בלאט 1 פון 1

וויכטיגע מעלדונגען - טעכנישע אפדעיטס

געפאוסט: זונטאג יולי 16, 2023 10:35 am
דורך אדמיניסטראטאר
דער כלל איז "כל התחלות קשות", און מיר זענען דא בע"ה צו איוועסטירן אונזער צייט אודרכצוגיין דעם התחלה, מיט א תפילה תו השי"ת אז עס זאל זיין מיט הצלחה, פאר אלעמענס הנאה ברוחניות ובגשמיות.

על של עתה באנו, פראבלעמען וואס זענען אויפגעקומען:

1) ס'דא מעמבערס וואס קענען נישט אריינלאגן

דאס קומט צוליב א וויכטיגע סיסטעם אפדעיט וואס מ'האט געמאכט אינמיטן די נאכט, מוצש"ק, צו סאלוון א אישו פון ווערן כסדר ארויסגעסיינט.

אויב האט איר דעם פראבלעם, דארפט איר בלויז "אויסמעקן קוקיס".

דאס צו טון נוצט נישט די אפציע דא אויפן סייט, נאר טוט עס דורך אייער בראוזער, ביי קראום דארפט איר פשוט מאכן א רייט קליק אויפ'ן שלאס אויבן:
Screenshot 2023-07-16 102244.png
Screenshot 2023-07-16 102244.png (4.92 KiB) געזען געווארן 4227 מאל
און וועלט אויס צו אויסמעקן די סייט דאטא און קוקיס.

עס פאסירט גארנישט, און אייער לאגין וועט ווערן מסודר.

Re: חבלי לידה: וויכטיגע מעלדונג

געפאוסט: זונטאג יולי 16, 2023 10:37 am
דורך אדמיניסטראטאר
2) ס'וועט אפשר קומען א פרישע ריסעט, סטעי טונד

צוליב א ערנסטע אישו וואס די דעוועלאפער האבן אנטדעקט, איז דא א מעגליכקייט אז מ'וועט דארפן מאכן אן ערנסטע ריסעט, וואס וועט מיינען אז אלע מעמבערס וועלן זיך מוזן נאכאמאל איינשרייבן.

מיר פרובירן אז דאס זאל ווערן מסודר אן אזא ריסעט, אבער ס'איז דא אזא מעגליכקייט.

Re: חבלי לידה: וויכטיגע מעלדונג

געפאוסט: זונטאג יולי 16, 2023 10:39 am
דורך אדמיניסטראטאר
3) בנוגע די פראבלעמען מיט געוויסע פילטערס

אלס א סייט וואס איז געווידמעט בלויז פאר ערליכע און עקוואקסענע אינגעלייט, וועט דאס בע"ה זיין די ערשטע אויפ'ן ליסט צו זיין אפן אויף אלע אידישע פילטערס.

אבער, ווי שוין געשריבן ערגעץ אנדערש, קען דויערן ביז עס ווערט מסודר. אויב איר ווילט אליינס ארויסהעלפן, שיקט אן אימעיל פאר אייער פילטער קאמפאני. מיר טוען בע"ה פון אונזער זייט דאס מסדר צו זיין וואס פריער, בס"ד.

Re: חבלי לידה: וויכטיגע מעלדונגען

געפאוסט: זונטאג יולי 16, 2023 9:13 pm
דורך אדמיניסטראטאר
בעזר השם איז געפינען געווארן א לעזונג צו אלע פראבלעמען.

אבער: דער סייט וועט מוזן אריבערגיין א "ריפרעש" במשך די נאכט שעות.

זייט וויסן אז די נאכט וועט דער סייט נישט ארבעטן פאר איין אדער עטליכע שעה. מען וועט פרובירן אנצוהייבן וואס שפעטער אין די נאכט.

Re: חבלי לידה: וויכטיגע מעלדונגען

געפאוסט: זונטאג יולי 16, 2023 11:46 pm
דורך אדמיניסטראטאר
אפדעיט:
מהאמיר ב"ה מסדר געווען דעם פראבלעם אן צו דארפן באדערן סיי וואס אויפן סייט.

אלעס איז מסודר, און מען גייט נישט אראפ ברענגן דעם סייט.

Re: וויכטיגע מעלדונגען

געפאוסט: מיטוואך יולי 19, 2023 9:56 am
דורך אדמיניסטראטאר
בנוגע די פילטער קאמפאניס, וואס מאנכע ווערן זייער נערוועז "פארוואס מאכן זיי פראבלעמען":

מיר זענען בקשר מיט עטליכע, און מיר פרובירן מסדר צו זיין די בעסטע וואס שייך.

ס'איז בעצם העכסט פארשטענדליך אז עס נעמט צייט, א פובליק פארום וואו יעדער קען רעדן צו די גאנצע וועלט איז באמת א הייקעלע זאך, און א אידישע פילטער קאמפאני קען נישט עפענען בלענק אויב זיי ווייסן נישט גענוג מיט וועמען זיי דיעלן, און זיי פארשטייען נישט גענוג קלאר אז אונזער ציל איז דאס וואס מיר זאגן, "קליין און קליען".

ביטע האבן געדולד, מיר געבן אוועק אסאך צייט פון אונזער זייט זיי צו קאנטאקטן און אויסשמועסן, מיט די האפענונג און ערווארטונג אז אלעס וועט ווערן מוסדר בס"ד.

Re: וויכטיגע מעלדונגען

געפאוסט: זונטאג אוגוסט 06, 2023 2:38 pm
דורך אדמיניסטראטאר
זונטאג ראה נאמיטאג:

די בעק-ענד פונעם הויפט בלאט, דער נייעס זייטל, איז אריבער א העקינג, דערווייל אומאידענטיפיצרט.

מען קען זען די נייעס, אבער פרישע אפדעיטס וועלן נישט קענען ארויפגיין ביז דאס ווערט געסאלווד דורכ'ן דעוועלאפער טיעם, האפנטליך בקרוב ממש.

Re: וויכטיגע מעלדונגען

געפאוסט: מאנטאג אוגוסט 07, 2023 9:08 am
דורך אדמיניסטראטאר
אסמכתא בעלמא האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 2:38 pm זונטאג ראה נאמיטאג:

די בעק-ענד פונעם הויפט בלאט, דער נייעס זייטל, איז אריבער א העקינג, דערווייל אומאידענטיפיצרט.

מען קען זען די נייעס, אבער פרישע אפדעיטס וועלן נישט קענען ארויפגיין ביז דאס ווערט געסאלווד דורכ'ן דעוועלאפער טיעם, האפנטליך בקרוב ממש.
דער דעוועלאפער האט פאראכטן אלע באגס ב"ה!

און אגב אז ער איז שוין געווען אריינגעסיינט, האט ער שוין געמאכט נאך אפאר אפדעיטס וואס מ'האמיר געהאט באשטעלט.

Re: וויכטיגע מעלדונגען

געפאוסט: מאנטאג אוגוסט 07, 2023 12:14 pm
דורך אדמיניסטראטאר
יעדע נייעס האט באקומען א "גאר קורצע" קעפל, וואס ווערט אליינס געשריבן, און נאר אונטער דעם די לענגערע נייעס קעפלעך.

א שטארקע הילף פאר אונזער היינטיגן פאריאגטער דור... וואס דארף אלעס אין אן אויגנבליק!

Re: וויכטיגע מעלדונגען

געפאוסט: מאנטאג אוגוסט 07, 2023 4:15 pm
דורך אדמיניסטראטאר
דער נייעס פעידזש גייט ווידער אדורך א אישו, פארבינדן מיט די נעכטיגע געשעעניש וואס איז נשיט גענוג יסודות'דיג פאראכטן געווארן.

דער ערל טמא ארבעט דערויף, מיר האפן צו הערן פון אים בקרוב ממש.

אגב, דאס האט ער שוין דעליווערט אז די פארומס סערווער איז געווארן אפדעיטעד, און ארבעט יעצט גאר שנעל בס"ד.

Re: וויכטיגע מעלדונגען

געפאוסט: מאנטאג אוגוסט 07, 2023 4:46 pm
דורך אדמיניסטראטאר
מסודר ב"ה!

אלס פאראכטן בס"ד.

Re: וויכטיגע מעלדונגען

געפאוסט: דינסטאג אוגוסט 08, 2023 9:21 am
דורך אדמיניסטראטאר
היינט פארטאגס איז אידטיש פארום געווען 'דאון'.

אונזער געטרייע טעק טיעם האט געארבייט פון בעט ארויס... און ב"ה מ'האט עס פאראכטן, אבער היות ס'האט פאסירט אזויפיל אישוס די לעצטע 2 טעג, און ס'איז נאכנישט קלאר פארוואס און וויאזוי, גרייט מען זיך היינט צו טוישן גענצליך צו א נייע סערווער.

עס קען זיין אז די סייט וועט זיין פארלאשן פאר אפאר מינוט בשעת דעם טויש, אויב יא וועט עס אי"ה מעלדן בעפאר.

Re: וויכטיגע מעלדונגען

געפאוסט: מיטוואך אוגוסט 09, 2023 2:54 pm
דורך אדמיניסטראטאר
די סערווער אריבערגעפירעכץ קומט אצינד פאר.

מ'האט אויסגעארבעט בס"ד אז אלעס קען ווייטער אנגיין בשעת דעם טראנספארמירונג, אויסער דאס 'אפדעיטן' נייעס אויפן הויפט בלאט וואס וועט זיין אויף פאזע פארן היינטיגן נאכמיטאג און ביינאכט.

די טרעילאר'ס פארן ב"ה און די סערווערס שמועסן זיך אויס, אלעס פאר אונזערט וועגן. ובשם ה' נעשה ונצליח.

Re: וויכטיגע מעלדונגען

געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 10:43 am
דורך אדמיניסטראטאר
תהילה לקל דער הויפט זייטל ארבעט שוין געהעריג און ווערט שוין אפדעיטעד מיט געשמאקע און זאפטיגע, נאר מעין, און נאר גוטע און כשר'ע, נייעס וואס טוט זיך אויף דער וועלט.

זאגטס נישט אויס פאר קיינעם, אז פון די אישוס וואס האבן זיך געמאכט האט מען ב"ה אנטדעקט אז ס'איז געווארן אריינגעשיקט פעסטע "וויירוס"עס ר"ל אין אונזער בעק-ענד פונעם נייעס בלאט. דאס איז עפעס וואס אפעקטירט נישט קיין וויזיטארס, אבער קען ח"ו הרג'נען דעם סייט גופא.

דערפאר איז פריידיג אז מ'האמיר ב"ה באצייטנס גענומען די נויטיגע שריט און אנגעהויבן פונדאסניי, מ'האמיר די נאכט אריבערגעלייגט די סייט מיט די פארומס אויף א גענצליך נייע סערווער, מיט א גאר שטארקע אנטיוויירוס, און ב"ה ס'איז געלונגען צו מאכן אלעס שא שטיל אנדעם וואס דער עולם זאל עס שפירן...

אצינד זעמיר ב"ה העכסט מסודר, מיט'ן הילף פון השי"ת, און די הונדערטער מעמבערס און טויזנטער ליינער קענען ב"ה ווייטער נהנה זיין!

פיל הצלחה אויף ווייטער.

Re: וויכטיגע מעלדונגען

געפאוסט: מיטוואך אוגוסט 30, 2023 2:16 pm
דורך אדמיניסטראטאר
וויכטיגע מודעה:

אזוי ווי עס איז דא באנוצער וואס רעדן זיך אפ אז זיי קענען נישט "אריינסיינען", האבן מיר דאס אויסגעטשעקט.

ווי עס שטעלט זיך אויס איז עס רוב מאל צוליב די אלטע "קוקיס" פראבלעם. דערפאר דארפט איר בלויז פארמעקן די קוקיס. צו זען וויאזוי קוקט דא: viewtopic.php?p=10730#p10730

אדער ווי א באנוצער האט צוגעצייכנט דא: viewtopic.php?p=11267#p11267

הצלחה

געפאוסט: מיטוואך מאי 01, 2024 1:58 pm
דורך אדמיניסטראטאר
אפדעיט:

ב"ה, דער פראבלעם מיט'ן ראבאט-קעפשטא איז פאראכטן געווארן.

ביטע אנטשולדיגן אז צוליב קדושת המועד האט גענומען ביז היינט צו קעיר נעמען פונעם פראבלעם וואס האט געשטערט אסאך פון שרייבן און ליינען.

יעצט דארף אלעס צו פארן געשמירט בע"ה, אויב נישט ביטע לאזט ווייטער דא וויסן. ייש"כ!

Re: וויכטיגע מעלדונגען - טעכנישע אפדעיטס

געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2024 10:58 pm
דורך אדמיניסטראטאר
מודעה בנוגע ניק-נעמען:

1) מיר פרובירן אין אימעיל צו וועריפייען ניק-נעמען וואס זענען די זעלבע ווי אויף אייוועלט. אויב דארף מען וועריפייען א ניק-נאמען, אבער יענער האט זיך איינגעשריבן מיט אן אומגילטיגן אימעיל-אדרעס, ווערט דער ניק-נאמען תיקף אויסגעמעקט.

2) אויב שרייבט זיך איינער איין מיט א ניק-נאמען וואס איז שוין דא אויף אידטיש, אבער יענער ניק האט 'זערא' תגובות און האט נישט אריינגעסיינט פאר איבער א יאר, וועט מען אויסמעקן יענעם אלטן אומאקטיוון ניק צו מאכן פלאץ פאר'ן פרישן.