ס'איז העכסט צייט; טיר-בלאקערס ביי די שולן!

געשמאקע שמועסן על דא ועל הא
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5336
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 9954

ס'איז העכסט צייט; טיר-בלאקערס ביי די שולן!

פאוסט דורך דער תהלים איד »

יעדער ווייסט אז ס'איז שווערע צייטן. אינפלאציע, רעסעסיע, דער דאלאר איז נידריג, און כ'קען נישט אלע טערמינען גענוי אבער ס'איז שווער.

און ביי אסאך אידן איז עס באמת שווער! כי לא יחדל אביון, ס'איז דא אביונים הגונים ל"ע, ביטערע ארימעלייט וואס זינקען און חובות, האבן נישט קיין טאג און נישט קיין נאכט.

נאכן צוזאמזאצן אן אסיפה ביי די תהילמישע פאמיליע און גוטע פריינט, זעמיר געקומען אויף אן המצאה צו ענדיגן איינמאל פאר אלעמאל די זאך. געענדיגט מיט צוועקן. געענדיגט מיט אביונים, יעדער ווערט מסודר!!! איינס צוויי.

ס'הערט זיך מוגזם... הא?

ס'גארנישט קיין הגזמה. נעם ארויס דיין קאלקיולעיטאר.

וויפיל אידן דאווענען א טאג שחרית אין אלע היימישע געגנטער איבער ניו יארק? א קיימא לן פון 30,000 אידן? לאמציר אזוי רעכענען.

סוי דאס אלעס. וואס נאך דארפסטו?

אה, דו כאפסט נישט.

מ'גייט אראפשטעלן מענטשן ביי די טירן, און נישט אדורכלאזן ווער עס גיט נישט 5 דאלאר פאר צדקה!

סוי, ס'גייט ארינקומען "יעדן טאג" 5 מאל 30,000, דאס איז $150,000 דאלאר!

יעדן איינציגן טאג גייט מען אפווישן די חובות פון 3 נצרכים!

כאפסט? ס'איז מורא'דיג!!!

כפארשטיי דו פילסט אומבאקוועם. כפארשטיי. "קען מען דען צווינגען מענטשן?!" - "וועט עס דען דער עולם צילאזן?!" - "איז עס דען אויסגעהאלטן אז מ'לאזט נישט מענטשן גיין דאווענען?!" - און נאך אזעלכע טענות ומענות וואס מ'גייט האבן.

אהא! זאג נאר! דו ווילסט אפשר זיין אין די שיך פון די אלמנה?!

וואס דען זאל איך טון אז עניים וויינען מיר אויפ'ן קאפ!!

דו ווילסט שטערן אידן פון העלפן כלל ישראל?!

וויאזוי דעם זאלן די קראנקע אויסגעהיילט ווערן?!

({[וואס דען זאל איך טון פאר מיין פרנסה!!!]})

מיט אט די תשובות וועט מען פארהאקן אלעמענס מיילער, און די טויערן פון שול וועלן זיין הערמעטיש פארשלאסן!!!! פאר ווער עס גיט נישט דעם אפצאל. יא! אביסל הארץ פאר אנדערע אידן!!!

און וואס מיינסטו, דא ענדיגט זיך עס?

נע! ס'דא א איד אין אנטווערפן וואס קומט פון בעלגיע און האט געהאט א ביטערע פרשה וכו' וכו' און פאר אים דארף מען גרויסע געלטער!

דאסמאל גייט מען ארומגיין ביי די מנינים, נעמען פון יעדן איד איין זאקן, און דאס פארקויפן אויף די ווייסע מארקעט!!! דאס וועט ברענגען א מיליאן מינימום.

אה, שוין ווייטער, האסט טענות. "סנישט נארמאל"... איך הער. נונו. איך וועל איבער'חזר'ן נאכאמאל:
אהא! זאג נאר! דו ווילסט אפשר זיין אין די שיך פון די אלמנה?!

וואס דען זאל איך טון אז עניים וויינען מיר אויפ'ן קאפ!!

דו ווילסט שטערן אידן פון העלפן כלל ישראל?!

וויאזוי דעם זאלן די קראנקע אויסגעהיילט ווערן?!

({[וואס דען זאל איך טון פאר מיין פרנסה!!!]})
פארשטייסט? דא האלטן יעצט די פלענער, מאר טו קאם!!!


----

געשריבן אונטערן איינדרוק פון א רויבער קאל נארוואס אריינגעקומען אין א נישט גוטע מינוט, פון קאנאדע.

און דאס איז נאך 50 מאל זיך אראפסיינען.

סטאאאאאפפפפפפפפפפפפפ!!!!!!!!!!!!!!
אוועיטער
ווירקליך
מנהל המערכת
פאוסטס: 726
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 28, 2023 10:08 pm
x 1157

Re: ס'העכסט צייט: טיר-בלאקערס ביי די שולן!!!

פאוסט דורך ווירקליך »

😂😂😂😂😂😂

איך קלער אז פילייכט וואלט'ן העווי דוטי מויל שלעסער פאר אייזלען מער געהאלפן
היי יו העוו ריטשט מיי וואויסמעיל, טענקס.
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3332
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 4828

Re: ס'איז העכסט צייט; טיר-בלאקערס ביי די שולן!

פאוסט דורך וואוילער »

די געדאנק איז נישט שלעכט.
דארף נישט זיין דוקא א פינעווער, און נישט דוקא געצווינגען, אבער מיט אזא מהלך קען מען אפשר מסדר זזין די פראבלעם.
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
אוועיטער
מיילעך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 209
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 10:41 am
x 235

Re: ס'איז העכסט צייט; טיר-בלאקערס ביי די שולן!

פאוסט דורך מיילעך »

פיין געשריבן! און א עקסטערע קאמפלעמענט פארן שרייבן אזוי שיין נאך אונטערן איינפליס...

נישט קיין שלעכטע געדאנק?!?!
אהרן זאב
פרישער באניצער
פאוסטס: 64
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 7:58 am
x 25

Re: ס'איז העכסט צייט; טיר-בלאקערס ביי די שולן!

פאוסט דורך אהרן זאב »

געפעלט מיר די איידיע!..
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5336
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 9954

Re: ס'איז העכסט צייט; טיר-בלאקערס ביי די שולן!

פאוסט דורך דער תהלים איד »

ס'צרות... באלד הייבט זיך עס אן... דער עולם דא איז דערפאר.

דערמאנט מיר פון יענעם וואס האבן געשריגן "אז דו גיבסט מיר נישט א דאלאר שריי איך אויס דיין נאמען הויעך" און יענער ענטפערט אים "נו איך ווארט שוין לאנג דערויף, שריי ביטע".

אבער איך האף ענק זענען נישט סיריעס.... וואס קומט נאך די זאקן? מ'גייט אוועקנעמען פון יעדן זיין קעמל נאך די מקוה?
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3301
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 3841

Re: ס'העכסט צייט: טיר-בלאקערס ביי די שולן!!!

פאוסט דורך שמח »

ווירקליך האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 14, 2023 9:40 pm 😂😂😂😂😂😂

איך קלער אז פילייכט וואלט'ן העווי דוטי מויל שלעסער פאר אייזלען מער געהאלפן
וואס מיינט פילייכט?

איז דא א טעמע איבער די באדייט פון יודישע ווערטער?

(עקסטער קען מען מאכן א טעמע מיט אלע איד-טיש'ע ווערטער [האקט, וכדומה] און זייערע באדייטן)
פאר נייעס, אפדעיטס, סעיפטי טיפס א.ד.ג. דורך ''מצילי אש דראקלענד'' צו באקומען אויף אימעיל דריקט דא זיך איינצושרייבן.
----------
מצילי אש דראקלענד-845.426.9111
הלכות מניעת דליקה בשבת קודש
יאנטשי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 388
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 12:54 pm
x 294

Re: ס'העכסט צייט: טיר-בלאקערס ביי די שולן!!!

פאוסט דורך יאנטשי »

שמח האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 20, 2023 3:40 am
ווירקליך האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 14, 2023 9:40 pm 😂😂😂😂😂😂

איך קלער אז פילייכט וואלט'ן העווי דוטי מויל שלעסער פאר אייזלען מער געהאלפן
וואס מיינט פילייכט?

איז דא א טעמע איבער די באדייט פון יודישע ווערטער?

(עקסטער קען מען מאכן א טעמע מיט אלע איד-טיש'ע ווערטער [האקט, וכדומה] און זייערע באדייטן)
פילייכט איז לכאורה/מסתמא אין אידיש


וכדומה איז א אידטיש ווארט?
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3301
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 3841

Re: ס'העכסט צייט: טיר-בלאקערס ביי די שולן!!!

פאוסט דורך שמח »

יאנטשי האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 20, 2023 5:39 am
שמח האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 20, 2023 3:40 am
ווירקליך האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 14, 2023 9:40 pm 😂😂😂😂😂😂

איך קלער אז פילייכט וואלט'ן העווי דוטי מויל שלעסער פאר אייזלען מער געהאלפן
וואס מיינט פילייכט?

איז דא א טעמע איבער די באדייט פון יודישע ווערטער?

(עקסטער קען מען מאכן א טעמע מיט אלע איד-טיש'ע ווערטער [האקט, וכדומה] און זייערע באדייטן)
פילייכט איז לכאורה/מסתמא אין אידיש


וכדומה איז א אידטיש ווארט?
''וכדומה'' האב איך געמיינט נאך ווערטער, עס דארף ווען שטיין און אזוי ווייטער.
פאר נייעס, אפדעיטס, סעיפטי טיפס א.ד.ג. דורך ''מצילי אש דראקלענד'' צו באקומען אויף אימעיל דריקט דא זיך איינצושרייבן.
----------
מצילי אש דראקלענד-845.426.9111
הלכות מניעת דליקה בשבת קודש
אוועיטער
חמול על מעשיך
פרישער באניצער
פאוסטס: 23
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק יולי 15, 2023 11:53 pm
Location: בין כתה לעשור
x 166
פארבינד זיך:

Re: ס'איז העכסט צייט; טיר-בלאקערס ביי די שולן!

פאוסט דורך חמול על מעשיך »

איך האלט שוין לאנג פון דער געדאנק נישט אריין צו לאזן געלט גייערס נאר יעדער זאל אריינלייגען 5 דאללער ביים אריינקומען
א זאך וואס איז קעגן די תורה מוז מען פארשטיינערן...
אבער ח"ו צו סתם קאנטראלירן יענעם פאר די אייגנע תאוות השררה...וד"ל



בילד


מיין לייבערי
טשיינע קלאזעט
פרישער באניצער
פאוסטס: 54
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 1:11 am
x 89

Re: ס'איז העכסט צייט; טיר-בלאקערס ביי די שולן!

פאוסט דורך טשיינע קלאזעט »

יעדער וועט אריינלייגן 5 דאלער?
און וויפיל וועט מען געבן פאר די 75 געלט גייער...?

חשבון שטימט נישט.

לאמיר שוין נישט רעדן אז דאס קען אפהאלטן אידן פון קומען אין ביהמ"ד און זיין א נועל דלת בפני המנדבים.

געשריבן אונטערן איינפלוס פון דיזן אשכול.
לא רעב ללחם אלא לקאקאש קעיק
אוועיטער
חמול על מעשיך
פרישער באניצער
פאוסטס: 23
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק יולי 15, 2023 11:53 pm
Location: בין כתה לעשור
x 166
פארבינד זיך:

Re: ס'איז העכסט צייט; טיר-בלאקערס ביי די שולן!

פאוסט דורך חמול על מעשיך »

כ'האב שוין לאנג געטראכט פון פון מאכען א שטיבל ווי עס איז פארבטען געלט גייערס אין מען דארף אריינלייגען געלט פון פאראויס ווען מען קומט אריין
א זאך וואס איז קעגן די תורה מוז מען פארשטיינערן...
אבער ח"ו צו סתם קאנטראלירן יענעם פאר די אייגנע תאוות השררה...וד"ל



בילד


מיין לייבערי
אוועיטער
רעגענדיגע זונטאג
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 677
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 5:17 pm
x 1236

Re: ס'איז העכסט צייט; טיר-בלאקערס ביי די שולן!

פאוסט דורך רעגענדיגע זונטאג »

איך זעה דו האלטס עס אין איין טראכטן....

viewtopic.php?p=12876#p12876
איך און מיך
פרישער באניצער
פאוסטס: 19
זיך איינגעשריבן: זונטאג מערץ 10, 2024 4:16 pm
Location: נעבן א קאמפוטער
x 101

Re: ס'איז העכסט צייט; טיר-בלאקערס ביי די שולן!

פאוסט דורך איך און מיך »

sss.JPG
sss.JPG (26.53 KiB) געזען געווארן 178 מאל
קוק אויף דער לעצטע שורה
ביטע הענג עס נישט אויפ אין מיין ביהמ''ד
איך בין מיך און דו בלייב דו
און ווער ס'מיינט אז איך מיין נישט איהם מיין איך אז איך מיין דווקא יא איהם
שרייב פאוסט