בלאט 1 פון 1
אנעקדאטן און קרישקעלעך אין היסטאריע
געפאוסט: זונטאג אוגוסט 20, 2023 4:54 pm
דורך ניקל

- IMG_20230820_165400_022.jpg (39.02 KiB) געזען געווארן 1316 מאל

- IMG_20230820_165359_601.jpg (67.37 KiB) געזען געווארן 1316 מאל
הערי העפט איז געבוירן געווארן אין בעלשאטא פוילן, און איז געווען פערצן ווען פוילן איז אינוואדירט געווארן אין ַ1939 דורך די דייטשן.
ער איז אפגעשיקט געווארן צו א קאנצענטראציע לאגער וואו די נאציס האבן זיך דערוויסט אז ער האט באקסינג עקספיריענס, האבן זײ אים געצווינגען צו זיך שלאגן מיט די אנדערע ארעסטאנטן פילע פון זיי פון זיין זעלבע היים-שטעטל מיט טויט שטראף פאר די פארלירער.
געצווינגען צו זיך שלאגן פאר זיין לעבן האט העפט קיינמאל נישט פארלוירן קיין געשלעג צו די 76 מענטשן.
אין אפריל 1945 האט העפט מצליח געווען צו מסדר זיין א נאצי וועכטער אינמיטן זיין טויט מארש און גענימען זיינע מונדירן און דערנאך געוואנדערט פון דארף צו דארף.
ווען ער האט דערגרייכט די אליאירטע קאנטראלירטע דייטשלאנד האט ער געוואיגן א קנאפע 110 פונט, ער האט זיך אויפגעהאלטן אין די די פי לאגער פאר צוויי יאר.
אין 1948 האט ער אימיגרירט קיין אמעריקע מיט די הילף פון זיין פעטער פון ניו דשערסי, און געצויגן חינה פון זיין טרויריג בארימטע טאלאנט.
א דאקומענטאציע פון העפט איז ארויסגעקומען פאריגע יאר אויפ'ן ציוניסטישן יום השואה.
Re: היסטאריע!
געפאוסט: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 10:26 am
דורך ניקל
1959 - אין דעם היינטיגן טאג איז האוואאי געווארן אמעריקע'ס פופציגסטע סטעיט, און פרעזידענט אייזענהאוער האט פארארדענט אז מ'זאל אהערשטעלן דעם נייעם פאן מיט אלע 50 שטאטן דערויף.
Re: היסטאריע!
געפאוסט: דינסטאג אוגוסט 22, 2023 12:27 am
דורך ווירקליך
יישר כח אונזער קאנאן @ניקל !
Re: היסטאריע!
געפאוסט: דינסטאג אוגוסט 22, 2023 3:32 pm
דורך ניקל
1642 - און דעם היינטיגן טאג האט אויסגעבראכן די בריטישע בירגער קריג,
דער ערשטער קעניג טשארלס האט דעמאלטס באצייכנט דעם פארלאמענט און אירע מיטגלידער און זעלנער, אלס פאררעטער קעגן זיין קעניגרייך
Re: היסטאריע!
געפאוסט: מיטוואך אוגוסט 23, 2023 12:44 pm
דורך ניקל
1944 - אין דעם היינטיגן טאג האט די אליאירטע טרופן פארכאפט די פראנצויזישער שטאט מארסיי, פארטרייבנדיג די נאצישע ארמייען פון דארטן, ביים צווייטן וועלט קריג.
Re: היסטאריע!
געפאוסט: פרייטאג אוגוסט 25, 2023 11:20 am
דורך ניקל
1944 - אין דעם היינטיגן טאג איז פאריז באפרייט געווארן פון די נאצישע אקופאציע.
Re: היסטאריע!
געפאוסט: פרייטאג אוגוסט 25, 2023 11:48 am
דורך שמח
תק"נ - אין דעם היינטיגן טאג האט די אידישע געמיינדע אין ניופארט, ראוד איילענד באקומען א בריוו פונעם ערשטן אמעריקאנער פרעזידענט דזשארדזש וואשינגטאן, אין וועלכע ער האט זיי פארזיכערט אז אידן וועלן זיין באשיצט אין אמעריקע.
@ניקל איך נעם נישט אוועק דיין פלאץ דא, ברענגט ווייטער היסטאריע.
Re: היסטאריע!
געפאוסט: פרייטאג אוגוסט 25, 2023 12:29 pm
דורך ניקל
תרפ"ג - און דעם מארגענדיגן טאג ט' אלול איז געגרינדעט געווארן דעם סדר דף היומי דורך הגאון רבי מאיר שפירא ר"י חכמי לובלין
Re: היסטאריע!
געפאוסט: זונטאג סעפטעמבער 03, 2023 12:10 pm
דורך ניקל
1783 - אין דעם היינטיגן טאג האט זיך געענדיגט די קריג צווישן די נייע געגרינדעטע פאראייניגטע שטאטן און די בריטישע אימפעריע, ווען ביידע זייטן האבן אונטערגעשריבן דעם "אפמאך אין פאריז".
Re: היסטאריע!
געפאוסט: מוצש"ק סעפטעמבער 23, 2023 11:45 pm
דורך אלטערנעסייד פארקינג
ניקל האט געשריבן: ↑פרייטאג אוגוסט 25, 2023 12:29 pm
תרפ"ג - און דעם מארגענדיגן טאג ט' אלול איז געגרינדעט געווארן דעם סדר דף היומי דורך הגאון רבי מאיר שפירא ר"י חכמי לובלין
ער האט עס געגרינדעט אין טשורטקוב ר"ה ע"פ הסכמתו פון זיין רבי ר' דוד משה זי"ע.
און די קומעדיגע יאר ווען מ'האט עס נאכאמאל אנגעפאנגען און דאס מאל מיט די גאנצע וועלט נאכן זעהן די הצלחה פון טשורטקוב און דאס איז אויך געוועהן ר"ה.
Re: היסטאריע!
געפאוסט: מיטוואך יאנואר 29, 2025 9:24 am
דורך Think and Thank
ניקל האט געשריבן: ↑דינסטאג אוגוסט 22, 2023 3:32 pm
1642 - און דעם היינטיגן טאג האט אויסגעבראכן די בריטישע בירגער קריג,
דער ערשטער קעניג טשארלס האט דעמאלטס באצייכנט דעם פארלאמענט און אירע מיטגלידער און זעלנער, אלס פאררעטער קעגן זיין קעניגרייך
די דאזיגע בירגער קריג - אין וועלכן די בריטן האבן אראפגעזעצט און אומגעברענגט דעם קעניג און אויפגענומען דער נישט-קעניג אליווער קראמוועל צו פירן דאס לאנד (ווייל למעשה איז ער געווען א קעניג מיט אלעם חוץ די נאמען) איז געווען א שטארקע טובה פאר כלל ישראל, היות קראמוועל איז געווען דער ערשטער צו לאזן אידן זיך ווידער באזעצן אין ענגלאנד נאך די 400 יעריגער גירוש. צוליב די דורכפאל פון די
ווייטהאל קאנפערענץ דורכצופירן א געזעץ וואס זאל אפיציעל געבן רשות פאר אידן זיך ווידער צו באזעצן אין ענגלאנד איז עס נאר געווען אומאפיציעל, אבער אין די אומאפיציעלע יארן האט זיך אנגעהויבן אנטוויקלען די ערשטע נייע אידישע קהילה אין ענגלאנד און נאך עטליכע צענדליגער יארן האבן זיי באקומען אפיציעלע אנערקענונג.
(אגב, די רעדע איז פון דעם קעניג 'טשארלס דער ערשטער', נישט 'דער ערשטער קעניג טשארלס'.)