WW2 - צווייטע וועלט מלחמה!

וועלטליכע היסטאריע
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12812
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 29383

WW2 - צווייטע וועלט מלחמה!

פאוסט דורך ניקל »

ברוכים הבאים
דא וועלן אינז אי"ה באשרייבן אביסל די היסטאריע פון די צווייטע וועלט־מלחמה זאכן וואס איר האט מעגליך נישט געוואוסט קומט אריין אין האט הנאה
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12812
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 29383

Re: WW2 - צווייטע וועלט מלחמה!

פאוסט דורך ניקל »

די צווייטע וועלט־מלחמה איז געווען דער גרעסטער קריג אין דער מענטשליכער היסטאריע. ער איז אויך דער איינציגסטער קריג אין וועלכן די אטאם באמבע איז גענוצט געווארן. די מלחמה האט אריינגענומען די גארע וועלט.

אלץ האט זיך אנגעהויבן י"ז אלול ה'תרצ"ט - (1טן סעפטעמבער, 1939), ווען די דייטשע ארמיי האט פלוצלונג אינוואדירט פוילן. צוויי טעג שפעטער האבן ענגלאנד און פראנקרייך דעקלערט קריג קעגן דייטשלאנד, און מיט דעם האט זיך אנגעהויבן די צווייטע וועלט־מלחמה.

די צווייטע וועלט־מלחמה האט אנגעברענגט דעם גרעסטן חורבן אויף דער וועלט אין דער מענטשליכער היסטאריע. עס האט זיך געצויגן זעקס יאָר פון 1939 ביז 1945, און האט מיט דער צייט אריינגעשלעפט אלע וועלטמאכטן און רוב קלענערע לענדער פון דער וועלט.

די קאסטן פון דער קריג -- אין געשטארבענע, געליטענע, און אייגנטום פארניכטונג -- איז געווען אומגעהויער גרויס. די צאל געשטארבענע דורכאויס דער קריג איז געווען 62,000,000, אדער צוויי מיט א האלב פראצענט פון דער וועלטס באפעלקערונג. מיליאנען זענען פארבליבן היימלאז. פילע שטעט אין אייראפע און אזיע זענען טיילווייז אדער גענצליך חרוב געווארן דורך די לופט באמבאדירונגען, און ריזיגע שטרעקעס לאנד זענען פארוויסט געווארן
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12812
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 29383

Re: WW2 - צווייטע וועלט מלחמה!

פאוסט דורך ניקל »

דייטשלאנד
איטאליע - אריין אין יאנואר 1940.
יאפאן - אריין אין 1941
אונגארן
רומעניע
פינלאנד
בולגאריע
אליאירטע מאכטן

ענגלאנד,
רוסלאנד,
פראנקרייך, - זיי האבן זיך אונטערגעגעבן און מיטגעארבייט מיט דייטשלאנד אין 1940 און זי איז געווען אקופירט דורך דייטשלאנד ביז 1944. עס האט אבער אויך געהערשט א גלות רעגירונג אין ענגלאנד.
אויסטראליע
ניו זילאנד
קאנאדע
דרום אפריקע
אמעריקע, - נאך דער אטאקע אויף פערל הארבער פון יאפאן.
כינע
אלעס צוזאמען זענען במשך פון דער מלחמה געווען פארמישט פופציג לענדער. די שלאכט פעלדער האבן זיך געצויגן פון אייראפע ביז צפון אפריקע; פון די אינדזלען אין דעם פאציפישן אקעאן ביז מזרח און צפון-מזרח אזיע.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12812
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 29383

Re: WW2 - צווייטע וועלט מלחמה!

פאוסט דורך ניקל »

סיבות צו דער מלחמה

ווי און די שפעטערע תגובות וועלן גיבן צו ערקלערן זענען די דירעקטע סיבות פון דעם קריג געווען דאס שטרעבונג פון דייטשלאנד, יאפאן, און איטאליע צו פארברייטערן זייערע שטחים און ספערע פון השפעה, געטריבן דורך נאציאנאליסטישע אידיאלאגיעס -- אין פארעם פון פאשיזם אין איטאליע און אין דייטשלאנד, און אימפעריאליזם אין יאפאן.

אויך זענען געווען איבערגעבליבן פראבלעמען פון אומגעשליכטעטע טעריטאריעס-רעכטן, און אלגעמיין פארביטערטקייט פון דעם דייטשן פאלק אויף די שרעקליכע אומשטענדן וואס זענען אויף זיי געווארן ארויפגעצוואונגען נאכ'ן אפמאך פון ווערסיי ביים ענדע פון דער ערשטער וועלט־מלחמה.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12812
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 29383

Re: WW2 - צווייטע וועלט מלחמה!

פאוסט דורך ניקל »

לאמיר צוריקדרייען די זייגער צווישן די צוויי וועלט מלחמות

די ערשטע וועלט־מלחמה האט זיך געענדיגט אין 1918-תרע"ח מיט מיליאנען ציווילע און מיליטערישע געפאלענע. עס האט זיך געענדיגט א ביטערע פעריאדע פאר די אייראפעישע לענדער. די גאנצע וועלט האט איצט ארויסגעקוקט אויף די קאנפערענצן וואס זענען פארגעקומען צווישן די וועלטמאכטן אויף אריינצורישן א נייעם פעריאדע פון שלום אויף דער וועלט. דער אפטימיסטישקייט איז געגאנגען אזוי ווייט אז מען האט אנגעהויבן צו רופן דעם איצט-פארענדיגטן קריג אלץ דער קריג צו ענדיגן קריגעריי.

דער שלום אפמאך נאך דער ערשטער וועלט מלחמה

די פירער פון די זיגרייכע אליאירטע כוחות זענען זיך צוזאמגעקומען אין פאריז אין 1919-תרע"ט אויף צו באשליסן די טערמינען פון דעם שלום אפמאך. די פירער פון די גרויסמאכטן, פרעזידענט וואודרא ווילסאן פון אמעריקע, פרעמיער מיניסטער דעיוויד לויד דשארדזש פון ענגלאנד, און פרעמיער זשארדזעס קלעמענטשוי פון פראנקרייך האבן אנגעפירט מיט די דיסקוסיעס.

פרעזידענט ווילסאן איז געקומען צום קאנפערענץ טראץ די קעגנערשאפט פון זיינע יועצים מיט גאר אידיאליסטישע פלענער אויף איינצופירן א נייעם סדר פון שלום און קאאפעראציע צווישן לענדער און פעלקער. זיינע צילן זענען געווען אויסגעדרוקט אין זיינע פערצן פונקטן. דער הויפט פון די פערצן פונקטן איז געווען צו עטאביליזירן די פעלקער-ליגע, וואס וועט צוזאם ברענגען אלע לענדער אין א געמיינזאמע ארגאניזאציע.

די אנדערע פירער פון די אליאירטע כחות האבן געהאט אנדערע פלענער. פראנקרייך האט איבערהויפט געהאט שטארק געליטן דורכאויס דעם קריג, זייענדיג א בלוטיגע שלאכטפעלד במשך פון פיר יאר. קלעמענטשוי האט זיך דערפאר געשטעלט אויף שטרענגע באשטראפונגען אויף די בייגעקומענען פעלקער, ספעציעל אויף דייטשלאנד.

נאָך שטרייטונגען האבן זיך אנטוויקלט ווען איטאליע האט פערלאנגט געוויסע שטחים וועלכע די איליאירטע כחות, אן וועלכן אמת'ע רעכטן צו דעם, האבן זיי צוגעזאגט כדי זיי זאלן זיך אנשליסן מיט די אליאירטע כחות. ווילסאן האט זיך אויף דעם שטארק געבייזערט ווען ער איז דערפון געוואויר געווארן, און די איטאליענער האבן זיך אוועקגעטראגן פון דעם קאנפערענץ אלץ פראטעסט.

אין סוף איז ווילסאן איינגעגאנגען צו פילע פון די אייראפעישע פארלאנגען, מיט דער האפענונג אז דאס וועט צושטאנד ברענגען זיין פלאן אויף צו פארמירן די פעלקער-ליגע
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12812
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 29383

Re: WW2 - צווייטע וועלט מלחמה!

פאוסט דורך ניקל »

שטרענגע באשטראפונגען אויף די בייגעקומענע

דער פאריזער קאנפערענץ האט זיך געצויגן אויף זעקס מאנאטן. די באזיגטע לענדער -- דייטשלאנד, עסטרייך, אונגערן, בולגאריע, און טערקיי -- האט מען נישט געלאזט אנטייל נעמען דורכאויס די געשפרעכן. צום ענדע זענען גערופן געווארן די דייטשע דעלעגאטן פון דעם וויימאר רעפאבליק אויף צו הערן די באשלוסן פון די זיגער, און אן קיין ברירה האבן זיי פראטעסטירנדיג געמוזט אננעמען דעם אפמאך פון ווערסיי.

לויט דעם אפמאך פון ווערסיי האט דייטשלאנד געמוזט אננעמען די פולע אחריות פאר דעם קריג. זיי האבן זיך געמוזט אנטזאגן פון אלע זייערע קאלאניעס, פארלוירן אן אכטל פון אירע שטחים אין אייראפע; די דייטשע רעגירונג האט געמוזט באצאלן אומגעהויערע סכומים אין געלט פארגיטונגען פאר לענדער וואס זענען געשעדיקט געווארן דורכ'ן קריג; און די דייטשע מיליטער האט מען פערבאטן פון האלטן ים אדער לופט כחות, ערלויבנדיג נאר אן ארמיי פון 100,000 אויף צו באשיצן דאס לאנד. די דייטשע עקאנאמיע, פריער געווען דאס מערסטע פראדוקטיוו אין אייראפע, איז דערביי פארקריפלט געווארן.

די שווערע שטראפן אויף די דייטשן האבן אנגעברענגט א טיפע פארביטערטקייט ביים דייטשן פאלק. זיי האבן אנגעהויבן צו באשולדיגן אלע פראבלעמען אין זייער לאנד אויף די ברוטאלישע אומשטענדן וואס זענען אויף זיי געווארן ארויפגעצווינגען. דאס האט שטארק צוגעגעבן צו דייטשלאנד'ס שפעטערדיגע מיליטאנטישע ריכטונג.

אויך די אנדערע בייגעקומענע לענדער זענען ענליך באהאנדלט געווארן. טערקיי האט פארלוירן דאס רוב פון אירע שטחים צו גריכנלאנד. ענגלאנד און פראנקרייך האבן איבערגענומען די טערקישע שטחים אין דעם מיטל מזרח -- אריינגערעכנט סיריע, פאלעסטינע (ארץ ישראל), מעסאפאטאמיע (איראק), און לבנון -- מיט א מאנדאט דאס צו האלטן ביז די ארטיגע איינוואוינער וועלן זיין גרייט אנצונעמען זעלבסטשטענדיגקייט.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12812
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 29383

Re: WW2 - צווייטע וועלט מלחמה!

פאוסט דורך ניקל »

מאפע ווערט איבערגעשריבן

אלס שטרעבונג צו ווילסאנ'ס אידעע פון זעלבסט-דעטערמינאציע פאר אלע לענדער האבן די שלום אפמאכער בפועל איבער געשריבן די מאפע פון אייראפע און דעם מיטל מזרח. פון דעם פריערדיגן עסטרייך-אונגארישער אימפעריע זענען פארמירט געווארן די זעלבסטשטענדיגע לענדער פון עסטרייך, אונגארן, יוגאסלאוויע, און טשעכיי. פינלאנד, עסטלאנד, לאטוויע, און ליטע האבן זיך דערקלערט זעלבסטשטענדיג פון רוסלאנד. פוילן איז צוזאמגעשטעלט געווארן פון שטחים וואס דייטשלאנד, רוסלאנד, און עסטרייך האבן געמוזט פארטיילן.

די מענטשן פון צענטראל און מזרח אייראפע זענען דערביי צוטיילט געווארן אין גרעניצן וואס האבן נישט אלץ גענומען אין באטראכט די טראדיציאנאלע ליניעס פון נאציאנאליטעט און שפראך. דאס האט געפירט דערביי אז פילע פון די ביז-איצטיגע פראבלעמען זענען בהכרח נאכאמאל ארויפגעשווימען, און ווי די היסטאריע האט געוויזן האט דאס שפעטער פיל צוגעגעבן צו די קריגס אנטוויקלונגען
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12812
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 29383

Re: WW2 - צווייטע וועלט מלחמה!

פאוסט דורך ניקל »

מארגן וועל מיר צוריקקומען איבער דאס אויפשטייג פון דיקטאטורן/דאס אויפשטייג פון היטלער/היטלער האט איבערגענומען מאכט און דייטשלאנד/מיליטערישע מאכט און יאפאן/אינוואזיע אויף כינע און נאך.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12812
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 29383

Re: WW2 - צווייטע וועלט מלחמה!

פאוסט דורך ניקל »

אפשר שוין אריינכאפן די מינכן אפמאך אויך
אוועיטער
ווירקליך
מנהל המערכת
פאוסטס: 733
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 28, 2023 10:08 pm
x 1205

Re: WW2 - צווייטע וועלט מלחמה!

פאוסט דורך ווירקליך »

יישר כח @ניקל !

גיימיר ליינען מיט אינטערעסע!
היי יו העוו ריטשט מיי וואויסמעיל, טענקס.
אוועיטער
העלדיש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 275
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:10 pm
x 557

Re: WW2 - צווייטע וועלט מלחמה!

פאוסט דורך העלדיש »

ניקל האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 20, 2023 11:56 pm די צווייטע וועלט־מלחמה איז געווען דער גרעסטער קריג אין דער מענטשליכער היסטאריע. ער איז אויך דער איינציגסטער קריג אין וועלכן די אטאם באמבע איז גענוצט געווארן. די מלחמה האט אריינגענומען די גארע וועלט.

אלץ האט זיך אנגעהויבן י"ז אלול ה'תרצ"ט - (1טן סעפטעמבער, 1939), ווען די דייטשע ארמיי האט פלוצלונג אינוואדירט פוילן. צוויי טעג שפעטער האבן ענגלאנד און פראנקרייך דעקלערט קריג קעגן דייטשלאנד, און מיט דעם האט זיך אנגעהויבן די צווייטע וועלט־מלחמה.

די צווייטע וועלט־מלחמה האט אנגעברענגט דעם גרעסטן חורבן אויף דער וועלט אין דער מענטשליכער היסטאריע. עס האט זיך געצויגן זעקס יאָר פון 1939 ביז 1945, און האט מיט דער צייט אריינגעשלעפט אלע וועלטמאכטן און רוב קלענערע לענדער פון דער וועלט.

די קאסטן פון דער קריג -- אין געשטארבענע, געליטענע, און אייגנטום פארניכטונג -- איז געווען אומגעהויער גרויס. די צאל געשטארבענע דורכאויס דער קריג איז געווען 62,000,000, אדער צוויי מיט א האלב פראצענט פון דער וועלטס באפעלקערונג. מיליאנען זענען פארבליבן היימלאז. פילע שטעט אין אייראפע און אזיע זענען טיילווייז אדער גענצליך חרוב געווארן דורך די לופט באמבאדירונגען, און ריזיגע שטרעקעס לאנד זענען פארוויסט געווארן
קודם כל א ישר כוח.
איך ווייס נישט אויב קאמענטארן זענען ערלויבט, אויב נישט לאזט מיר וויסן.

לדעתי איז נישט ריכטיג צו אנריפן דייטשלאנדס אטאקע אויף פולין 'פלוצלונג', אמת טאקע אז די עצם קריג איז געווען א בליץ קריג אבער מען האט שוין געקענט זען און שמעקן פון א לאנגע צייט פארדעם וואס עס זענען היטלערס בארבארישע אמביציעס און אז ער לאקערט אויף פולין.
אהרן זאב
פרישער באניצער
פאוסטס: 64
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 7:58 am
x 26

Re: WW2 - צווייטע וועלט מלחמה!

פאוסט דורך אהרן זאב »

ווירקליך האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 1:35 am יישר כח @ניקל !

גיימיר ליינען מיט אינטערעסע!
גא"מ. (וואס מיינט עס?)
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12812
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 29383

Re: WW2 - צווייטע וועלט מלחמה!

פאוסט דורך ניקל »

העלדיש האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 4:05 am
ניקל האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 20, 2023 11:56 pm די צווייטע וועלט־מלחמה איז געווען דער גרעסטער קריג אין דער מענטשליכער היסטאריע. ער איז אויך דער איינציגסטער קריג אין וועלכן די אטאם באמבע איז גענוצט געווארן. די מלחמה האט אריינגענומען די גארע וועלט.

אלץ האט זיך אנגעהויבן י"ז אלול ה'תרצ"ט - (1טן סעפטעמבער, 1939), ווען די דייטשע ארמיי האט פלוצלונג אינוואדירט פוילן. צוויי טעג שפעטער האבן ענגלאנד און פראנקרייך דעקלערט קריג קעגן דייטשלאנד, און מיט דעם האט זיך אנגעהויבן די צווייטע וועלט־מלחמה.

די צווייטע וועלט־מלחמה האט אנגעברענגט דעם גרעסטן חורבן אויף דער וועלט אין דער מענטשליכער היסטאריע. עס האט זיך געצויגן זעקס יאָר פון 1939 ביז 1945, און האט מיט דער צייט אריינגעשלעפט אלע וועלטמאכטן און רוב קלענערע לענדער פון דער וועלט.

די קאסטן פון דער קריג -- אין געשטארבענע, געליטענע, און אייגנטום פארניכטונג -- איז געווען אומגעהויער גרויס. די צאל געשטארבענע דורכאויס דער קריג איז געווען 62,000,000, אדער צוויי מיט א האלב פראצענט פון דער וועלטס באפעלקערונג. מיליאנען זענען פארבליבן היימלאז. פילע שטעט אין אייראפע און אזיע זענען טיילווייז אדער גענצליך חרוב געווארן דורך די לופט באמבאדירונגען, און ריזיגע שטרעקעס לאנד זענען פארוויסט געווארן
קודם כל א ישר כוח.
איך ווייס נישט אויב קאמענטארן זענען ערלויבט, אויב נישט לאזט מיר וויסן.

לדעתי איז נישט ריכטיג צו אנריפן דייטשלאנדס אטאקע אויף פולין 'פלוצלונג', אמת טאקע אז די עצם קריג איז געווען א בליץ קריג אבער מען האט שוין געקענט זען און שמעקן פון א לאנגע צייט פארדעם וואס עס זענען היטלערס בארבארישע אמביציעס און אז ער לאקערט אויף פולין.
די פלוצלינג איז ווי שנעל עס האט פאסירט
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12812
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 29383

Re: WW2 - צווייטע וועלט מלחמה!

פאוסט דורך ניקל »

קען טאקע זיין נישט גוט אויסגעדריקט
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12812
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 29383

Re: WW2 - צווייטע וועלט מלחמה!

פאוסט דורך ניקל »

אהרן זאב האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 1:37 pm
ווירקליך האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 1:35 am יישר כח @ניקל !

גיימיר ליינען מיט אינטערעסע!
גא"מ. (וואס מיינט עס?)
גם אני מצטרף
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12812
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 29383

Re: WW2 - צווייטע וועלט מלחמה!

פאוסט דורך ניקל »

דאס אויפשטייג פון די דיקטאטורן

מוסאליני און פאשיזם

אין 1919-תרע"ט האט בעניטא מוסאליני, א געוועזענער סאלדאט און פראפעסיאנעלע פאליטישע העצער, געגרינדעט דער פאשיסטישער פארטיי אין איטאליע. דער פארטיי איז געווען עקסטרעם נאציאנאליסטיש און אנטי-קאמוניסטיש. זיי האבן דורכגעפירט געוואלדטאטן אויף צו ערמעגליכן זייערע צילן, און אין 1922 דורכגעפירט דער מארטש אויף רוים, און דערביי איבערגענומען קאנטראל פון דער איטאליענער רעגירונג. באלד דערנאך איז מאסאליני'ס מאכט געווארן אבסאלוט.

היטלער און נאציזם

אין די זעלבע צייט האט אדאלף היטלער, א געוועזענער עסטרייכישער סאלדאט וואס האט זיך אויסגעצייכנט אין דער ערשטער וועלט־מלחמה מיט זיין קוראזש און דרייסטקייט, געגרינדער דער נאציאנאליסטישע סאציאליסטישע דייטשע ארבייטער פארטיי אין דייטשלאנד, מער באקאנט אלץ דער נאצי פארטיי, מיט'ן ציל אויף צו איבערדרייען די א.ג. אומרעכטן וועלכע זענען אויף זיי ארויפגעטון געווארן.

אין די 20'ער יארן איז דער נאצי פארטיי אלץ געוואקסן אין מאכט, פארשטערקערט דורך די עקאנאמישע ייאוש און פארביטערטקייט אנטקעגן די זיגער פון דער ערשטער וועלט־מלחמה. אין 1923-תרע"ג האט היטלער געפרואווט איבערנעמען די מאכט אין דייטשלאנד דורך די א.ג. מינכען ביר זאל פוטש. דער פוטש איז אדורכגעפאלן, און היטלער איז פאראורטיילט געווארן אויף פינף יאר טורמע, פון וועלכע ער איז סך הכל געזעצן אכט מאנאטן. אין די מאנאטן האט ער אפגעשריבן דעם בוך "מיין קאמפף", אין וועלכע ער האט אויסגעלייגט זיין חזיון פאר'ן עתיד פונ'ם דייטשן פאלק און דער פלאן דאס אדורכצופירן. אין דעם בוך, אלץ טייל פון זיינע טעאריעס וועלכע זענען געווען אין גרונד פון זיין ראסיסטישע אידעאלאגיע, טייטלט ער אן אויף דאס אידישע פאלק אלץ דאס גרעסטע סכנה פאר'ן דייטשן פאלק און איר לעבנסגאנג און קולטור.

כאטש דער פוטש איז דורכגעפאלן, איז דאס געווען א פראפאגאנדישער זיג, דורך וועלכע פיל מער דייטשן זענען געקומען אין באקאנטשאפט מיט היטלער און זיינע שטרעבונגען, און דער נאצישער פארטיי איז דערפון נאר שטערקער געווארן.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12812
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 29383

Re: WW2 - צווייטע וועלט מלחמה!

פאוסט דורך ניקל »

היטלער ימ"ש מיט מוסאליני.
IMG_20230821_145711_244.jpg
IMG_20230821_145711_244.jpg (19.44 KiB) געזען געווארן 984 מאל
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12812
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 29383

Re: WW2 - צווייטע וועלט מלחמה!

פאוסט דורך ניקל »

היטלער נעמט איבער די מאכט

אין 1932-תרצ"ב איז דער דייטשער פרעזידענט, פאול וואָן הינדענבערג, איבערגערעדט געווארן צו באשטימען היטלער אלץ דייטשער קאנצלער (פרעמיער מיניסטער). נאך וואלן ווען דער נאצי פארטיי האט זייער שטארק אויסגענומען. ביז 1933 ווען הינדענבערג איז געשטארבן איז היטלער געווען געבינדן. אין 1933-תרצ"ג האט ער מבטל געווען דעם קאנסטיטוציע און דעקלערירט מיליטעריש געזעצליכקייט. ער האט דערביי געפירט דורך אייגענע באפעלן. מיט'ן טויט פון הינדענבורג האט היטלער פאראייניגט זיין מאכט אלץ דיקטאטור, און אגרעסיוו זיך ארויסגעלאזט איבערבויען די דייטשע ים און לופט מאכטן
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12812
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 29383

Re: WW2 - צווייטע וועלט מלחמה!

פאוסט דורך ניקל »

מיליטערישע מאכט אין יאפאן

אין די זעלבע צייטן האט די יאפאנעזישער מיליטער פארברייטערט איר השפעה אויף אלע רעגירונגס אנגעלעגנהייטן, און ביז 1931-תרצ"א האבן די פאליטישע מיינונגען פון די מיליטערישע פירער איבערגענומען דאס מערהייט פון דער יאפאנעזישער פאלק.

אגרעסיווע שריטן און אפמאכן

אנגעהויבן אין 1931-תרצ"א האט יאפאן, און דערנאך דייטשלאנד און איטאליע, אנגענומען א בולט'דיגער אגרעסיווע שטעלונג. זייערע שריטן זענען פארדאמט געווארן דורך דער פעלקער-ליגע, אבער עס איז גארנישט געטאן געווארן זיי אפצושטעלן. אין 1935-תרצ"ה האבן דייטשלאנד און יאפאן זיך ארויסגעצויגן פון דער פעלקער-ליגע און איטאליע האט זיי נאכגעטון צוויי יאר דערנאך. אין 1936-תרצ"ו האבן דייטשלאנד און איטאליע געשלאסן אן אליאנץ, וועלכע האט זיך גערופן דער רוים-בערלינער אַקס. אין 1940-ת"ש האט יאפאן זיך צו זיי צוגעשטעלט, און עס איז פארמירט געווארן דער רוים-בערלין-טאָקיאָער אַקס.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12812
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 29383

Re: WW2 - צווייטע וועלט מלחמה!

פאוסט דורך ניקל »

יאפאן אינוואדירט כינע

אין 1931 - תרצ"א האט יאפאן אינוואדירט און אקופירט דער כינעזישער פראווינץ מאנכוריע, וועלכע איז געווען רייך מיט עקאנאמישע מיטלען. דער יאפאנעזישער ארמיי האט צוביסלעך אוואנסירט טיפער און טיפער אריין אין כינע, און ביז 1938-תרצ"ח האבן זיי קאנטראלירט דאס רוב פון מזרח כינע. ווען דער פעלקער-ליגע האט נישט באוויזן אפצושטעלן דעם דרייסטן און גרונדלאזן אנגרייף האבן די דיקטאטורן אין אייראפע דאס אינאכט גענומען.

איטאליע אטאקירט עטיאפיע

איןאייראפע האט מוסאליני גענומען דעם ערשטן בולט'דיגן אגרעסיוון שריט. אין 1935 - ה'תרצ"ה האט ער געשיקט זיין מיליטער אויף איינצונעמען עטיאפיע אין מזרח אפריקע. דער פעלקער-ליגע האט באשטימט אז איטאליע איז דער אנגרייפער, און זיי האבן באשטימט ארויפצולייגן אויף איטאליע עקאנאמישע סאנקציעס. ענגלאנד און פראנקרייך זענען אבער נישט וויליג געווען זיך צו פארפרעמדן פון איטאליע, און נישט ערצווינגען די סאנקציעס.

דייטשלאנד פארגרעסערט איר הערשאפט

אין די זעלבע צייט וואס מוסאליני האט אנגעגריפן עטיאפיע, האט היטלער געשיקט זיין ארמיי אריין אינ'ם רהיינלאנד, א שטח וואס האט געזאלט פארבלייבן דע-מיליטעריזירט לויט'ן ווערסיי אפמאך. ענגלאנד און פראנקרייך האבן געהאט די מעגליכקייט אפצושטעלן די שריטן. זיי האבן זיך אבער געפארכט אז מיט דעם וועלן זיי ריזיקירן א נייעם קריג, און זיך פון דעם צוריקגעהאלטן. זייער מיינונג איז געווען אז אויב מען וועט היטלער'ן נאכגעבן וועט ער זיין צופרידנגעשטעלט.

עסטרייך

די ארטיגע נאכפאלגער פון די נאצי פארטיי אין דייטשלאנד האבן דערווייל אנגעהויבן צו העצן אויף אנשלאס, זיך צו פאראייניגן מיט דייטשלאנד.

ערמוטיגט פון זיין דערפאלג אינעם רהיינלאנד, האט היטלער אריינגעשיקט זיין ארמיי אין עסטרייך און איבערגענומען דעם רעגירונג.

טשעכיי

דער נעקסטער ציל פון היטלער איז געווען דער סודעטענלאנד אין טשעכיי. דער סודעטן געביט איז געווען מערסטנס באוואוינט מיט דייטשע אפשטאמיגע. ענגלאנד און פראנקרייך האבן זיך געזען דערביי אין א פארלעגנהייט. לויט פריערדיגע אפמאכן זענען זיי געווען פארפליכטעט אויף צו באהיטן קעגן אנגרייפענישן אויף טשעכיי. אבער זיי האבן דאך געזוכט צו פארמיידן א קריג
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5869
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 12571

Re: WW2 - צווייטע וועלט מלחמה!

פאוסט דורך דער תהלים איד »

ווילסט מיר זאגן אז צום ערשטן מאל גיי איך וויסן די פשוטע פאקטן וויאזוי די מלחמה איז צוגעגאנגען?

שכוח @ניקל!
אהרן זאב
פרישער באניצער
פאוסטס: 64
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 7:58 am
x 26

Re: WW2 - צווייטע וועלט מלחמה!

פאוסט דורך אהרן זאב »

העכסט אינטרעסאנט דאס!!
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12812
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 29383

Re: WW2 - צווייטע וועלט מלחמה!

פאוסט דורך ניקל »

דער מינכן אפמאך


אין סעפטעמבער 1938, האבן זיך געטראפן אין מינכען נעוויל טשעמבערליין, דער ענגלישער פרעמיער מיניסטער, און עדווארד דאלאדיער, דער פראנצויזישער פרעמיער אינאיינעם מיט היטלער און מוסאליני. שאמבערלעין און דאלאדיער האבן איינגעגעבן אז טשעכיי וועט זיך מוזן אנטזאגן פון דעם סודעטענלאנד כדי צופרידנצושטעלן היטלער. טשעכיי איז נישט ערלויבט געווארן זיך צו באטייליגן אין די געשפרעכן.

שאמבערלעין איז צוריק געפלויגן קיין ענגלאנד און מיט פרייד דעקלערירט אז דער מינכען אפמאך וועט פארזיכען "שלום פאר אונזער צייט".


אינעם בילד:
שאמבערלעין פאכעט מיט דעם אפמאך צעטעלע...
IMG_20230822_132310_946.jpg
IMG_20230822_132310_946.jpg (11.39 KiB) געזען געווארן 846 מאל

אין מערץ 1939-תרצ"ט האט אבער די דייטשע ארמיי אריינמארשירט אין פּראַג, דער הויפט שטאט פון טשעכאסלאוואקיי, און איבערגענומען דאס רעשט פון דעם לאנד. דריי וואכן דערנאך האט איטאליע אינוואדירט און איינגענומען דעם מזרח אייראפעאישן לאנד אלבאניע.

פארלאנגען אויף פוילן

אין מערץ 1939-תרצ"ט האט היטלער געוואנדן זיינע בליקן צום מזרח זייט אויף פוילן, און פארלאנגט אז די שטאט דאנציג, וואס איז געווען באהערשט דורך דייטשלאנד, זאל האבן א קארידאר, אדער א שטריך פון שטח, דורך פוילן, אויף צו באהעפטן דייטשלאנד מיט דער דייטשע שטאַט מזרח פרוסיע, וועלכע איז געווען פון איר אפגעטיילט לויטן אפמאך פון ווערסיי. פוילן האט אים אפגעזאגט.

דער רוסיש-דייטש אפמאך

אין סוף אויגוסט איז געקומען די איבעראשענדע נייעס אז דייטשלאנד און דער סאוועטן פארבאנד, מכלומר'שטע געשוואוירענע פיינט, האבן געשלאסן אן אפמאך נישט אנצוגרייפן איינע אויף דעם אנדערן, באוואוסט אלס דער ריבענטראפ מאלאטאוו אפמאך. דאס האט איבערגעלאזט פוילן אן קיין באשיצער. נאך איין וואך פון שלום איז פארבליבן, אין וועלכע היטלער מיט זיינע גענעראלן האבן געמאכט די לעצטע גרייטונגען אויף צו אינוואדירן פוילן
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12812
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 29383

Re: WW2 - צווייטע וועלט מלחמה!

פאוסט דורך ניקל »

קריג ברעכט אויס: 1993.


די אינוואדירונג פון פוילן

סעפטעמבער 1: אין די פרימארגן שעה'ן האבן דייטשע לאנד און לופט כחות אנגעגריפן פוילן, אנגעגעבנדיג אן אויסרייד אז פוילן האט פריער באפאלן א דייטשע מיליטערישע פאזיציע אויף דער גרעניץ. די לופטוואפע האט בליץ שנעל פארניכטעט דעם קליינעם פוילישן לופט-קראפט, נאך איידער די עראפלאנען האבן זיך געקענט הייבן. דייטשע קריגס עראפלאנען האבן דערנאך באמבאדירט פוילישע שטעט, באן שינעס, בריקן, און קאמוניקאציע ליניעס. אין דער זעלבער צייט האבן די דייטשע ארמייען, אין שפיץ פון די פאנצער טאנקען אפטיילונג, אוואנסירט אריין אין פוילן.

אום 3טן סעפטעמבער האבן בריטאניע און פראנקרייך דערקלערט קריג קעגן דייטשלאנד. פראנקרייך האט דורכגעפירט א באגרעניצטע אפענסיווע, וואס איז גרינג איינגעשטילט געווארן דורך דייטשלאנד. ענגלאנד האט נישט געהאט גענוג צייט זיך צו מאביליזירן אויף דירעקט צו פארטיידיגן פוילן.

ביז 17 טעג האבן די דייטשן גרינג און שנעל געהאט דורכגעשניטן אלע פוילישע דעפענסיעס. אום 17טן סעפטעמבער האט רוסלאנד אינוואדירט פוילן פון דער מזרח זייט לויט'ן פריערדיגן אפמאך מיט די דייטשן, זייענדיג פארזיכערט קעגן יעדן ווידערשטאנד, אריינווארפענדיג די פוילישע כוחות אין נאך א גרעסרן כאאס צושטאנד דורך די עפענונג פון א צווייטן פראנט. דער איבערגענומענער פוילן איז דאן צוטיילט געווארן צווישן די צוויי אייננעמער. די רוסן האבן באלד דערנאך געצווינגען די באַלטישע לענדער -- לאטוויע, ליטע, און עסטאניע -- צו שליסן מיט זיי אפמאכן צו דערלויבן רוסישע מיליטער באַזעס אין זייערע לענדער.

א טאג שפעטער, דעם 18טן סעפטעמבער, זענען דער פוילישער פרעזידענט מיט זיין הויפט קאמאנדיר אנטלאפן קיין רומעניע.

ווארשע, די הויפט שטאט פון פוילן, האט נאך אפגעהאלטן די דייטשן ביזן 27סטן סעפטעמבער, ווען נאך דער חודש-לאנגער באלאגערונג, און שוידערליכע באמבארדירונגען, האבן די דייטשן אריינמארשירט אין שטאט.

דעם 6טן אקטאבער האבן זיך די לעצטע פוילישע קעמפער אונטער געגעבן פארן שונא.

טראץ די העלדישע ווידערשאטאנד וואס די פאלאקן האבן באוויזן, האבן זיי דאך נישט געהאט קיין שאנס מיט זייערע פערד און וואגן קעגן די סאפסטיקירסטע מאדערנסטע דייטשע ארמיי און לופט באמבארדירונגן. די פאלאקן זענען געפאלן ווי די פליגן פון די באמבעס וואס האט אראפגערעגנט אויף זיי.

פוילן האט זיך אפיציעל נישט אונטערגעגעבן. אסאך זעלנער זענען אנטלאפן און זיך באהאלטן נאכן סעפטעמבער קאמפיין, און זיך דערנאך אנגעשלאסן אין די פארטיזאנער אונטערוועלט קעמפער צו העלפן די אליאירטע כוחות. שפעטער האט זיך געגרינדעט א פוילישער ארמיי אונטער'ן קאמאנד פון דעם פוילישן פרעזידענט אין גלות. שפעט אריין אין קריג ווידער האט זיך געגרינדעט א קעגנזייטיגע פוילישע ארמיי אונטער די רוסן, וועלכע זענען געווען די וואס האבן געקעמפפט און שפעטער אריינמארשירט אין פוילן אונטער דער רוסישע קאמאנד.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12812
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 29383

Re: WW2 - צווייטע וועלט מלחמה!

פאוסט דורך ניקל »

דער קריג גייט אין מערב אייראָפּע

נאכן פאלן פון פוילן, האט זיך די דייטשע ארמיי צוזאמגענומען די כוחות און זיך רעארגאניזירט דורכאויס דעם ווינטער-סעזאן פון 1939 - 1940 ביז אפריל. דערווייל האבן זיך די בריטישע און פראנצויזישע ארמייען געפינען אויף דער דעפענסיווע. דעם טערמין זיץ קריג האבן זשורנאליסטן געגעבן דעם-דאזיגן פעריאד ווייל ווייניג אקטיווע קאנפליקט איז דאן פארגעקומען.



אינוואדירונג פון נארוועגיע און דענמארק


די שטילקייט איז געבראכן געווארן אפריל 9 ווען די דייטשן האבן געלאנדעט אן איבעראשענדער קראפט אויף די הויפט פּאָרטן פון דענמארק און נארוועגיע. דענמארק, אן קיין ערנסטע דעפענסיע מיטלען, איז איינגענומען געווארן אין איין טאג. אין נארוועגיע האבן די דייטש איינגענומען דער הויפט שטאט אַסלאָו ביז צוויי טעג, ארויסגעהאלפן דורך נארוועגישע נאצי סימפאטיקער אין שפיץ פון ווידקון קוויסלינג, וועלכער האט שפעטער אנגעפירט דעם דייטש-קאנטראלירטער רעגירונג פון אקופירטער נארוועגיע.

די רעגירונג האט זיך אוועקגעצויגן אריין אין צענטראל נארוועגיע ווי די נארוועגישע מיליטער האט נאך אנגעהאלטן צו קעמפּפן. ענגלישע און פראנצויזישע כחות זענען געשיקט געווארן זיי ארויסצוהעלפן, אבער זיי האבן זיך שנעל געמוזט צוריקציען. אפריל 30 איז דער נארוועגישער קעניג האַאקאָן דער פינפטער אנטלאפן מיט זיינע מיניסטארן קיין לאנדאן און אוועקגעשטעלט די נארוועגישע רעגירונג אין גלות
שרייב פאוסט