בלאט 1 פון 12

לאקאלע נייעס פון ניו יארק

געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 11:20 am
דורך אסמכתא בעלמא
די דעמאקראטן האבן אין די טעג ארויסגעשטעלט זייערע קאנדידאטן פאר "סופרים קאורט ריכטער", און צווישן זיי געפינן זיך 2 חרדי'שע.

איינס איז א 42 יעריגער איד ר' שאול שטיין פון מידוואד, וואס האט זיך אהערגעצתויגן פון מאנטריאל. נאך יארן זיין א לויער, איז ער אין די לעצטע צייט געווארן א געהילף פאר א סופרים קאורט ריכטער, דעוויד קאהען, און אויך איז ער אליינס א שופט אין א לאאלע געריכט, און ווי געזאגט, יעצט לויפט ער צו זיין א סופרים קאורט ריכטער.

די צווייטע איז א פרוי, מרת פרייער, א חרדישע 58 יעריגע פרוי פון בארא פארק, וואס האט געלערנט אלס קינד אין בית יעקב. ס'איז נישט קלאר צו ס'דא א רב וואס שטיצט דאס לויפן אויף אזא אמט.

אויך מרת פרייער דינט שוין אלס א שופטות אין א לאקאלע געריכט, און איז אויך געווען פון די גרינדער פון די "עזרת נשים" הצלה אגענטור.

Re: נאציאנאלע נייעס: ניו יארק

געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 2:50 pm
דורך בן שמחה
וואס קומט אריין נאציאנאל?

Re: נאציאנאלע נייעס: ניו יארק

געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 2:51 pm
דורך בן שמחה
די פרוי פון ב”פ איז א היימישע פרוי מען שרייבט די נאמען פרייער

Re: לאקאלע נייעס: ניו יארק

געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 3:45 pm
דורך אסמכתא בעלמא
יישר כח. פאראכטן!

Re: לאקאלע נייעס: ניו יארק

געפאוסט: דינסטאג אוגוסט 22, 2023 3:04 pm
דורך ווער
אן איבערוויגענדע מערהייט פון 82 פראצענט ניו יארקער וויילער זענען ביים מיינונג אז די פלייץ פון אימיגראנטן אריין צו די סטעיט איז אן ערענסטע פראבלעם
58 פראצענט זאגן אז ניו יארק האט שוין געטון גענוג און מען זאל באגרעניצן אימיגראציען, אקעגן 36 פראצענט וועלכע זאגן אז די סטעיט זאל אריין נעמען נאך מער און זיי העלפן זיך אסימילירן. די אומגעדולד ביי ניו יארקער וויילער קומט אין צייט וואס די סיטי האט די לעצטע שטיק צייט געזען א פלוס פון מער ווי 100 טויזנט אימיגראנטן, צווישן זיי 57 טויזנט וועלכע באקומען הילף פון די סיטי.

Re: לאקאלע נייעס פון ניו יארק

געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 11:34 pm
דורך ניקל
מאסיווען עקסידענט אויפן GW Bridge

Re: לאקאלע נייעס פון ניו יארק

געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 11:35 pm
דורך ניקל
א טראקטאר טרעילער האט אריינגעקראכט אינעם ברידזש
עס פלאקערט

Re: לאקאלע נייעס פון ניו יארק

געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 11:36 pm
דורך ניקל
Screenshot_20230824_233406_WhatsApp.jpg
Screenshot_20230824_233406_WhatsApp.jpg (114.35 KiB) געזען געווארן 1666 מאל
Screenshot_20230824_233404_WhatsApp.jpg
Screenshot_20230824_233404_WhatsApp.jpg (125.84 KiB) געזען געווארן 1666 מאל
Screenshot_20230824_233401_WhatsApp.jpg
Screenshot_20230824_233401_WhatsApp.jpg (95.61 KiB) געזען געווארן 1666 מאל

Re: לאקאלע נייעס פון ניו יארק

געפאוסט: פרייטאג אוגוסט 25, 2023 9:49 am
דורך ווער
אלבאני – גאווערנאר האקול האט ענדליך געשיקט א פארמאלע ביטע צו פּרעזידענט ביידען, פארלאנגענדיג אז דאס ווייסע הויז זאל נעמען עקזעקוטיווע שריט צו העלפן ניו יארק סטעיט זיך ספּראווען מיט'ן אימיגראנטן קריזיס וואס איז א פעדעראלע פאראנטווארטליכקייט. "דאס איז א פינאנציעלער עול וואס די סיטי און סטעיט נעמען אויף זיך אויפ'ן באצוג פון די פעדעראלע רעגירונג", שרייבט האקול, וועלכע האט געמאלדן דאס אז זי האט געשיקט דעם בריוו נעכטן ביי א פּרעסע קאנפערענץ אין אלבאני.

Re: לאקאלע נייעס פון ניו יארק

געפאוסט: זונטאג אוגוסט 27, 2023 6:22 pm
דורך ניקל
פראטעסטן זענען היינט פארגעקומען פארנט פון די גרעיסי מענשן מעיאר וואוינארט, אין ניו-יארק-סיטי מיט פארזאמלטע שרייענדיג "ארויס מיט עדעמס" זייענדיג אויפגעברויזט אויף די נייע אימיגראנטן שעלטערס וועלכע ווערן אויפגעבויעט אין די שטאט.

Re: לאקאלע נייעס פון ניו יארק

געפאוסט: דינסטאג אוגוסט 29, 2023 10:55 am
דורך ווער
ניו יארק סיטי מעיאר עריק עדעמס צוזאמען מיט סקול קאנצלער דעוויד בענקס האבן אויפגעוויקלט אמערדזשענסי פלענער אין פאל פון א מעגליכע סטרייק דורך פולע סיטי סקול באס דרייווער און געהילפן

Re: לאקאלע נייעס פון ניו יארק

געפאוסט: פרייטאג סעפטעמבער 01, 2023 4:18 pm
דורך ניקל
מעיאר עדעמס האט ארויסגעלייגט זיין נאמבער צו טעקסן 9179092288
העלוי ניו יארק איך בין עקסייטעט צו לאזן הערן א נייע פראגראם טעקס מיט עריק
איך וועל לאזן וויסן מיינע אפדעיטס און יעדער זאל לאזן וויסן זיינע אפדעיטס וואס טוט זיך ארום אים האט מעיאר עדעמס געזאגט און געשיקט פארן ציבור זיין נאמבער

Re: לאקאלע נייעס פון ניו יארק

געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2023 2:22 pm
דורך ניקל
פינעף פייערלייט זענען געשעדיגט געווארן ביים באקעמפן א מאסיווער פייער א אין ניו-יארק-סיטי 'דעפארטמענט אוו טרענספארטעישן' וועירהאוז און מעינטענענס געביידע אין די ווילעטס פוינט אפטיילונג אין קווינס.

Re: לאקאלע נייעס פון ניו יארק

געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2023 9:46 pm
דורך הימל
גייט זיין ביטער הייס מארגן.

Re: לאקאלע נייעס פון ניו יארק

געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2023 11:39 pm
דורך Yankel
הימל האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2023 9:46 pm גייט זיין ביטער הייס מארגן.
סאיז שוין יעצט שרעקליך הייס…..

Re: לאקאלע נייעס פון ניו יארק

געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2023 11:48 pm
דורך הימל
Yankel האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2023 11:39 pm
הימל האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2023 9:46 pm גייט זיין ביטער הייס מארגן.
סאיז שוין יעצט שרעקליך הייס…..
דאס איז געווען א ווארימע הכנה..

Re: לאקאלע נייעס פון ניו יארק

געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 12:08 am
דורך פרייליך
הימל האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2023 9:46 pm גייט זיין ביטער הייס מארגן.
ווי שטארק?

Re: לאקאלע נייעס פון ניו יארק

געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 11:52 am
דורך ווער
ניו יארק סיטי מעיאר עדעמס באזוכט בארא פארקער אדמו"רים שליט"א צו פארזיכערן די בעסטע צוזאמנארבייט דורכאויס די ימים טובים

Re: לאקאלע נייעס פון ניו יארק

געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 10:38 am
דורך ווער
ניו יארק סטעיט שיקט ריזיגע ליפערונגען פון מאסקעס און קאוויד טעסט קיטס פאר סקול דיסטריקטס לענגאויס ניו יארק

Re: לאקאלע נייעס פון ניו יארק

געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 10:39 am
דורך ווער
ניו יארק סיטי באקומט אריין מער ווי צוויי טויזנט אימיגראנטן און פליטים יעדע וואך

Re: לאקאלע נייעס פון ניו יארק

געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 12:31 pm
דורך ווער
ניו יארק סיטי'ס פובליק סקול סיסטעם מיט א מיליאן סטודענטן עפענט זיך היינט פאר די נייע שולע יאר, מיט א מעגליכע באס סטרייק

Re: לאקאלע נייעס פון ניו יארק

געפאוסט: פרייטאג סעפטעמבער 08, 2023 10:21 am
דורך ווער
מעיאר עדעמס ווארנט:
אימיגראנטן קריזיס וועט
חרוב מאכן ניו יארק סיטי

Re: לאקאלע נייעס פון ניו יארק

געפאוסט: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2023 9:49 am
דורך ווער
ניו יארק גאווערנאר פרוי האקול שליסט נישט אויס די מעגליכקייט אז זי וועט פאררופן א ספּעציעלע סעסיע פון די סטעיט לעגיסלאטור, אינמיטן וואקסנדע דרוק אז זי זאל צוזאמרופן סטעיט סענאטארן און סטעיט אסעמבלי מיטגלידער צו אדרעסירן דעם וואקסנדן אימיגראנטן קריזיס אין ניו יארק סיטי. האקול האט אויך געזאגט אז זי איז אין נאנטן קאנטאקט מיט'ן סיטי מעיאר עריק עדעמס און מען האט אנגעהויבן ארבעטן אויף עכטע לעזונגען צו זען וויאזוי מען קען זיך ספּראווען מיט די פּראבלעמען וואס דאס ברענגט פאר די סיטי.

Re: לאקאלע נייעס פון ניו יארק

געפאוסט: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2023 2:13 pm
דורך ווער
סענעטאר שומער און קאנגרעסמאן דזשעפריס שטייען אויס קריטיק דורך ניו יארקער אז זיי טוען נישט גענוג צו ברענגן הילף מיט די אימיגראציע קריזיס

Re: לאקאלע נייעס פון ניו יארק

געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 12, 2023 5:35 pm
דורך ווער
מייק בלומבערג איז ארויס געקומען מיט א רוף אז וואשינגטאן זאל נעמען מער שריט ארויס צו העלפן ניו יארק מיט די אימיגראנטן קריזיס