בלאט 1 פון 2
זוכעריי: 2 היימישע בחורים פעלן! - געפונען ב"ה
געפאוסט: פרייטאג אוגוסט 18, 2023 12:43 am
דורך אסמכתא בעלמא
2 היימישע בחורים פון א ישיבה קטנה זענען נעלם געווארן ביי א טריפ אויף די אייז-קעיוו טרעילס אין עלענוויל.
עטליכע שעה פון זוכעריי האט דערווייל נישט געברענגט קיין רעזולטאטן, און דער זארג שטייגט בעת די זוכעריי ווערט פארשטארקט מיט וואלונטירן אויף די טרעילס און מיט ספעציעלע דראונס
הצלה דקעטסקילס, חברים, חביבים און ספעציעלע וואלד-זוכער זענען אויפ'ן סצענע, און דער ציבור ווערט גערופן מתפלל צו זיין מ'זאל שנעל מצליח זיין צו טרעפן די טייערע בחור'לעך
Re: זוכעריי: 2 היימישע בחורים פעלן!
געפאוסט: פרייטאג אוגוסט 18, 2023 12:46 am
דורך אסמכתא בעלמא

- Screenshot 2023-08-18 004504.jpg (227.36 KiB) געזען געווארן 1401 מאל
Re: זוכעריי: 2 היימישע בחורים פעלן!
געפאוסט: פרייטאג אוגוסט 18, 2023 12:46 am
דורך אסמכתא בעלמא

- Screenshot 2023-08-18 004405.jpg (140.79 KiB) געזען געווארן 1401 מאל
Re: זוכעריי: 2 היימישע בחורים פעלן!
געפאוסט: פרייטאג אוגוסט 18, 2023 12:47 am
דורך אסמכתא בעלמא

- Screenshot 2023-08-18 004340.jpg (140.77 KiB) געזען געווארן 1401 מאל
Re: זוכעריי: 2 היימישע בחורים פעלן!
געפאוסט: פרייטאג אוגוסט 18, 2023 2:06 am
דורך אסמכתא בעלמא
ס'איז די רעדע פון צוויי היימישע בחורים, פון ישיבת מקור חיים אין וומסב"ג, א ספעציעלע ישיבה וואס גיט זיך מער אפ, מיט רעגירונג פראגראמען (אוי. פי. דעבעליו.)
די אנגסט איז זייער גרויס. ס'איז שוין לאנגע שעות און די פלאץ איז גאר גאר פארנעפלט ווי מ'זעט אויף די בילדער.
ס'שוין לאנג נאך חצות, לאמיר זאגן אפאר קאפיטלעך תהלים.
Re: זוכעריי: 2 היימישע בחורים פעלן!
געפאוסט: פרייטאג אוגוסט 18, 2023 2:14 am
דורך ניקל
בחורים פעלן שוין באלד 6 שעה
Re: זוכעריי: 2 היימישע בחורים פעלן!
געפאוסט: פרייטאג אוגוסט 18, 2023 2:15 am
דורך ניקל
ספעציעלע פאליציי איינהייטן מיט שמעק הינט זענען פאר ארום א האלבע שעה צוריק אנגעקומען צו די זוכעריי סצענע וואו די צוויי בחורים ווערן געזוכט, און מאכן זייער וועג אריין אין וואלד.
Re: זוכעריי: 2 היימישע בחורים פעלן!
געפאוסט: פרייטאג אוגוסט 18, 2023 2:15 am
דורך ניקל
לאמיר מתפלל זיין עס זאל זיך ענדיגן בשלום
Re: זוכעריי: 2 היימישע בחורים פעלן!
געפאוסט: פרייטאג אוגוסט 18, 2023 2:49 am
דורך אסמכתא בעלמא
די זוכעריי נאך די 2 בחורים אין די יארגאנג פון ארום 20 יאר גייט אן גאר העפטיג. ס'זענען אנוועזנד ארום 200 וואלונטירן פון הצלה קעטסקילס, חברים קעטסקילס, און חביבים, וואס גייען אינאיינעם מיט די סטעיט פאליציי פארעסט רענדזשערס.
הצלה האט אריינגעברענגט צענדליגער ATV טרעקלעך צו פארן נישטערן אויף די טרעילס. ווי געזאגט איז די פלאץ אונטער א שווערע נעפל, און דער מצב איז זייער סכנה'דיג.
המקום ירחם עליהם!!!
Re: זוכעריי: 2 היימישע בחורים פעלן!
געפאוסט: פרייטאג אוגוסט 18, 2023 2:53 am
דורך אסמכתא בעלמא
Re: זוכעריי: 2 היימישע בחורים פעלן!
געפאוסט: פרייטאג אוגוסט 18, 2023 2:56 am
דורך אסמכתא בעלמא
ס'איז אריינגעקומען די נעמען לתפילה:
יהודה בן חי’ גיטל
יואל בן הדס שינדל
לאמיר מעורר רחמים זיין!!!
Re: זוכעריי: 2 היימישע בחורים פעלן!
געפאוסט: פרייטאג אוגוסט 18, 2023 2:58 am
דורך אסמכתא בעלמא
https://www.yiddish24.com/news/bulletin/89723
הונדערטער וואלענטירן העלפן ארויס מיט די זוכעריי נאך די צוויי פארלוירענע ביי די טרעיל פון די אייז קעיוו מאונטען אין אפסטעיט ניו יארק
ו' שופטים פ״ג
פון א קאמענד צענטער ביים פארקינג לאט פונעם פארק ווערט אנגעפירט די זוכעריי אין שפיץ פון סטעיט פאליציי, פארעסט רעינזשערס און די אידישע הילפס ארגאנעזאציעס, און מען שיקט אריין גרופעס וואלענטירן צו זוכן נאך די צוויי מיט די האפענונג זיי צו טרעפן וואס שנעלער. פאליציי ברענגן אראפ עטליכע קעי-9 שמעק הינט, אזוי אויך איז ערווארטעט א העליקאפטער פון די הייך ווען די וועטער וועט זיין מער קלארער.
Re: זוכעריי: 2 היימישע בחורים פעלן!
געפאוסט: פרייטאג אוגוסט 18, 2023 9:49 am
דורך ניקל
גוט מארגן טייערע אידן
עס איז 10 אזייגער צופרי און ביז דערווייל איז נישטא קיין צייכענעס פון די בחורים.
זייטס מתפלל פאר
יואל בן הדס שיינדל
יהודה בן חי' גיטל
זאלן אפגעפונען ווערן ווי אמשנעלסטן און א גוטע צושטאנד
Re: זוכעריי: 2 היימישע בחורים פעלן!
געפאוסט: פרייטאג אוגוסט 18, 2023 10:14 am
דורך ניקל
ארום 200 וואלענטורן פון מערערע היימישע ארגאניזאציעס נעמען אנטייל אין די זוכעריי.
כלל ישראל איז ווייטער מתפלל פאר יהודה בן חי’ גיטל און יואל בן הדס שיינדל אז זיי זאלן אפגעפונען ווערן אין א גוטע געזונטע צושטאנד.
Re: זוכעריי: 2 היימישע בחורים פעלן!
געפאוסט: פרייטאג אוגוסט 18, 2023 10:19 am
דורך ניקל

- Screenshot_20230818_101736_WhatsApp.jpg (225.04 KiB) געזען געווארן 1169 מאל
Re: זוכעריי: 2 היימישע בחורים פעלן!
געפאוסט: פרייטאג אוגוסט 18, 2023 10:19 am
דורך ניקל

- Screenshot_20230818_101747_WhatsApp.jpg (244.06 KiB) געזען געווארן 1169 מאל
Re: זוכעריי: 2 היימישע בחורים פעלן!
געפאוסט: פרייטאג אוגוסט 18, 2023 10:24 am
דורך ניקל
די זוכעריי נאך די בחורים ווערט אויסגעברייטערט, אבער די פארעסט רעינדזשערס לאזן נאר אריין סערטיפייד זוך גרופעס
Re: זוכעריי: 2 היימישע בחורים פעלן!
געפאוסט: פרייטאג אוגוסט 18, 2023 10:24 am
דורך ניקל
מען האט שוין געזוכט אויף אלע טרעילס ווי מען שאצט אז די בחורים קענען זיך געפונען און יעצט גייט מען אריין פאר א קאארדינירטע גריד סוירטש אין די וועלדער.
Re: זוכעריי: 2 היימישע בחורים פעלן!
געפאוסט: פרייטאג אוגוסט 18, 2023 10:25 am
דורך ניקל
ביי די זייט פון די אייס-קעיוו טרעיל לויפט א טיפע בארג אראפ און מען שפעקולירט אז די בחורים זענען ח"ו אפשר געפאלן דארט.
א זוך גרופע פון הצלה, מציל, און א פארעסט רעינדזשער גרידן יעצט די געגענט.
Re: זוכעריי: 2 היימישע בחורים פעלן!
געפאוסט: פרייטאג אוגוסט 18, 2023 10:40 am
דורך ניקל

- Screenshot_20230818_103655_WhatsApp.jpg (135.94 KiB) געזען געווארן 1137 מאל

- Screenshot_20230818_103642_WhatsApp.jpg (201.82 KiB) געזען געווארן 1137 מאל
Re: זוכעריי: 2 היימישע בחורים פעלן!
געפאוסט: פרייטאג אוגוסט 18, 2023 10:40 am
דורך ניקל

- Screenshot_20230818_103631_WhatsApp.jpg (167.93 KiB) געזען געווארן 1136 מאל

- Screenshot_20230818_103627_WhatsApp.jpg (172.99 KiB) געזען געווארן 1136 מאל
Re: זוכעריי: 2 היימישע בחורים פעלן!
געפאוסט: פרייטאג אוגוסט 18, 2023 10:41 am
דורך world champion
איך וויל אויסדרוקען מיין הנאה און הכרת הטוב פאר די גרינדונג פון די סייט.
פארוואס פונקט אין דיזע אשכול? ראו מה בין בני לבן חמי...
Re: זוכעריי: 2 היימישע בחורים פעלן!
געפאוסט: פרייטאג אוגוסט 18, 2023 11:23 am
דורך לך לך
לאמיר זאגן תהלים פאר די פארלוירענע.
איך נעם פון א' ביז י' (ועד בכלל)
ווער נעמט ווייטער?
Re: זוכעריי: 2 היימישע בחורים פעלן!
געפאוסט: פרייטאג אוגוסט 18, 2023 11:27 am
דורך כרוספדין
אויף א... מעלדט מען אז מ’האט זיי שוין געטראפן, ב”ה
Re: זוכעריי: 2 היימישע בחורים פעלן!
געפאוסט: פרייטאג אוגוסט 18, 2023 11:27 am
דורך לך לך
https://www.yiddish24.com/cat/57
שטייט אז מען האט זיי געטראפן ב"ה