בלאט 1 פון 1

שרייב-טיש פארמעסט פ''ג ארטיקל #3 אוי, מיין ברודער...

געפאוסט: מאנטאג אוגוסט 07, 2023 10:19 am
דורך מיילעך
Yidtish-Contast5783-Logo2.jpg
Yidtish-Contast5783-Logo2.jpg (113.85 KiB) געזען געווארן 1386 מאל


א בריוו פון מיינע ארכיוון וואס איך לייג היינט ארויס.

צו דיר מיין טייערע ברודער.

איך זינק אריין אין מיינע געדאנקען, די מחשבות פליסן, האב איך געטראכט פארוואס זאלסטו נישט מיטהאלטן ווי איך געב מיך אויס מיינע געפילן. איך שטיי און טראכט, אוי, מיין ברודער, אונז זענען אינעם זעלבען מצב.

א משפחה אויפגעוואקסן גליקליך און צופרידן, געקריגט און געליבט ווי געווענליכע ברודער, געלעבט זארגלאזע יארן על מי מניחות. אבער צייט בלייבט נישט שטיין, די וואסערן פליסן און די וועלט רוקט זיך, אמאליגע בחורים זענען היינטיגע גרויסע טאטעס, אמאליגע פרישע אינגעלייט זענען היינט אידן וואס מאכן שוין באלד חתונה און אט שטייט מען שוין דא.

דאס רוב פון אונז געשוויסטער האבן שוין קינדער. אבער אונז זעמיר קינדערלאז. ניין ברודער, מיין נישט אז איך פראביר דיר צו פארשטיין, ווייל עס איז אומעגליך! איך בין טאקע קינדערלאז אבער איך בין נישט אינעם זעלבען מצב.

איך בין נאך נישט חתונה געהאט.

איך האב קיינמאל געווארט אויף קיין קינדער און זיכער נישט אזוי לאנג ווי דיר, אבער איך האב געטראכט א שטיקל געדאנק. יא ברודער, איך בין נאך קליין, איך פארשטיי נישט אלעס אליין, אבער לאמיר אראפשרייבן אויפן פאפיר מיינע געפילן.

איך שטיי אין די גרעסטע טאג אין מיין לעבן אויף וואס איך ווארט שוין אזוי לאנג, געמיינט האב איך אז איך בין שוין פארפאלן, ווער וויל דען נעמען א עלטערע בחור? אבער אויך מיין גליקליכע טאג איז אנגעקומען ברוך השם, דער באשעפר האט זיך אויף מיר אויך מרחם געווען.

איך זיץ מיר אין מיין נייע דירה, און איך קען נישט אויפהערן צו טראכטן פון מיין גרויסע ברודער, מיין גרויסע ברודער וואס ווארט שוין אזויפיל יאר אז דער באשעפער זאל אים שיקן אן אייגענע געזונטע נשמה'לע.
מיין ברודער וואס דרייט זיך ארום מיט א גרויסע שמייכל אבער אינעווייניג איז ער צופליקט אויף שטיקער, זעהט נישט קיין לעכטיגקייט ביים ענדע פונעם טונעל, בשעת זיין הארץ טריפט נאסע בלוט.
מיין ברודער וואס שטייט פעלזן פעסט ווי א גיבור מלחמה בשעת זיינע חברים האלזן איין קינד נאכן צווייטען און ער גייט נאך צו זייערע שמחות און וואנטש זיי אן מיט א אמת'ער הארץ.
מיין ברודער וואס ווייזט ארויס א קאלטקייט אבער אונטערן דאכענע לאזט ער איבער טייכן טרערן פון א צובראכענע אינגערמאן וואס גייט דורך דעם ערגסטע נסיון אין לעבן.

אוי ברודער!

נישט איינמאל און נישט צוויי מאל ביסטו געווארן אפגעפאטשט ביים דאקטאר, צענדליגער מאל וואס איך אליין האב מיטגעהאלטן.

איך זיץ און וויין…

געווען איינמאל און מאמי רופט מיר צו און זאגט מיר מיט טרערן און די אויגן אז זי וויל נישט אז איך זאל אויסגעפינען פון די גאס, אבער יא, דיין ברודער האט האפענונג, עס רירט זיך עפעס נאך יארן פון באקומען ניין'ס האט מען ברוך השם געטראפן די ריכטיגע וועג, איי באשעפער, די שמחה וואס איז דעמאלטס געווען אינדערהיים אזא שמחה קען מען נישט אראפשרייבן, די דערלייכטערונג וואס האט זיך געשפירט אין יעדע ווינקל, האפענונג אין אלע ביינער, מען זעהט שוין דעם ענדע פונעם לאנגעם טונקעלן טונעל.

אבער אלעס ביז יענע פאון קאל.

ווער געדענקט נישט יענע פאון קאל, איך קען מיך נאך אויפוועקן ביינאכט באגאסן מיט שווייס און איך פיל ווי איך האלט מיט יענע פאון קאל. געווען איז עס פונקט נישט א ספעציעלע צייט און די טעלעפאן קלינגט, מאמי בעט מיך הייב אויף, איך הייב אויף דעם טעלעפאן, העלא, און איך הער ווי די פלאצט אויס און א שטורעמישע געוויין, איך בין ממש געווארן פארפרוירען. וואס איז געשען? איך האב דיך אייביג ארויפגעקוקט אלץ מיין גרויסע שטארקע ברודער, וואס איז יעצט פונקטליך געשען?

יא מיין טייערע ברידער, איך האב אונטער געהערט יענע פאון קאל, איך האב געמאכט א מיסטעיק, די גרעסטע טעות אין מיין אינגען לעבן, די פאון קאל האט מיך צעריסן! איך בין ממש געווארן אויס.זאלסטו וויסן אז גאנצע נעכט האב איך נישט געקענט איינשלאפן, געוויינט האב איך נישט נאר אין בעט, געוויינט האב איך ווען איך האב נאר געהערט דיין נאמען, ווען איך האב דיך געזען פונדעווייטענס האסט זיכער געמיינט אז איך וויל נישט רעדן צו דיר, איך האב נישט געקענט, עס האט מיר געשטיקט די טרערן און האלז.

ווער נאך ווי איך האב מיטגעהאלטן ווי דיין טאטע און מאמע גייען אויס פאר דיר, איך בין געווען אסאך יאר אינדערהיים ווען די ביסט שוין געווען אין דיין אייגענע דירה, איך האב מיטגעהאלטן זאכן וואס די גייסט קיינמאל פארשטיין ניין ברודער, מאמי'ס געוויין ביי די שבת לעכט האסטו קיינמאל געהערט, און אויך טאטי'ס תפילות און מעשים טובים אין די לעצטערע יארן האסטו נישט מיטגעהאלטן.

איך זיץ און טראכט וואס קען איך טוהן פאר דיר? איך בין טאקע דיין קליינע ברודער, טאקע אסאך אינגער, איך פארשטיי נאך נישט אלעס און האפנטליך וועל איך קיינמאל נישט פארשטיין.

אבער דאך הער אויס וואס איך טראכט מינוטן איידער איך גיי אויפשטעלן מיין אייגענע שטוב.

פונקט ווי איך האב חתונה קומט א נייע לעבן א נייע פרימארגן, אזוי אויך דו מיין טייערע ברודער, אפילו די האלסט שוין ביי דיינע לעצטע טריטמענטס וועט נאך אויף שיינען א נייע פרימארגן.

איך ווייס אז ווער בין איך צו רעדן, ווער בין איך צו געבן חיזוק, ניטאמאל שלום בית פראבלעמען האסטו אמאל געהאט, ביסט געבוירן מיט א גאלדענעם לעפל אין מויל, און קיינמאל נישט געוויסט פון קיין שוועריגקייטן, אבער דאך הער מיך אויס.

איך בין נישט דעי ברודער וואס האט דיר מכבד געווען מיט קוואטיר, און אויך נישט דעי ברודער וואס איז געקומען זאגן אז איך האב געזען א סגולה, און נישט די שוועסטער וואס האט דיר געזאגט אז איך האב דיר אינזין יעדע מאל איך באק חלות,

איך בין נאר די קליינע ברידער מיט וועם די האסט זיך געשפילט אלע יארן,און איך טראכט פון דיר ווי אזוי די מאכסט מיך פילן גוט, די פרייסט זיך מיט מיט מיין שמחה, אבער איך ווייס אז די טראכסט אז איך וועל נאך זוכה זיין צו האלזן אן אייגענע קינד נאך פאר דיר.

מיין גרויסע ברודער איך האלט נישט אויס דיין צער וואס די שפירסט, וועגן דעם האב איך מיר אראפגעזעצט שרייבן א נאכט פאר מיין חתונה, ווייל איך פיל אז איך מוז מיר ארויסגעבן פאר דיר, עס איז מיר בייגעפאלן דעם קליינע געדאנק.

דו זעסט עס נישט, איך זע עס אויך נישט, אבער די באשעפר גייט דיר זיכער העלפן!
א חתן ביום חופתו האט א גרויסע כח, און איך גיי עס נישט ארויס לאזן פון האנט, איך גיי בעטן מיט טרערן ביים הייליגען טאטע ''נא אל תשיבנו ריקם מלפניך''

דער באשעפער זאל העלפן אונז זאלן זיך קענען פרייען איינער ביים אנדערן אויף שמחות!

דער שרייבער ווארט אויף פידבעק, באגיסט אים מיט לייקס און פאוסטס בלויז פאר נעמען די מיה צו אראפ שרייבן דעם ארטיקל.

די ענדגילטיגע שטימען וועלן פארקומען ווי נאר אלע ארטיקלען וועלן זיין ארויסגעלייגט.

Re: שרייב-טיש פארמעסט פ''ג ארטיקל #3 אוי, מיין ברודער!

געפאוסט: מאנטאג אוגוסט 07, 2023 10:28 am
דורך אסמכתא בעלמא
דאס איז נישט קיין ארטיקל, נישט קיין ווערטער, נישט קיין קערעקטערס, נאר פלעין......

הארץ!!!!!

יא, עס קאסט א טרער. זייער זייער אמת'דיגע ארויסגעברענגט מיט די ריכטיגע ווערטער. און דאס ברענגט א הארציגע תפילה!

(דער שרייבער האט נישט אפשר געוואלט ס'זאל גיין 2 וואכן פריער?!...)

Re: שרייב-טיש פארמעסט פ''ג ארטיקל #3 אוי, מיין ברודער...

געפאוסט: מאנטאג אוגוסט 07, 2023 10:35 am
דורך אינגערמאן
😢😢 טרערן

נישטא קיין ווערטער

Re: שרייב-טיש פארמעסט פ''ג ארטיקל #3 אוי, מיין ברודער...

געפאוסט: מאנטאג אוגוסט 07, 2023 11:27 am
דורך מיילעך
א שטיק צובראכענע הארץ...

טאטע עס איז שוין גענונג, משיח שוין שיק!!!

Re: שרייב-טיש פארמעסט פ''ג ארטיקל #3 אוי, מיין ברודער...

געפאוסט: מאנטאג אוגוסט 07, 2023 11:39 am
דורך טיפע טאשן
זייער הארציג און עכט אראפגעשריבן, נאכן מיט האלטן ביי א משפחה מיינע האט עס מיר געברענגט טרערן

Re: שרייב-טיש פארמעסט פ''ג ארטיקל #3 אוי, מיין ברודער...

געפאוסט: מאנטאג אוגוסט 07, 2023 12:20 pm
דורך אלף טויב
זייער איבערגענימען ביז צו טרערן (איך בין א מודה על האמת).
באמת א מורא'דיגער שיינע באנעמאונג פון דיין זייט.

יאפ... ליידער די ווייטאג איז אומבאשריינליך ביי א ליידיגע טיש! ברויך מיר דאנקען מיר זענען נישט געפריווט געווארן!

Re: שרייב-טיש פארמעסט פ''ג ארטיקל #3 אוי, מיין ברודער...

געפאוסט: מאנטאג אוגוסט 07, 2023 1:58 pm
דורך באשיינפערליך
😭😭😭

שוין געליינט דריי מאל און ס׳קומט מיר נאך אלץ צום וויינען!!

דאס איז נישט געשריבן געווארן מיט א קיבאורד אויף א ווייסע סקרין, נאר מיט הייסע בלוט אויף א צוריסענע הארץ!

Re: שרייב-טיש פארמעסט פ''ג ארטיקל #3 אוי, מיין ברודער...

געפאוסט: מאנטאג אוגוסט 07, 2023 4:18 pm
דורך הייסע גרעיפ דזשוס
😢😢😢

Re: שרייב-טיש פארמעסט פ''ג ארטיקל #3 אוי, מיין ברודער...

געפאוסט: מאנטאג אוגוסט 07, 2023 4:29 pm
דורך ווירקליך
😥

אייזן גוט געשריבן!!!

Re: שרייב-טיש פארמעסט פ''ג ארטיקל #3 אוי, מיין ברודער...

געפאוסט: מאנטאג אוגוסט 07, 2023 9:43 pm
דורך פענסטער
😥😥 אוי באשעפער.

דער ארטיקל איז ריין הארץ.

Re: שרייב-טיש פארמעסט פ''ג ארטיקל #3 אוי, מיין ברודער...

געפאוסט: מאנטאג אוגוסט 07, 2023 10:16 pm
דורך שאפע
עס רייסט דאס הארץ...

Re: שרייב-טיש פארמעסט פ''ג ארטיקל #3 אוי, מיין ברודער...

געפאוסט: דינסטאג אוגוסט 08, 2023 12:53 am
דורך טראפקעלע
הארצרייסענד!!!!


לאז אונז וויסן ווען מ'האלט שוין ביי די פרייליכע ענדע...

Re: שרייב-טיש פארמעסט פ''ג ארטיקל #3 אוי, מיין ברודער...

געפאוסט: דינסטאג אוגוסט 08, 2023 3:07 pm
דורך גרויס בריטאניע
מעכטיגע שורות!!

Re: שרייב-טיש פארמעסט פ''ג ארטיקל #3 אוי, מיין ברודער...

געפאוסט: דינסטאג אוגוסט 08, 2023 3:22 pm
דורך ווינטעלע
יוש... יוש...
ווי א רויבער האסטו זיך אנגעבראכן אין מיין הערצעלע, און אן רשות געעפענט די טורן ברייט פינעם טרערן שיסעל....

Re: שרייב-טיש פארמעסט פ''ג ארטיקל #3 אוי, מיין ברודער...

געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 3:38 pm
דורך רעגנדיג
טייכן טרערן :cry: :cry: :cry:

אייזן געשריבן!

Re: שרייב-טיש פארמעסט פ''ג ארטיקל #3 אוי, מיין ברודער...

געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 6:21 pm
דורך אלטערנעסייד פארקינג
איך האב עס יעצט אדורך געליינט...

האסט מיר צונומען אויף שטיקער...

Re: שרייב-טיש פארמעסט פ''ג ארטיקל #3 אוי, מיין ברודער...

געפאוסט: מאנטאג אקטאבער 07, 2024 11:59 am
דורך מיילעך
טראפקעלע האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 08, 2023 12:53 am הארצרייסענד!!!!


לאז אונז וויסן ווען מ'האלט שוין ביי די פרייליכע ענדע...
אריינגעפאלן דא.
ב׳׳ה אז איך האב די זכי’ צו פארציילן די פריילכע ענדע עס איז אים ברוך השם געבוירן געווארן א געזינטע בעבי!!!

Re: שרייב-טיש פארמעסט פ''ג ארטיקל #3 אוי, מיין ברודער...

געפאוסט: מאנטאג אקטאבער 07, 2024 1:44 pm
דורך אהבת עולם
מזל טוב!

Re: שרייב-טיש פארמעסט פ''ג ארטיקל #3 אוי, מיין ברודער...

געפאוסט: מאנטאג אקטאבער 07, 2024 2:16 pm
דורך טיפער ווי טיף
מיילעך האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 07, 2024 11:59 am
טראפקעלע האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 08, 2023 12:53 am הארצרייסענד!!!!


לאז אונז וויסן ווען מ'האלט שוין ביי די פרייליכע ענדע...
אריינגעפאלן דא.
ב׳׳ה אז איך האב די זכי’ צו פארציילן די פריילכע ענדע עס איז אים ברוך השם געבוירן געווארן א געזינטע בעבי!!!
מזל טוב מזל טוב!

אחינו בני ישראל-טיש פרייען זיך אינאיינעם מיט דיר

Re: שרייב-טיש פארמעסט פ''ג ארטיקל #3 אוי, מיין ברודער...

געפאוסט: מאנטאג אקטאבער 07, 2024 2:26 pm
דורך Azoi Tzi Zugen
מיילעך האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 07, 2024 11:59 am
טראפקעלע האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 08, 2023 12:53 am הארצרייסענד!!!!


לאז אונז וויסן ווען מ'האלט שוין ביי די פרייליכע ענדע...
אריינגעפאלן דא.
ב׳׳ה אז איך האב די זכי’ צו פארציילן די פריילכע ענדע עס איז אים ברוך השם געבוירן געווארן א געזינטע בעבי!!!
WOW ברוך השם שכוח פאר די גוטע בשורה!

Re: שרייב-טיש פארמעסט פ''ג ארטיקל #3 אוי, מיין ברודער...

געפאוסט: מאנטאג אקטאבער 07, 2024 8:31 pm
דורך שמח
מיילעך האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 07, 2024 11:59 am
טראפקעלע האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 08, 2023 12:53 am הארצרייסענד!!!!


לאז אונז וויסן ווען מ'האלט שוין ביי די פרייליכע ענדע...
אריינגעפאלן דא.
ב׳׳ה אז איך האב די זכי’ צו פארציילן די פריילכע ענדע עס איז אים ברוך השם געבוירן געווארן א געזינטע בעבי!!!
שכח פאר די גוטע און פרייליכע בשורה!!!!

Re: שרייב-טיש פארמעסט פ''ג ארטיקל #3 אוי, מיין ברודער...

געפאוסט: דינסטאג אקטאבער 08, 2024 12:26 am
דורך טראפקעלע
מיילעך האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 07, 2024 11:59 am
טראפקעלע האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 08, 2023 12:53 am הארצרייסענד!!!!


לאז אונז וויסן ווען מ'האלט שוין ביי די פרייליכע ענדע...
אריינגעפאלן דא.
ב׳׳ה אז איך האב די זכי’ צו פארציילן די פריילכע ענדע עס איז אים ברוך השם געבוירן געווארן א געזינטע בעבי!!!
מזל טוב!!
שכח פארן דערציילן די פרייליכע ענדע!!

Re: שרייב-טיש פארמעסט פ''ג ארטיקל #3 אוי, מיין ברודער...

געפאוסט: מיטוואך אקטאבער 09, 2024 2:51 pm
דורך נאציאנאל
מיילעך האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 07, 2024 11:59 am
טראפקעלע האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 08, 2023 12:53 am הארצרייסענד!!!!


לאז אונז וויסן ווען מ'האלט שוין ביי די פרייליכע ענדע...
אריינגעפאלן דא.
ב׳׳ה אז איך האב די זכי’ צו פארציילן די פריילכע ענדע עס איז אים ברוך השם געבוירן געווארן א געזינטע בעבי!!!
מזל טוב! יישר כח!
מיילעך האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 07, 2023 10:19 am א חתן ביום חופתו האט א גרויסע כח!
דער באשעפער זאל העלפן אונז זאלן זיך קענען פרייען איינער ביים אנדערן אויף שמחות!