מיין טרעילאר’לאזע רייזע
געפאוסט: פרייטאג אוגוסט 11, 2023 3:52 am
איין נאכט דעם פארלאפענעם וואך זעמיר געווען אין מאנסי ביי אן איינגענעמער פארברענג מיט א קבוצה חברים און אידן וועלכע זענען עוסק אינעם זעלבן פעלד ווי איך.
דער פארברענג האט זיך פארצויגן בין אין די שפעטע נאכט שעות ווען מ’האט זיך צעשיידט, און דא איז געקומען דער טייל פון אהיימדרייוון דעם וועג קיין קרית יואל.
טאקע א קורצע וועג, אבער פאר מיר, אלס א דרייווער וואס זיצט זייער אומבאקוועם ביים רעדל אויף לאנג דיסטענס רייזעס און שוויצט פארסאפעט ווען מ’דארף טוישן לעין אדער כאפן אן עקזיט, איז עס נישט געשמאק, בפרט ווען איך פאר אליינס, און נאכדערצו ביינאכט ווען אלעס וואס איך זע זענען גרויסע טרעילארס ביי מיינע זייטן וואס לאזן נאך דעם גרימצארנדיגן ברררררררר גערויש און ברענגען א וויברירנדער בררררר געפיל אין מיר.
למעשה, מחמת איזה סיבה שהוא, האט מיר מיין דזשי פי עס געפירט אויף א וועג וואס - איר זאלט מיר מוחל זיין איך קען נישט קיין וועגן און כ’ווייס נישט וויאזוי ס’הייסט, אבער - איז היבש ליידיג.
אין אנהייב האב איך זיך היבש געפריידט... א מחי’... כ’האב א ליידיגע ראוד.... אהרעלע סאמעט ווערט מכובד אראפצולייגן אן אוירא דארץ ישראל ביי מיר אין קאר אויף הויכע טענער, און היידא! מ’פארט!
פארנדיג אזוי ווי א שיילער אין א רייפן קארטאפל, גלאט און שנעל, האט מיר אבער מיטאמאל אנגעכאפט אן אומהיימליך געפיל... עפעס א סקרוכנדע שאקל אין מיינע אדערן און א צומישעניש אין די אויגן, וואס האט מיר געמאכט טראכטן, בין איך מיד? שיכור? אדער חלילה פארליר איך באוואוסטזיין אזוי ביים רעדל? עפעס גייט פאר מיט מיר! איך פיל עפעס נישט בסדר!
ביז איך האב עס געכאפט... איך פאר און פאר ווי א יוקל אויפ’ן ליידיגן ראוד!
אלעס וואס איך ברויך איז א טרעילאר! א ווילדע דרייווער וואס זאל מיר מאכן אויפשפרינגען! עפעס וואס זאל אריינגעבן עפעס קאליר צום וועג.
כ’האלט טאקע נאר נאך 15 מינוט דרייוון, אבער דער וועג איז נמאס ווי נאך א 6 שעה’יגן דרייוו...
פון דארט און ווייטער האב איך שוין געהאט וואס צו טון... מיינע מחשבות האבן איבערגענומען דעם רעדל...
***
מיר פארן אלע אויף א לאנג דיסטענס רייזע... א רייזע וואס מיר האפן זאל נעמען לאנגע געזונטע יארן, ביז ווען מ’וועט אנקומען צום ציהל און ערפולן דעם תפקיד.
עס איז אבער נישט גרינג... דאס דארפן בייקומען גרויסע טרעילארס וואס קענען אונז צעמאלן, און זיך האלטן אין א גראדע לעין טראץ וואס די גרויסע מאנסטערן און ווילדע דרייווערס פון ארום וועלכע דראען אונז צו לייגן אין א סכנה, קענען מאכן דעם וועג אויסמאטערנד, און ברענגען צו שוויצן ביים רעדל.
ווי גוט וואלטן מיר געשפירט צו זיצן אויף א ליידיגע ראוד... שמייסן שטיקער אן קיין שום טשעלענדזשעס...
נישט אזוי?
ניין. בפירוש נישט.
דער וועג מוז קומען באגלייט מיט טשעלענדזשעס... פעססן טרעילארס און זיך היטן פון ווילדע דרייווערס איז טייל פונעם קאליר וואס אונזער וועג פאדערט!
אויב וועלן מיר דאס נישט האבן, וועלן מיר זיך גאנץ שנעל טרעפן אומעטיג, אומהיימליך, נמאס, און צוועקלאז.
ווען א רייזע האט נישט קיינע טשעלענדזשעס ווערט דער גאנצער רייזע א טשעלענדזש!
אבער... געדענקט! מ’בלייבט נישט שטיין אינעם בליינד ספאט פון א טרעילאר! מ’פארט עס דורך שנעל, און דערנאך קען מען שמייכלען צו אים אין שפיגל... א טשעלענדזש איז נישט א פלאץ וואן צו בלייבן שטעקן!
***
וועלקאם האום! - שרייט דער דזשי פי עס.
א גוטע נאכט.