רצונות
געפאוסט: זונטאג אוגוסט 13, 2023 5:56 pm
רצונות
צווישען ווילדע געשרייען, טונקעלע היילען.
פארהאן פעסטע זיילען.
געבויעט זענען זיי פון ריינקייט.
פינסטער זייער געגענט, מען מערקט נישט זייער שיינקייט.
שטערקער פון שטאל, הארטער פון אייזן.
שטילערהייט, יעדע איינציג זייל, טוט וואונדער באווייזען.
באגראבן אין שווארץ, פעך און בלאטע.
עס רירט זיי נישט קיין קראץ, האק אדער לאפאטע.
א שיין אין עק געדיכט.
צייכען פון בלאס ליכט.
און אין טיפע עקן, אינמיטען אנגסט און שרעקן.
לעכצעניש ערוועקן, צווישענשיידען מעקן.
א מויער פון בענקשאפט, קייטען פון ליבשאפט.
געשטיקטע יאמערן פון ציעניש, כוואליעס פון צילעניש.
זיצן אונז ביידע און האפן, גלוסטען צום ריינע ''געטראפן''.
און פון מיין אינעווייניגסטע אדער, פלייצט ארויס ברור.
זיפצן פון פארלוירענקייט, צייכענעס פון הילפסלאזיגקייט.
פונקט ביים גרעסטען כוואליע, א באגעגעניש מיט דיין פמליה.
אלע גוטס אינאיינעם, אבער איך זוך דיר נאר איינעם.
דערנאך ווער איך געוואר, אז עס איז וואר - ביז גאר.
אז אין די טיפע איילען, ערדישע מיילען.
ביסטו דארט געווען, מיט דיינע מידות צען.
מיט מיר צוזאמען געבויט, אין טונקעלע נויט.
די שטארקע עמודים, ענדלאזע גדודים.
פון האפן, בענקען און ווילען.
האלזען רוח, אפלאזען חולין.
איז נאר אינאיינעם אנגעקומען.
הייסען הייסען זיי הארץ און געפיל, געבויט זענען זיי מיט ווייטאג פול.
עס האט א מערקעווירדיגע טייל, טאקע דיין ציל.
אראפלאזען א נפש למטה.
פון דארט בענקען אן אתערותא לתתא.
פון דארט וועסטו טאטע.
נעמען יעדע הארץ- נאט באזונדער.
זיך שפיגלען מיט דיינע קינדער.
ווייטאגען, שרייאונגען, אויסלייטערונג, באנייאונגען.
מיט דיר אליין אן קיין צוטיילונגען.
פַּאפַּא!!!