בלאט 1 פון 1

קען טראמפ באקומען א פעיר טרייעל

געפאוסט: מאנטאג אוגוסט 07, 2023 12:37 pm
דורך קיינמאל
פרעזידענט טראמפ גייט אין די קומעדיגע חדשים האבן עטליכע געריכט פערצעס'ן אויף די פילע קלאגעס וואס ליגט אויף אים

איז בכלל שייך אז אזא מענטש ווי טראמפ זאל קענען האבן א פעיר טרייעל וואס איז דיין מיינונג

Re: קען טראמפ באקומען א פעיר טרייעל

געפאוסט: מאנטאג אוגוסט 07, 2023 12:48 pm
דורך גראז
ס'קען זיין אז ער קען ווען, אבער למעשה ווי אזוי ס'איז יעצט קען ער נישט באקומען.

Re: קען טראמפ באקומען א פעיר טרייעל

געפאוסט: מאנטאג אוגוסט 07, 2023 1:04 pm
דורך world champion
נישט דאס איז די פראבלעם דא... ווי זאגט יענער דו פארענפער דיך שוין...

געשריבן אויף א אנדערע מקום...
World Champion האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 02, 2023 8:34 pm עס איז בכלל נישט אינטערעסאנט צו רעדן וועלעכע געזעצן טראמפ האט יא עובר געווען צו נישט, און עס איז סתם פארדרייט די נושא.

עס איז דא אלע מיני געזעצן גרייט אנצוקלאגן יעדעם אבער יעדעם! אין פאל מען וויל... און איך גלייב אז מען קען טאקע האבן א קעיס קעגן טראמפ מיט די אמעריקאנע משוגענע געזעצן פון ווילן טראכטן צו בלא בלא בלא... מיט גאר ברייטע מאכט פאר פראקורארן צו נוצן מיט מינימום שטראף אויף יעדע קלאגע. בקיצור די אמעריקאנע סיסטעם איז דיזיינט צו קענען אנקלאגן יעדעם איינעם... און די דעמאקראטן האבן שכל עס צו נוצען אויך קעגן א אפאזיציע פירער.

איך וואלט גיזאגט אז מיט די חלק איז אמעריקע נאך אסאך ארגער ווי רוסלאנד און אפילו איראן, דארט הערט מען טורמע אורטיילן פון 3 יאר, א שפיאן אבער א אמתע באקומט מעקס 20 יאר... דאס וואס דו באקומסט דא פארן נעמען פראגראמען אומערלויבט... נישט דא די גארביטש ברייטע מאכט אינעם געזעץ ווי אין אמעריקע.

#טרייפענע לאנד

Re: קען טראמפ באקומען א פעיר טרייעל

געפאוסט: מאנטאג אוגוסט 07, 2023 5:20 pm
דורך וואוילער
ואל תתחבר לרשות, זאגט די משנה אין מס' אבות... די חברה קענען טוהן וואס זיי ווילן.

Re: קען טראמפ באקומען א פעיר טרייעל

געפאוסט: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 10:43 pm
דורך פארפאלענער
דער געוועזענער פרעזידענט דאנאלד טראמפ וועלכער גייט אריבער א ערנסטע פעדעראלע קעיס אויף פארשידענע קלאגעס, איז היינט פאראורטיילט געווארן מיט א צען טויזענט דאללערדיגע שטראף, פארן זינד פון רעדן נעגאטיוו אויף די געריכט באאמטע.
די געזעץ האט געלויטעט אז טראמפ טאר נישט רעדן אין פאבליק קעגן די געריכט איינגעשטעלטע איבער זיין פארצויגענע קעיס, אבער ווי פארשטענדליך האט ער זיך נישט געקענט איינהאלטן, און ער האט געשריבן עטליכע מעסעדזשעס אויף סאושעל מידיע. אצינד איז ער באשטראפט געווארן צו איינלייגן צען טויזנט דאללער פאר פארלעצונג.

Re: קען טראמפ באקומען א פעיר טרייעל

געפאוסט: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 10:44 pm
דורך וואסאפשט
פארפאלענער האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 10:43 pm דער געוועזענער פרעזידענט דאנאלד טראמפ וועלכער גייט אריבער א ערנסטע פעדעראלע קעיס אויף פארשידענע קלאגעס, איז היינט פאראורטיילט געווארן מיט א צען טויזענט דאללערדיגע שטראף, פארן זינד פון רעדן נעגאטיוו אויף די געריכט באאמטע.
די געזעץ האט געלויטעט אז טראמפ טאר נישט רעדן אין פאבליק קעגן די געריכט איינגעשטעלטע איבער זיין פארצויגענע קעיס, אבער ווי פארשטענדליך האט ער זיך נישט געקענט איינהאלטן, און ער האט געשריבן עטליכע מעסעדזשעס אויף סאושעל מידיע. אצינד איז ער באשטראפט געווארן צו איינלייגן צען טויזנט דאללער פאר פארלעצונג.
##########קאמיוניזם

Re: קען טראמפ באקומען א פעיר טרייעל

געפאוסט: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 10:46 pm
דורך נקודות טובות
פארפאלענער האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 10:43 pm דער געוועזענער פרעזידענט דאנאלד טראמפ וועלכער גייט אריבער א ערנסטע פעדעראלע קעיס אויף פארשידענע קלאגעס, איז היינט פאראורטיילט געווארן מיט א צען טויזענט דאללערדיגע שטראף, פארן זינד פון רעדן נעגאטיוו אויף די געריכט באאמטע.
די געזעץ האט געלויטעט אז טראמפ טאר נישט רעדן אין פאבליק קעגן די געריכט איינגעשטעלטע איבער זיין פארצויגענע קעיס, אבער ווי פארשטענדליך האט ער זיך נישט געקענט איינהאלטן, און ער האט געשריבן עטליכע מעסעדזשעס אויף סאושעל מידיע. אצינד איז ער באשטראפט געווארן צו איינלייגן צען טויזנט דאללער פאר פארלעצונג.
איך מיין אז פאר צוויי וואכען צוריק איז אויך געווען עפעס אזאנס מיט א קנס פון 5 טויזענט.