בלאט 1 פון 1

מיינע "וויזיטינג דעי" אבזערוואציעס

געפאוסט: מאנטאג אוגוסט 07, 2023 10:21 am
דורך Azoi Tzi Zugen
לאמיר עס מאכן שארף און קורץ:


1) פארוואס אין די וועלט איז דאס אויף א זונטאג?!...

די טרעפיק איז געווען עפעס שרעקליך...


2) וואס איז געווען דער פלאן פון מיין ב"ב ווען מ'האט מיר געהייסן אנקומען אין שטוב 3 אזייגער, און מ'האט געזאגט פאר די טאכטער אז 3:30 קומט מען אן צו איר?

אקעי, דאס האט שוין מיט די @לופטיגע נומערן, כ'ווייס נאכנישט, איך האלט נאך ביי שמעון גרין'ס 4 קאלארס, באט עניוועי, די טאכטער האט אויסגעווארט.


3) די שמירת עינים אויפ'ן וועג? פיין געווען!
0.jpg
0.jpg (151.86 KiB) געזען געווארן 255 מאל


4) ריין פון דיסקרימינאציע!

די קעמפ האט ב"ה געהאט סיי "שומרים" פון וומסב"ג און סיי "סקוואד" פון אפסטעיט, אזוי אז יעדער האט געקענט נעמען אנווייזונגען פון וועמען ער האט געוואלט (אך און וויי אויב האסט געוואלט פאלגן ביידע).


5) די אידישע פונק!

האמיר געכאפט ב"ה א נאכטמאל אינעם שכינות'דיגן דעלי, און שטארק האנה געהאט פון די היימישע שפראך!!!
589.jpg
589.jpg (56.44 KiB) געזען געווארן 255 מאל
ממש א קידוש השם... ממש דעליטיאס.

א מזל די ניו יארק טיימס קומט נישט אן אהין.


ס'דא אסאך צו רעדן... אבער די צייט איז קורץ...

Re: מיינע "וויזיטינג דעי" אבזערוואציעס

געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 9:42 pm
דורך בערל דער פייפער
יעצט אנגעטראפען,

קורץ און שארף, אזוי איז אויך געווען די באזוך?

Re: מיינע "וויזיטינג דעי" אבזערוואציעס

געפאוסט: דינסטאג אפריל 16, 2024 3:03 pm
דורך וואלף
:D