בלאט 1 פון 2

שלום עליכם! לאמיר זיך פארשטעלן פאר אייך…

געפאוסט: מיטוואך אוגוסט 09, 2023 10:03 pm
דורך ביינישקע טייטלבוים
א גוטן טייערע ביוטיפול חבירים, איך קים פון א אנדערע פארום, איך ווייס נישט אויב מען מעג דא זאגן זייער נאמען, עכ״פ דארט איז דא זייער א שיינער אשכול/טעמע אז יעדער נייער חבר קומט אריין און שטעלט זיך פאר פארן עולם, און כידוע אז א גוטע זאך מעג מען גנב׳נן, זאלן אינז אויך האבן דאס דא.

ובכן, איך הייס ביינישקע טייטעלבוים (נישט עכט…הא…הא….הא….), איך גיי מיט שלייקעס, און איך האב א סענס אוו הומור, איך האלט מיך פאר גאר א גיטע שרייבער איך האף צי קענען דא סאושעלייזן מיטן עולם.

הערט און האט הנאה

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

געפאוסט: מיטוואך אוגוסט 09, 2023 11:11 pm
דורך ווירקליך
ביינישקע טייטלבוים האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 09, 2023 10:03 pm א גוטן טייערע ביוטיפול חבירים, איך קים פון א אנדערע פארום, איך ווייס נישט אויב מען מעג דא זאגן זייער נאמען, עכ״פ דארט איז דא זייער א שיינער אשכול/טעמע אז יעדער נייער חבר קומט אריין און שטעלט זיך פאר פארן עולם, און כידוע אז א גוטע זאך מעג מען גנב׳נן, זאלן אינז אויך האבן דאס דא.

ובכן, איך הייס ביינישקע טייטעלבוים (נישט עכט…הא…הא….הא….), איך גיי מיט שלייקעס, און איך האב א סענס אוו הומור, איך האלט מיך פאר גאר א גיטע שרייבער איך האף צי קענען דא סאושעלייזן מיטן עולם.

הערט און האט הנאה
אה! ס'גוט אייך צו זען דא!

ביינישקע הייסטו נאכ'ן זיידן דעם בנש"ק?
און טייטלבוים נאכ'ן באב'ן?

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

געפאוסט: מיטוואך אוגוסט 09, 2023 11:14 pm
דורך ווירקליך
אגב, שוין דא אן אשכול איבער דעם
viewtopic.php?t=17
אבער לאמיר זען, אפשר וועט דער אשכול אין לייכטע שמועסן ברענגען מער ברייטערע באגריסונגען...

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 12:38 am
דורך טייטלבוים
משפחה?

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 12:52 am
דורך וואוילער
לענ״ד איז די פראבלעם אז מ'טרייט זיך צו אויפבויען א געוויסע קערעקטער פאר די ניק, וואס ברענגט א געוויסע אומ-ארגינעלקייט צום שמועס.
קען זיין איך בין צן גראד, און מאנכע העלן טענה'ן אז טאקע דעס איז די געשמאק, אבער איך האב ליב מער עכט און נאטורליך, ווי איידער שפילן א געים.

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 2:40 am
דורך ביינישקע טייטלבוים
טייטלבוים האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 12:38 am משפחה?
העי! איך האב שוין א קאמפעטישען דא, איך האף די רופסט מיר נישט אין דין תורה!

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 2:43 am
דורך ביינישקע טייטלבוים
וואוילער האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 12:52 am לענ״ד איז די פראבלעם אז מ'טרייט זיך צו אויפבויען א געוויסע קערעקטער פאר די ניק, וואס ברענגט א געוויסע אומ-ארגינעלקייט צום שמועס.
קען זיין איך בין צן גראד, און מאנכע העלן טענה'ן אז טאקע דעס איז די געשמאק, אבער איך האב ליב מער עכט און נאטורליך, ווי איידער שפילן א געים.
איך מיין אז א אמת׳ע קערעקטער קען מען נישט באהאלטן פאר צולאנג.

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 12:37 pm
דורך באשיינפערליך
יע איך הייס נאך מיין חשובע באבע (מ׳פלעגט איר רופן שיינפי בלשון חיבה…)
אקעי לאמיך מיר טרייען פארצושטעלן. איך בין מער אויף די פעשע זייט, איך וואק און וואק אן קיין ציל, שרעקליך עדיקטעד צום ציגאר, אה יא… און איך טריי צו טוישן זאקן יעדן טאג…

ביי

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 1:58 pm
דורך ביינישקע טייטלבוים
באשיינפערליך האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 12:37 pm יע איך הייס נאך מיין חשובע באבע (מ׳פלעגט איר רופן שיינפי בלשון חיבה…)
אקעי לאמיך מיר טרייען פארצושטעלן. איך בין מער אויף די פעשע זייט, איך וואק און וואק אן קיין ציל, שרעקליך עדיקטעד צום ציגאר, אה יא… און איך טריי צו טוישן זאקן יעדן טאג…

ביי
זעמיר אינז נאנטע קרובים, דיין באבע שיינפע און מיין זיידע בייניש זענען געוועהן ברודער און שוועסטער, wאw, א קליין וועלט.

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 8:02 pm
דורך באשיינפערליך
ביינישקע טייטלבוים האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 1:58 pm
באשיינפערליך האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 12:37 pm יע איך הייס נאך מיין חשובע באבע (מ׳פלעגט איר רופן שיינפי בלשון חיבה…)
אקעי לאמיך מיר טרייען פארצושטעלן. איך בין מער אויף די פעשע זייט, איך וואק און וואק אן קיין ציל, שרעקליך עדיקטעד צום ציגאר, אה יא… און איך טריי צו טוישן זאקן יעדן טאג…

ביי
זעמיר אינז נאנטע קרובים, דיין באבע שיינפע און מיין זיידע בייניש זענען געוועהן ברודער און שוועסטער, wאw, א קליין וועלט.
סארי באט איי דאונט קנאו וואט יו אר טאלקינג אבאוט!

ערשטנס די באבע שיינפי ע״ה האט קיין ברודער ביינוש נישט געהאט…
צווייטנס איר ברודער ביינוש איז אוועק אלץ קליין קינד…
דריטנס זיי זענען געווען צו׳הרג׳ט און נישט אויסגעטוישט קיין ווארט די לעצטע פאר יאר פון זייער לעבן…

סאו האק מיר נישט אין קאפ מיט קאזינשאפט, ווייל מיט אזעכע קאזינס ווער דארף נאך ברודערס….

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 8:40 pm
דורך ווירקליך
באשיינפערליך האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 8:02 pm

איך פרעג שוין לאנג ווער סדארף נאך ברידער... כמאך פשוט אזא אנקעטע אזויווי...

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 9:57 pm
דורך וואוילער
דער טייטעלבוים שלאגט זיך שוין דא מיט א ברודער און א קאזין... צוגעפאסטע נאמען.

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

געפאוסט: פרייטאג אוגוסט 11, 2023 12:03 am
דורך באשיינפערליך
וואוילער האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 9:57 pm דער טייטעלבוים שלאגט זיך שוין דא מיט א ברודער און א קאזין... צוגעפאסטע נאמען.
נווווו :lol: :lol:

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

געפאוסט: פרייטאג אוגוסט 11, 2023 12:04 am
דורך באשיינפערליך
ווירקליך האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 8:40 pm
באשיינפערליך האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 8:02 pm
ביינישקע טייטלבוים האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 1:58 pm

זעמיר אינז נאנטע קרובים, דיין באבע שיינפע און מיין זיידע בייניש זענען געוועהן ברודער און שוועסטער, wאw, א קליין וועלט.
סארי באט איי דאונט קנאו וואט יו אר טאלקינג אבאוט!

ערשטנס די באבע שיינפי ע״ה האט קיין ברודער ביינוש נישט געהאט…
צווייטנס איר ברודער ביינוש איז אוועק אלץ קליין קינד…
דריטנס זיי זענען געווען צו׳הרג׳ט און נישט אויסגעטוישט קיין ווארט די לעצטע פאר יאר פון זייער לעבן…

סאו האק מיר נישט אין קאפ מיט קאזינשאפט, ווייל מיט אזעכע קאזינס ווער דארף נאך ברודערס….
איך פרעג שוין לאנג ווער סדארף נאך ברידער... כמאך פשוט אזא אנקעטע אזויווי...
סאו קענסט מיר אראפנעמען פון דיין ליסט…

Re: שלום עליכם! לאמיר זיך פארשטעלן פאר אייך…

געפאוסט: זונטאג אוגוסט 27, 2023 11:13 pm
דורך מאדערן ארט
שלום עליכם

Re: שלום עליכם! לאמיר זיך פארשטעלן פאר אייך…

געפאוסט: זונטאג אוגוסט 27, 2023 11:30 pm
דורך שמח
מאדערן ארט האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 27, 2023 11:13 pm שלום עליכם
דו גייסט טאקע ברענגען וואס דיין ניק דערציילט, אדער אבי א ניק?

Re: שלום עליכם! לאמיר זיך פארשטעלן פאר אייך…

געפאוסט: מאנטאג אוגוסט 28, 2023 9:21 am
דורך מאדערן ארט
שמח האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 27, 2023 11:30 pm
מאדערן ארט האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 27, 2023 11:13 pm שלום עליכם
דו גייסט טאקע ברענגען וואס דיין ניק דערציילט, אדער אבי א ניק?
'מאדערן ארט' שפיגלט אפ 'געפיל'...

נישט אייביג דארף דאס זיין און פארום פון באשפריצן א מייסטער ארטיסטיש געמויזשאכטץ וואס פארקערפערט אין זיך שטריכן פון געפיל.

עס קען אויך אריינרעכענען, יא... 'שרייבן'...

שרייבן און פענטן זענען טאקע פון צווי אנדערע סארטן, אבער אין געפיל, זענען זיי איינס!!!

Re: שלום עליכם! לאמיר זיך פארשטעלן פאר אייך…

געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2023 8:47 pm
דורך דער פריץ
שלום עליכם

Re: שלום עליכם! לאמיר זיך פארשטעלן פאר אייך…

געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2023 9:22 pm
דורך איד
דער פריץ האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2023 8:47 pm שלום עליכם
עליכם השלום !

אבער דא איז נישט א שלום עליכם אשכול, דא דארף מען זיך אויך פארשטעלן ...
איך פארשטיי אז איר זענט @#דער פריץ אבער אפשר זאגט איר פון וועלכע דארף ? ...

Re: שלום עליכם! לאמיר זיך פארשטעלן פאר אייך…

געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2023 10:02 pm
דורך דער פריץ
איד האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2023 9:22 pm
דער פריץ האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2023 8:47 pm שלום עליכם
עליכם השלום !

אבער דא איז נישט א שלום עליכם אשכול, דא דארף מען זיך אויך פארשטעלן ...
איך פארשטיי אז איר זענט @#דער פריץ אבער אפשר זאגט איר פון וועלכע דארף ? ...
פון מיין הויז

Re: שלום עליכם! לאמיר זיך פארשטעלן פאר אייך…

געפאוסט: פרייטאג נאוועמבער 24, 2023 12:09 am
דורך פישל שווארץ
הערשט יעצט באמערקט די אשכול. אשכול זאגסטו, די שגץ, דא הייסט עס נישט אשכול.

בקיצור, לאמיר מיך זיך פארשטעלן, איך בין פישל שווארץ, נייס טו מיט יו אלל.

Re: שלום עליכם! לאמיר זיך פארשטעלן פאר אייך…

געפאוסט: פרייטאג נאוועמבער 24, 2023 12:11 am
דורך וואוילער
פישל שווארץ האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 24, 2023 12:09 am הערשט יעצט באמערקט די אשכול. אשכול זאגסטו, די שגץ, דא הייסט עס נישט אשכול.

בקיצור, לאמיר מיך זיך פארשטעלן, איך בין פישל שווארץ, נייס טו מיט יו אלל.
העללאוי ענד וועלקאם!

Re: שלום עליכם! לאמיר זיך פארשטעלן פאר אייך…

געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 03, 2023 8:22 pm
דורך פעפסי
איז אזוי כ'הייס פעפסי מ'רופט מיך פעפסי. כ'דרייוו א רעגעלע פעפסי קאר. כ'בין א פעפסי חסיד. כ'ארבעט פאר פעפסי. כ'טרינק פעפסי. און אז ס'פעפסיטעך נישט קענסטעך פעפסיען.

Re: שלום עליכם! לאמיר זיך פארשטעלן פאר אייך…

געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 03, 2023 10:24 pm
דורך טיפע טאשן
מיין רבי לאזט נישט...

Re: שלום עליכם! לאמיר זיך פארשטעלן פאר אייך…

געפאוסט: זונטאג פעברואר 11, 2024 9:44 pm
דורך פאפקארן
א גוטן מיין נייע חברים דא אויפן פארום, איך האף צו געשמאק פארברענגן מיט אייך, און איך ערווארט אז מ'זאל מיר מקרב זיין מיט א סידור און קאווע, איך פלאן זיך צו פילן באקוועם דא, שוין א שטיק צייט וואס איך בליק כסדר אריין דא, און איך זע א געשמאקע אטמאספארע און פאזעטיווע עדעטוט

אלס נייע חבר מוז איך זיך פארשטעלן פאר אייך, איז אזוי, איך האב א לענגליכע בארד, יא איך מוז מודה זיין אז עס שפראצט און בליעט אן קיין קאנטראל, אבער איך שעם זיך נישט דערמיט. א געווענליכע טאג זיץ איך אין קאווע שטיבל און איך ווארט אויף קאמפעני, א הוט קען איך נוצן א נייע, אדרבא אויב איינער וועט מיר מנדב זיין וועל איך עס טראגן

קיצור... נאך קאשעס?