בלאט 1 פון 1
ספעשל עלעקשאנס - אפף סיזען עלעקשאנס
געפאוסט: דינסטאג אוגוסט 08, 2023 11:03 pm
דורך צפנת פענח
יעדע וואך צוויי קומט פאר עלעקשענס אין אמעריקע, אמאל איז עס ווייל איינער האט ריטייערט אדער געשטארבן און אמאל איז עס פריימעריס וכדומה וואס זענען נישט קיין נאציאנאלע עלעקשען'ס.
- - - -
היינט זענען פארגעקומען עטליכע עלעקשענס, קודם איז פארגעקומען א עלעקשען אין אהייא ווי עס איז געווען א שאלה אויפן בעלאט צו מאכן שווערער צו ארויפברענגן און טוישן די סטעיטס קאנסטעטוציע, די אמענדמענט איז געווען צוויי פאכיג, איינס צו פארלאנגן שווערערע אינטערשריפטן און אזוי אויך פאדערן 60 פראצענט שטיצע אנדערש ווי די יעצטיגע 50 פראצענט.
די שאלה איז ארויפגעלייגט געווארן דורך די רעפאבליקאנער רעפעזענטאטן וואס ווילן שווערער מאכן די טוישן די קאנסטעטוציע, בעיקר וויבאלד אין נאוועמבער קומט ארויף א שאלה איבער חוקי רציחה, די דעמאקראטן האבן גע'טענה'ט אז זיי האבן עס דווקא אריינגעריקט און אזא טאג ווען כמעט קיינער ווייסט נישט אז עס איז דא וואוטינג, למעשה אבער איז געווען גאר א גרויסע טורנאוט נאך וואס עס איז אריינגעגאסן געווארן שווערע מיליאנען דערין.
למעשה האבן געוויסע רעפאבליקאנער זיך אויך ארויסגעשטעלט קעגן די שאלה און לעצטע פאולס האבן געוויזן אז אזויפיל ווי 40 פראצענט רעפאבליקאנער זענען דערקעגן.
נאך איין קרישקעלע פאר מען גייט צו די רעזולטאטן, היינט איז געווען באריכטעט איבער טעבעלעטור פראבלעמען ענדליך צו וואס עס איז געווען אויף עלעקשאן דעי 2022 אין אריזאנע, ווי וויילער זענען געהייסן געווארן אריינצולייגן די בעלאטס און בעגס ווי עס וועט שפעטער ווערן געציילט.
נאכן אפציילן 99 פראצענט פון די שטימען (לויט 270) שטייט "ניין" (דאס מיינט נישט טוישן) ביי איבער 56% שטימען און די שאלה איז דורכגעפאלן.
עס איז געווען איבער 2.8 מיליאן שטימען.
ספעשל עלעקשאנס - נייעס און נאטיצן
געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2023 11:05 am
דורך ווער
היינט קומט פאר א רעפאבליקאנע פריימערי אין יוטא פאר די צווייטע קאנגרעס דיסטריקט צו ערזעצן א שטארק רעכטע קאנגרעסמאן קריס סטוארט ואס האט רעזיגנירט
Re: ספעשל עלעקשאנס - נייעס און נאטיצן
געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2023 11:09 am
דורך ווער
אין ראוד איילענד איז דא היינט א ספעשל עלעקשאן פאר קאנגרעס די דיסטריקט איז שטארק דעמאקראטיש
Re: ספעשל עלעקשאנס - נייעס און נאטיצן
געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2023 12:27 pm
דורך טראפקעלע
ווער האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 05, 2023 11:09 am
אין ראוד איילענד איז דא היינט א ספעשל עלעקשאן פאר קאנגרעס די דיסטריקט איז שטארק דעמאקראטיש
דער לינקער קאנדידאט אהרן ריגונבערג(א איד) איז אין פעיווערט צו געוואונען. אינדארסירט דורך סענדערס קארטעז וכו'
Re: ספעשל עלעקשאנס - נייעס און נאטיצן
געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2023 12:32 pm
דורך טראפקעלע
ווער האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 05, 2023 11:05 am
היינט קומט פאר א רעפאבליקאנע פריימערי אין יוטא פאר די צווייטע קאנגרעס דיסטריקט צו ערזעצן א שטארק רעכטע קאנגרעסמאן קריס סטוארט ואס האט רעזיגנירט
א שטארק מעיסיגע קאנדיטאט (אנטי טראמפ) עדווארדס, איז אין פעיווערט צו געוואונען.
Re: ספעשל עלעקשאנס - נייעס און נאטיצן
געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 2:19 am
דורך טראפקעלע
טראפקעלע האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 05, 2023 12:32 pm
ווער האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 05, 2023 11:05 am
היינט קומט פאר א רעפאבליקאנע פריימערי אין יוטא פאר די צווייטע קאנגרעס דיסטריקט צו ערזעצן א שטארק רעכטע קאנגרעסמאן קריס סטוארט ואס האט רעזיגנירט
א שטארק מעיסיגע קאנדיטאט (אנטי טראמפ) עדווארדס, איז אין פעיווערט צו געוואונען.
מיט 80% שטומען געציילט האלט מעלאו (א טראמפ שטיצער) מיט בלויז 2% העכער פון עדווארד 36-38%.
Re: ספעשל עלעקשאנס - נייעס און נאטיצן
געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 2:24 am
דורך טראפקעלע
טראפקעלע האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 05, 2023 12:27 pm
ווער האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 05, 2023 11:09 am
אין ראוד איילענד איז דא היינט א ספעשל עלעקשאן פאר קאנגרעס די דיסטריקט איז שטארק דעמאקראטיש
דער לינקער קאנדידאט אהרן ריגונבערג(א איד) איז אין פעיווערט צו געוואונען. אינדארסירט דורך סענדערס קארטעז וכו'
למעשה האט די שווארצער עמא געווינען מיט 33.3 קעגן 25.6 צו דעם ראדיקאלן אהרן'ען,
ס'איז געווען א דעמאקראטישע פריימערי, אבער די דעמאקראטן האלטן רואיג אן דעם זיץ.
Re: ספעשל עלעקשאנס - נייעס און נאטיצן
געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 1:52 am
דורך טראפקעלע
טראפקעלע האט געשריבן: ↑מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 2:19 am
טראפקעלע האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 05, 2023 12:32 pm
ווער האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 05, 2023 11:05 am
היינט קומט פאר א רעפאבליקאנע פריימערי אין יוטא פאר די צווייטע קאנגרעס דיסטריקט צו ערזעצן א שטארק רעכטע קאנגרעסמאן קריס סטוארט ואס האט רעזיגנירט
א שטארק מעיסיגע קאנדיטאט (אנטי טראמפ) עדווארדס, איז אין פעיווערט צו געוואונען.
מיט 80% שטומען געציילט האלט מעלאו (א טראמפ שטיצער) מיט בלויז 2% העכער פון עדווארד 36-38%.
מעלאו דערקלערט מער ווייניגער אלס די געווינער
Re: ספעשל עלעקשאנס - נייעס און נאטיצן
געפאוסט: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2023 10:18 am
דורך קיינמאל
טראפקעלע האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 1:52 am
טראפקעלע האט געשריבן: ↑מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 2:19 am
טראפקעלע האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 05, 2023 12:32 pm
א שטארק מעיסיגע קאנדיטאט (אנטי טראמפ) עדווארדס, איז אין פעיווערט צו געוואונען.
מיט 80% שטומען געציילט האלט מעלאו (א טראמפ שטיצער) מיט בלויז 2% העכער פון עדווארד 36-38%.
מעלאו דערקלערט מער ווייניגער אלס די געווינער
מער ווייניגער די ענדגילטיגע עלעקשען רוזאלטאטן
- Screenshot_20230909-211129_Chrome.jpg (123.16 KiB) געזען געווארן 548 מאל
Re: ספעשל עלעקשאנס - אפף סיזען עלעקשאנס
געפאוסט: זונטאג אקטאבער 15, 2023 4:12 am
דורך צפנת פענח
גאר גוטע רעזילטאטן פאר די רעפאבליקאנער היינט אין ליוזיאנע עלעקשענס ווען דער רעפאבליקאנער קאנדידאט פאר גאווערנער דזעף לענדרי האט געוואונען די גאווערנער אמט ביים ערשטן (פריימערי) רונדע און דערמיט פארמיטן צו גיין צו נאך א רונדע עלעקשענס (וואס וואלט געקאסט אסאך געלט און אויסגעניצט אסאך היומען ריסורסעס וואס זיי דארפן וויכטיג אין קענטאקי, ווירדזשיניע, ניו דזשערסי און פענסילוועניע).
דאס קומט גאנץ ביי סופרייס, נישט ווייל איינער האט געהאלטן אז ער גייט נישט זיין די קומענדיגע גאווערנער פון די סטעיט נאר ווייל אין אלע פאולס וואס זענען ארויסגעקומען האט אויסגעקוקט ווי ער גייט זיכער גיין פאר א ראן אף נאך וואס אין רוב האט ער ניטאמאל באקומען 40% און יעצט האט ער אנגעצויגן איבער 50%.
דאס איז א רעפאבליקאנער פליפ פאר גאווערנער נאך וואס דער פריעדיגע גאווערנער איז געווען א דעמאקראט.
Re: ספעשל עלעקשאנס - אפף סיזען עלעקשאנס
געפאוסט: מיטוואך יאנואר 24, 2024 12:37 am
דורך צפנת פענח
א נייעס וואס מען רעדט נישט בכלל היינט אבער איז רעלעוואנט.
אין ניו העמפשיר איז דא דער גרעסטע לעגעסלעטיווע באדי אין די לאנד ווען עס זענען דא 400 רעפרעזענטעטיווס (טראכט ווי קליין די סטעיט איז), די רעפאבליקאנער האבן גאר א קליינע אויבערהאנט פון 198 איבער 195 (עס זענען אויך דא דריי אינדיפענדענטס), אזוי אויך זענען געווען עטליכע סיעטס וואס זענען געווען ליידיג.
היינט זענען פארגעקומען ספעשל עלעקשענס אנצופילן צוויי סיעטס דארט.
דיסטריקט 1 איז מער א רעפאבליקאנער געשטימטע דיסטריקט און ווי עס קוקט אויס האט דער רעפאבליקאנער געוואונען (עס זענען נאכנישט אריינגעקומען אלע וואוטס).
דיסטריקט 6 איז ביז יעצט געליגן אין דעמאקראטישע הענט, אין 2022 האט דער דעמאקראט געוואונען מיט 58% איבער 42% פאר די רעפאבליקאנער, היינט מיט אלע וואוטס אריינגעקומען האט די רעפאבליקאנער געוואונען מיט קרוב צו 54% איבער 46% פאר די דעמאקראט, דאס איז א רעפאבליקאנער פליפ.
צו זיין קלאר, דאס איז נישט א ביג דיעל, אבער א אינטרעסאנטע קרישקעלע.
Re: ספעשל עלעקשאנס - אפף סיזען עלעקשאנס
געפאוסט: מיטוואך יאנואר 24, 2024 12:48 am
דורך Programming
מעגליך אז די דעמאקראטישע ווינינג-סטריק ביי ספעשל עלעקשאנס איז שוין געקומען צו אן ענדע? פון די אנדערע זייט, זינט די פרעזידענטליכע פריימערי איז בעיקר געווען אויף די רעפובליקאנער זייט פארשטייט זיך אז די וואלן האבן צוגעצויגן פיל ווייניגער דעמאקראטן ארויסצוקומען שטימען
Re: ספעשל עלעקשאנס - אפף סיזען עלעקשאנס
געפאוסט: מיטוואך יאנואר 24, 2024 5:03 pm
דורך צפנת פענח
צפנת פענח האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 24, 2024 12:37 am
א נייעס וואס מען רעדט נישט בכלל היינט אבער איז רעלעוואנט.
אין ניו העמפשיר איז דא דער גרעסטע לעגעסלעטיווע באדי אין די לאנד ווען עס זענען דא 400 רעפרעזענטעטיווס (טראכט ווי קליין די סטעיט איז), די רעפאבליקאנער האבן גאר א קליינע אויבערהאנט פון 198 איבער 195 (עס זענען אויך דא דריי אינדיפענדענטס), אזוי אויך זענען געווען עטליכע סיעטס וואס זענען געווען ליידיג.
היינט זענען פארגעקומען ספעשל עלעקשענס אנצופילן צוויי סיעטס דארט.
דיסטריקט 1 איז מער א רעפאבליקאנער געשטימטע דיסטריקט און ווי עס קוקט אויס האט דער רעפאבליקאנער געוואונען (עס זענען נאכנישט אריינגעקומען אלע וואוטס).
דיסטריקט 6 איז ביז יעצט געליגן אין דעמאקראטישע הענט, אין 2022 האט דער דעמאקראט געוואונען מיט 58% איבער 42% פאר די רעפאבליקאנער, היינט מיט אלע וואוטס אריינגעקומען האט די רעפאבליקאנער געוואונען מיט קרוב צו 54% איבער 46% פאר די דעמאקראט, דאס איז א רעפאבליקאנער פליפ.
צו זיין קלאר, דאס איז נישט א ביג דיעל, אבער א אינטרעסאנטע קרישקעלע.
דער רעפאבליקאנער אין דיסטריקט 1 האט למעשה געוואונען מיט איבער 60%.
(אין א ספעשל עלעקשען אין קאנעטיקעט האט דער דעמאקראט געוואונען איבער א רעפאבליקאנער און א אינדיפענדעט, דער דעמאקראט וואס איז געווען בעפאר אויף דעם סיעט האט נישט געהאט קיין קעגענער אין 2022, סאו איך ווייס נישט אויב עס איז אווערפערפארמד אדער אנדערפערפארמד).
Re: ספעשל עלעקשאנס - אפף סיזען עלעקשאנס
געפאוסט: מיטוואך יאנואר 24, 2024 5:16 pm
דורך בקי ביחוס
Programming האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 24, 2024 12:48 am
מעגליך אז די דעמאקראטישע ווינינג-סטריק ביי ספעשל עלעקשאנס איז שוין געקומען צו אן ענדע? פון די אנדערע זייט,
זינט די פרעזידענטליכע פריימערי איז בעיקר געווען אויף די רעפובליקאנער זייט פארשטייט זיך אז די וואלן האבן צוגעצויגן פיל ווייניגער דעמאקראטן ארויסצוקומען שטימען
אזוי איז לכאורה מסתבר
Re: ספעשל עלעקשאנס - אפף סיזען עלעקשאנס
געפאוסט: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:13 pm
דורך ווער
די שטים בודקעס האבן זיך געעפנט פארלאפענעם שבת אין ניו יארק'ס ספּעציעלע עלעקשאן אנצופולן דעם ליידיגן זיץ פון געוועזענער קאנגרעסמאן דזשארדזש סענטאס אין די דריטע דיסטריקט, וועלכע דעקט טיילן פון לאנג איילענד און קווינס. דער וואל טאג איז פעברואר 13, וואו די וויילער וועלן אויסוועלן צווישן דעמאקראט טאם סוואזי און רעפּובליקאנער מאזי פּיליפּ, אבער די פריע שטימען טעג האבן זיך שוין אנגעהויבן פארלאפענעם שבת
Re: ספעשל עלעקשאנס - אפף סיזען עלעקשאנס
געפאוסט: פרייטאג פעברואר 09, 2024 9:46 am
דורך ווער
אן אנקעטע צייגט אז דער פארמעסט אנצופולן דעם קאנגרעס זיץ וואס איז ליידיג געווארן דורך דזשארדזש סענטאס, וועלכער איז ארויסגעווארפן געווארן פון אמט, איז א שמאלער מיט אן אומזיכערע אויסגאנג. דער דעמאקראט טאם סוואזי לויפט קעגן דעם רעפּובליקאנער מאזי פּיליפּ, און די אנקעטע צייגט אז סוואזי, וועלכער איז געווען קאנגרעסמאן אין דעם דיסטריקט בעפאר סענטאס, האט א 4 פּראצענט אויבערהאנט קעגן פּיליפּ, וואס באדייט ממש גלייך אויף גלייך
Re: ספעשל עלעקשאנס - אפף סיזען עלעקשאנס
געפאוסט: פרייטאג פעברואר 09, 2024 2:29 pm
דורך צפנת פענח
מודעה לכל הקהל הקודש!
אויב קענט איר איינער וואס וואוינט אין דעם דיסטריקט (דיסטריקט 3 - לאנג איילענד), זיי אזוי גוט און דערמאנט אים ארויסצוגיין שטימען, מען קען נוצן נאך א רעפאבליקאנער אין קאנגרעס.
(פרעדיקשען: איך זעה נישט די רעפאבליקאנער געווינען באט איי האופ טו בי ווראנג - און טאקע דערפאר געשריבן דעם אויבערדערמאנטן מעסעדזש).
Re: ספעשל עלעקשאנס - אפף סיזען עלעקשאנס
געפאוסט: דינסטאג פעברואר 13, 2024 10:41 am
דורך ווער
ויילער אין דעם דריטן דיסטריקט פון ניו יארק סטעיט וועלן היינט ארויסקומען אפּגעבן זייערע שטימען אין די ספּעציעלע וואלן וואו מען וועט אנפולן א קאנגרעס זיץ וואס איז ליידיג געווארן ווען דזשארדזש סענטאס איז ארויסגעווארפן געווארן פון קאנגרעס. עס לויפט דער דעמאקראט טאם סוואזי, געוועזענער קאנגרעסמאן פון דעם זיץ, און דער רעפּובליקאנער מאזי פּיליפּ, און די אנקעטעס צייגן אז דער פארמעסט איז זייער שמאל און ס'איז שווער פאראויסצוזאגן א קלארער געווינער
Re: ספעשל עלעקשאנס - אפף סיזען עלעקשאנס
געפאוסט: דינסטאג פעברואר 13, 2024 10:54 pm
דורך רואה חשבונות
דעמאקראט סוואזי האט גרינג געווינען/געפליפט דעם דריטן קאנגרעסיאנאלן זיץ אין לאנג איילענד/קווינס, ניויארק.
Re: ספעשל עלעקשאנס - אפף סיזען עלעקשאנס
געפאוסט: דינסטאג פעברואר 13, 2024 11:15 pm
דורך רואה חשבונות
רואה חשבונות האט געשריבן: ↑דינסטאג פעברואר 13, 2024 10:54 pm
דעמאקראט סוואזי האט גרינג געווינען/געפליפט דעם דריטן קאנגרעסיאנאלן זיץ אין לאנג איילענד/קווינס, ניויארק.
87% געציילט
Re: ספעשל עלעקשאנס - אפף סיזען עלעקשאנס
געפאוסט: מיטוואך פעברואר 14, 2024 1:06 am
דורך צפנת פענח
נישט דו בעסטע נאכט היינט פאר די רעפאבליקאנער ביי עטליכע ספעשל עלעקשענס, דו גרעסטע אפסעט איז דייקא נישט געווען אין ניו יארק דריטע קאנגרעסינאל דיסטריקט ווי עס איז געווען ערוואטערט אז די דעמאקראט וועט געווינען, אפשר טאקע נישט ביי אזעלכע מארדזשינס, אבער וואס קען מען עקספעקטן פון איינער וואס לויפט אלץ רעפאבליקאנער ווען זי איז נאך רעגיסטרירט דעמאקראט (חוץ פון דעם וואס איך וואלט דארט אויך געווען ברוגז אויף די רעפאבליקאנער פארטיי נאכן ווארפן סאנטאס) [*הערה אונטן]
לאמיר גיין רעיס ביי רעיס:
ניו יארקע דריטע קאנגרעסינאל דיסטריקט, ווי דערמאנט שוין האט די דעמאקראט געווינען דעם זיץ, פליפענדיג פונעם רעפאבליקאנער סאנטאס, דער דעמאקראט האט עס געווינען ביי דער זעלבע מארדזשין וואס סאנטאס האט עס געווינען אין 2022, וואס איז 54% צו 46%.
אין דזשארדזשיע האט א רעפאבליקאנער געווינען די ספעשל עלעקשען פאר די דרייסיגסטע דיסטריקט (א שטארקע רעפאבליקאנער דיסטריקט), ער האט געווינען מיט 59% (אקעגן א דעמאקראט און נאך צוויי רעפאבליקאנער - דזשאנגל פריימערי) און וועט נישט דארפן גיין צו א ראנאף.
אין דזשארדזשיע 125 הויז דיסטריקט וועלן צוויי רעפאבליקאנער עדווענסן צו די ראנאף (א שטארק רעפאבליקאנער דיסטריקט).
ניו יארק אסעמבלי דיסטריקט 77, האט דער דעמאקראט געווינען מיט 78% (דער פאריגע דעמאקראט האט געווינען אין 2022 מיט 86%, דאס איז 8% ווייניגער פארן דעמאקראט, אבער עס איז געווען א שרעקליכע לאו טורנאוט).
אין אקלאהאמע הויז דיסטריקט 39 איז געווען א שרעקליכע נאכט פאר די רעפאבליקאנער, זייער קאנדידאט האט טאקע געווינען אבער מיט א שוואכע 5% אויבערהאנט איבערן דעמאקראט, דאס איז א דיסטריקט וואס די דעמאקראטן האבן נישט געהאט קיינעם לויפן אין 2020 און אין 2022 (זיי וועלן זיכער האבן אין 2024 בעיסד אויף די היינטיגע רעזולטאטן), דאס איז זייער נישט קיין גוטע טורנאוט פאר די רעפאבליקאנער.
אין פענסילוועניע הויז דיסטריקט 140 האט די דעמאקראט געווינען מיט 67%, דאס איז א שטארקע דעמאקראטישע דיסטריקט, אבער פארט אן אווערפערפארמענס פאר די דעמאקראטן מיט איבער 7%.
נעקסט.
*איך האב לעצטנס געזעהן א שמועס פון איינע פון די קאונטי טשעירס אין וויסקאנסין וואס מאכט א מעסיוו דזשאב אין זיין קאונטי געווינענדיג איבער 90% פון זיינע אינדארסירטע קאנדידאטן, זאגט ער אז ער האט באמערקט אז מענטשן קומען ענדישער ארויס שטימען ווען עס שטייט קאנסערוואטיוו (אדער ווען עס שטייט ארויס די קאנסערוואטיווע וועליוס וואס זיי לויפן אויף) ווי ווען עס שטייט רעפאבליקען אדער רעפאבליקאנער פארטיי, און די סיבה איז זייער פשוט, רוב פון די שטארקע רעפאבליקאנער פארטיי מענטשן דיע וואס זענען דער וואס גייען ברענגן די געווינסן, זענען פעד אפ מיט די לוזערישע, אנטי מאגא, ניוקאן פארטיי.