בלאט 1 פון 1

גוטע בשורה פון באר שבע: א נייע ידיעה קעגן די מחלה ל"ע

געפאוסט: מאנטאג אקטאבער 12, 2026 11:20 pm
דורך הימל
דאס מאל א גוטע נייעס פון ארץ ישראל.

דאקטוירים אין די אוניווערסיטעט אין באר שבע האבן אויסגעטראפן פארוואס ביי טייל חולים העלפט נישט די קימא, רחמנא ליצלן.

אזוי ארבעט עס: ווען מ'גיט קימא, כאפט די קראנקע צעל א שרעק, און צוויי זאכן אין די צעל עפענען אויף א סארט "עמערדזשענסי טיר". דורך די טיר קומען ארויס "שומרים" וואס היטן די צעל אז זי זאל נישט שטארבן, און ממילא ארבעט נישט די קימא.

דער חידוש איז: אז מ'שניידט אפ די צוויי זאכן איינס פונעם צווייטן, פאלט די גאנצע זאך צוזאם, און די צעל שטארבט אוועק ווי עס דארף צו זיין.

ביז יעצט האט מען עס נאר געפרובירט אין לאב, נאך נישט אויף מענטשן. אבער אויב עס גייט ווייטער, קען דאס אמאל העלפן אז די קימא זאל ארבעטן אפילו ביי די שווערסטע פעלער. און זיי זאגן אז די זעלבע זאך פאסירט אויך אין הארץ ביי א הארט אטעק, ממילא קען עס אמאל העלפן אויך דארט.

הלוואי זאלן מיר שוין הערן נאר בשורות טובות, און א רפואה שלימה פאר אלע חולי ישראל.

בילד
(די אוניווערסיטעט אין באר שבע. בילד: Omer berner, CC BY-SA 4.0)

Re: גוטע בשורה פון באר שבע: א נייע ידיעה קעגן די מחלה ל"ע

געפאוסט: מאנטאג אקטאבער 12, 2026 11:54 pm
דורך איד
ש׳כח פאר די גוטע בשורה

און די רבש״ע זאל שוין העלפן אז אלע מיט די ביטערע מחלה זאלן אויסגעהיילט ווערן בקרוב, בתוך שאר חולי ישראל

Re: גוטע בשורה פון באר שבע: א נייע ידיעה קעגן די מחלה ל"ע

געפאוסט: מיטוואך אקטאבער 14, 2026 11:19 am
דורך יעקב דוד
וויאזוי הייסט די תרופה?

Re: גוטע בשורה פון באר שבע: א נייע ידיעה קעגן די מחלה ל"ע

געפאוסט: מיטוואך אקטאבער 14, 2026 6:25 pm
דורך פליט
Wow

טאקע א גוטע בשורה

Re: גוטע בשורה פון באר שבע: א נייע ידיעה קעגן די מחלה ל"ע

געפאוסט: דאנערשטאג אקטאבער 15, 2026 4:14 pm
דורך ישי בן דוד
איז דאס אנדערש ווי
Checkpoint inhibitors?