארויף צו צפון... און אזוי וועלן זיי אנקומען העכער ווי די רהיין הייבט זיך אן... און אזוי וועלן זיי אויסקרויזן דעם רהיין! און מען איז אין דייטשלאנד אסאאאך פריער!

צו פארשטיין דעם פלאן, נעמט למשל א שטרוי און לייגט עס פארענט פון אייך אויף די ברייט – פון לינקס צו רעכטס – יעצט, די פלאן פון מאנטגאמרי איז געווען, אז אנשטאד גיין גראד פאראויס אריין אינעם שטרוי, זאל מען קודם זיך דרייען לינקס, ביז מען קומט אן ווייטער פון די שפיץ פונעם שטרוי, און דאן וועט מען זיך צוריקדרייען צו פארנט!

למעשה איז אבער אייזענהאוער נישט געווען עפעס איבעריג ענטוזיאיסטיש איבער די פלאן, און אויך האבן די אמעריקאנע גענעראלן נישט געהאלטן דערפון, ווייל דאס וואלט פארלאנגט אז זייער אסאך סופליי (בעיקר געז און עמיונישען) וואס וואלט געדארפט גיין צו זיי זאל יעצט ווערן געשיקט צו די בריטישע... אבער צום סוף האט ער נאכגעגעבן
איך ווייס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 195
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 5:26 pm
x 221

Re: WW2 - צווייטע וועלט מלחמה!

פאוסט דורך איך ווייס »

ניקל האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 1:39 am אין אוגוסט 1944 האבן די אליאירטע שוין כמעט געהאט באפרייט גאנץ פראנקרייך, און מען האט זיך גענומען גרייטן אויף די שווערסטע פאזע פונעם קריג, ווען מען וועט אריבערגיין די דייטשע גרעניצן.

די גרעסטע שוועריגקייט וואס איז געשטאנען פאר די אליאירטע גענעראלן און סטראטעגיסטן אויפן מחשבה איז געווען די "טייך רהיין", דאס האט זיי זייער באאומרואיגט...

די טייך רהיין לויפט דורך כמעט גאנץ דייטשלאנד (פון צפון צו דרום) וואס דאס האט געמיינט אז די דייטשן גייען זיך דערמיט באנוצן אלס א 'נאטירליכע מויער' אין פאל זיי דארפן זיך צוריקציען טיפער אריינציהר אין לאנד. און אויב דאס פאסירט, דאן מיינט עס אז מען קען זיך רישן אויף נאך טויזענטער טויטע און פארוואונדעטע סאלדאטן ביי די שלאכטן אריבער דעם רהיין!

איז מאנטגאמרי אויפגעקומען מיט א פלאן, וואס האט געלויטעט אז די אליאירטע זאלן אנשטאט גיין גראד צו "מזרח" אריין אין דייטשלאנד, וואס דאן האבן זיי די 'רהיין' פארנט פון זיי, זאלן זיי פרובירן צי שיקן אן ארמעי ארויף צו צפון... און אזוי וועלן זיי אנקומען העכער ווי די רהיין הייבט זיך אן... און אזוי וועלן זיי אויסקרויזן דעם רהיין! און מען איז אין דייטשלאנד אסאאאך פריער!

צו פארשטיין דעם פלאן, נעמט למשל א שטרוי און לייגט עס פארענט פון אייך אויף די ברייט – פון לינקס צו רעכטס – יעצט, די פלאן פון מאנטגאמרי איז געווען, אז אנשטאד גיין גראד פאראויס אריין אינעם שטרוי, זאל מען קודם זיך דרייען לינקס, ביז מען קומט אן ווייטער פון די שפיץ פונעם שטרוי, און דאן וועט מען זיך צוריקדרייען צו פארנט!

למעשה איז אבער אייזענהאוער נישט געווען עפעס איבעריג ענטוזיאיסטיש איבער די פלאן, און אויך האבן די אמעריקאנע גענעראלן נישט געהאלטן דערפון, ווייל דאס וואלט פארלאנגט אז זייער אסאך סופליי (בעיקר געז און עמיונישען) וואס וואלט געדארפט גיין צו זיי זאל יעצט ווערן געשיקט צו די בריטישע... אבער צום סוף האט ער נאכגעגעבן
די רעדסט פון די אפאראציע וואס מען האט גערופן "מארקעט גארדען"? דער פלאן איז נישט געווען ארומצוגיין די טייך רהיין, די פלאן איז געווען צו פארכאפען די רהיין בריק (אזוי האט דאס דאן געהייסען, היינט הייסט דאס דזשאן פראסט בריק) אין די נידערלאנד, ס'איז געווען היפש ווייט פון די פראנט, און די דייטשען זענען נישט געווען גרייט עס אויפצורייסן, מאנטגאמערי האט געפלאנט עס צו פארכאפן בליץ שנעל, נאך איידער די דייטשען וועלן עס קענען אויפרייסן.

חוץ די פראבלעמען וואס די האסט אויסגעשמועסט, איז געווען נאך א פראבלעם, די פלאן האט גערופן אז די אליארטע זאלן פארכאפן 9 בריקן און 65 מייל אין 3 טעג. אויב
שרייב פאוסט