בלאט 1 פון 1

אויב ביזטו דא הייב אויף דיין האנט…

געפאוסט: זונטאג אוגוסט 06, 2023 6:24 pm
דורך העלדיש
מען פארציילט א משל,
עס איז אמאל געווען א משפחה פון קעמלען וועלעכע האבן געוואינט אין א טירגארטן, איין שיינעם טאג באמערקט די געטרייע מוטער אז עפעס איז נישט בסדר מיט איר תחשיט'ל, פאר עפעס א סיבה דרייט ער זיך ארים טרויעריג און צובראכן.

די מאמע איז צוגעגאנגען צו איר קינד און מיט א מוטערליכע ליבשאפט אים געפרעגט; קינד מיינס, זאג, עפעס באדערט דיר?
די קינד האט אויפגעהויבן זיין קאפ און געזאגט פאר איר מאמע; יא, איך בין זייער זייער טרויעריג,
די מאמע איז געווארן אלאמירט, וואס גייט פאר? פרעגט זי מיט שרעק.

מאמע, לאמיך דיר פארציילן וואס עס שטערט מיר, זאגט די קליינע קעמל. איך האב מיר ארימגעקוקט אויך אלע חיות דא אין טירגארטן און א איך האב באמערקט אז מיר זענען די איינסיגסטע וואס באזיצן אזאנע מאדנע הויקערס אויפן רוקן, און איך שעם זיך דערמיט, ס'קוקט אויס פאני, פירט זי אויס מיט א טרער אויפן באק.
קינד מיינס, לאמיר דיר מסביר זיין עפעס, די הויקער וואס די האסט איז בכלל נישט קיין שלעכטע זאך, אדרבה עס איז גאר א מעלה, עס איז געמאכט אז די זאלסט קענען טראגן דערויף שווערע זאכן און עס זאל זיך גוט האלטן.
אבער מאמע, פרעגט דאס קינד ווייטער, פארוואס האבן מיר אזעלעכע אינטערעסאנטע אויגן ברעמען? איך שפיר אז יעדער לאכט אונז אויס דערפאר, איז דאס קינד נאכנישט בארואיגט.

קינד מיינס , דאס איז אויך א שטארקע מעלה, זאגט די מוטער פאר איר צוברעכן קינד, ווייל ווען מיר גיין אויף לאנגע וועגן און קלאטערן און די ענדלאזע מדבריות קען זיך מאכן פון מאל צומאל ווילדע זאמד שטורעמעס, און כדאי די זאמד זאל נישט אריינגיין אין אונזער אויגן און עס שעדיגן, האבן מיר אזעלעכע לאנגע אויגן ברעמען וועלעכע באשיצן איר.


פרעגט דאס קינד פון זיין מאמע; אויב אזוי האב איך נאך איין קשיה, אויב מיר זענען געמאכט געווארן מיט אזעלעכע גוטע זאכן און טאלאנטן, דאן פארוואס זיצו מיר דא און דער טירגארטן און מאכן נישט קיין שום ניצן דערפון?





חברה, איך דריי זיך שוין ארום דא פאר א שיינע וויילע און איך באווינדער דעם סייט.
ממש אלץ איז אזוי שיין צוגעשטעלט, די סייט איז ריין צוזאמגענומען פארגעשריטן, ממש אלע מעלות.

איין זאך פעלט, מענטשן וואס זאלן עס ניצן.
די עולם זיצט שטום.

חברה אויב ס'איז דא א גוטע זאך מיט אזוי פיל מעלות פארוואס זאל עס זיצן אימבאניצט אין א טירגארטן???

לאמיר עס אויסניצן!!!


נישט אז מען ניצט עס נישט, אבער דער עולם זיצט אין שטילשווייגעניש מען וואלט געקענט אסאך מער הנאה האבן. חברה לאמיר ארויסנעמען די מאקסימום וואס ס'איז דא.

Re: אויב ביזט דא הייב אויף אויף דיין האנט

געפאוסט: זונטאג אוגוסט 06, 2023 6:29 pm
דורך וואסאפשט
גא"מ

Re: אויב ביזט דא הייב אויף אויף דיין האנט

געפאוסט: זונטאג אוגוסט 06, 2023 7:43 pm
דורך וואס נאך
ווייסאיך נישט וואס איז דיע בכיהע של חינום.
קוים אזא יונגע קינד וואס האלט נאך אינמיטען זיין ערשטע געניץ קמטאט נאך נישטדא קיינע פילטערס וואס לאזען דורך די שיינע נייע 'טיש' און ווער ס'שוין יא אויפן סיסטעם האלט זיך נאך אינמיטען היימיש מאכען.
לדוגמא אני הקטן: זיך איינגעשריבען א פאר וורכען צוריק דערנאך ווען כ'האב באקמען די אימעיל אז מיין ניק איז עפראווד האט מיין פילטער מיך שוין נישט צוכעלאזט הערשט זיץ איך און שרייב מיין ערשע פאוסט.
ע"כ עפליר איך צו אלע וואס זארגען זיך בריעגט אייך קיינער הייבט נישט אן בא 10

Re: אויב ביזט דא הייב אויף אויף דיין האנט

געפאוסט: זונטאג אוגוסט 06, 2023 8:33 pm
דורך ווירקליך
ווי קען איך זיך זען לייקן אזאנס?...

ב"ה, דער סייט איז אקטיוו, און מיר האלטן זיך זייער צו אונזער ציהל פון זיין ענדערש קלענער און אינטערסאנטער.

מיר האבן דא עטליכע אקטיווע גאר אינטערסאנטע טעמעס וואס זענען קיינמאל פריער נישט אויסגעשמועסט געווארן אויף אזא לייכטן פארנעם אויף א פובליק פלאטפארמע, און מיר קוקן ארויס צו ממשיך זיין אויף דעם מהלך.

העי! דו דארט! נעם נישט ארויס פון מיינע ווערטער אז ס'גוט ווען ביסט שטיל!
האסט עפעס צו צולייגן, שרייב! זיי מהנה דעם ציבור!

און פאר איך פארגעס, אן ארטיקל פאר'ן פארמעסט האסטו שוין אריינגעשיקט?

Re: אויב ביזט דא הייב אויף אויף דיין האנט

געפאוסט: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:31 pm
דורך חיליק פעלדמאן
גוט געזאגט...

אבער אלעס נעמט צייט.

אייוועלט איז אין די ערשטע צוויי יאר געווען פיל ליידיגער ווי דא, אפשר איין תגובה אין יעדע צוויי שעה.

געב עס צייט און עס וועט זיך פארמירן א היימישע קרעמל און מען וועט זיך דא באקוועם מאכן און עס וועט ווערן בעסער און בעסער. וכל התחלות קשות.

איין זאך נאר: ביטע נישט הייבן קיין הענט, ביטע פרובירן קודם מיט גוטן...

Re: אויב ביזט דא הייב אויף אויף דיין האנט

געפאוסט: זונטאג אוגוסט 06, 2023 11:30 pm
דורך וואוילער
הייב כאטש אויף דיין פינגער, מיט א לייק.

Re: אויב ביזט דא הייב אויף אויף דיין האנט

געפאוסט: זונטאג אוגוסט 06, 2023 11:48 pm
דורך באשיינפערליך
ביסט הייליג גערעכט… אבער מ׳קען נישט לויפן פארן קענען שטיין… וואס כ׳מיין צו זאגן איז אז אלעס נעמט צייט, און די זייט איז נישט אזוי שטיל ווי די לייגסט עס אראפ!!

Re: אויב ביזט דא הייב אויף אויף דיין האנט

געפאוסט: מאנטאג אוגוסט 07, 2023 12:38 am
דורך יודעלע
אקעי העלאו
האסט עפעס פאר מיר וואס צו שרייבן איך האב מיך שוין געמוטשעט מיט א נושא פאר די פארמעסט

Re: אויב ביזט דא הייב אויף אויף דיין האנט

געפאוסט: מאנטאג אוגוסט 07, 2023 2:33 am
דורך טראפקעלע
אין די איכות האלט מען גאנץ ווייט,

ווי @ווירקליך האט אויסגעשמועסט, דא אסאך בע'טעם'טע נושאים,
און אנשטאט אנצופירקלען מיט תגובות ביי יעדע נושא מיט די זעלבע שיטות און דרייען א גלגל החוזר, און פארדרייען א שמועס פון די רעלסן ווי ס'האט זיך לכתחלה אנגעהויבן, פארט עס מיט א געשמאק, ב"ה,

(נישט יעדע אדווערטייזמעט קליפ דארף ווערן א פרישע טענה'ריי, צו 'דא' איז מען שוין אריבער א ירידות הדורות ליניע, וכדו', ווען מ'שרייבט איבער די זעלבע געשריבן נעכטן אויף א פלעי, וכדו',)

א ש'כח טאקע פאר די מנהלים וואס מאכן זיכער צו דערמאנען ווען א שמועס פארקיווערט ריכטונג.

און פאר אלע שרייבער וואס שטעלן צו גאר "תוכן'דיגע" שמועסן.

Re: אויב ביזט דא הייב אויף אויף דיין האנט

געפאוסט: מאנטאג אוגוסט 07, 2023 8:10 am
דורך שעפטל נחום
בראו!! איך קען שוין אראפלייגן מיין האנט?

Re: אויב ביזט דא הייב אויף אויף דיין האנט

געפאוסט: מאנטאג אוגוסט 07, 2023 9:19 am
דורך אסמכתא בעלמא
מיין האנט איז אויסגעשטרעקט.

אבער זייט וויסן, אז די וואס ריפרעשן דעם פעידזש יעדע 2 מינוט דורכאויס דעם טאג צו זען עפעס פריש, די זענען געצווינגען צו ליינען מער שטותים ווי תוכן, און זיי טרעפן עס ענדערשט אויף וואטסעפפ גרופס וכדו'.

צא ובדוק, די מער געזעצטע מענטשן וואס ווילן אריינקומען ביי פרישטאג און ביי לאנטש און ביי ברעיק און נאך איינמאל ביינאכט, ווערן פשוט 'משוגע' אויב זיי דארפן נישטערן צווישן 500 תגובות של שטות צו טרעפן די 20 וואס זיי זוכן. דארפסט געדענקען אז אויב זוכסטו נישט אז יעדע פאטהאל אין ברוקלין זאל האבן 2 בלעטער; יעדע קאר סערוויס אישו אין מאנסי זאל האבן 4 בלעטער; און יעדע נישט-פארענדיגטע סיידוואק אין קרית יואל זאל האבן 6 בלעטער; און יעדע דענטיסט מאנגל אין בלומינגבורג זאל האבן 7 קרעכצערייען, נאר דו זוכסט ענדערשט צו האבן די בעיסיק אינפא, אדער אפילו דעבאטעס אבער פון ערוואקסענע שרייבער, דאן טאר עס נישט זיין הונגעריג נאך רויטע אנרעד תגובות יעדע 3 מינוט.

אזוי מיין איך...

אבער, ווי @ווירקליך זאגט שוין, ווער ס'איז יא דא און ער ווייסט עפעס, זאל טאקע נישט נוצן מיינע ווערטער צו בלייבן מיט די הענט ארויף...

Re: אויב ביזט דא הייב אויף אויף דיין האנט

געפאוסט: מאנטאג אוגוסט 07, 2023 11:40 am
דורך העלדיש
איך האף אז קיינער האט מיר נישט גענומען אויף די נישט ריכטיגע וועג.
איך בין אויך מודה אז קלענער און מער צום זאך איז מער ווערט ווי אסאך שטותים,
אבער עכ''ז איז עס אביסל צו שטיל, מען קען נישט פירן קיין געשפרעך ווען מ'דארף ווארטן דריי טעג אז איינער זאל עפעס ענטפערן.

און נאכאמאל איך האב נישט געמיינט צו אראפקלאפן אדער געבן קריטיק, די נקודה איז נאר אז דער וואס איז דא זאל זיך ניטש שעמען און ארויסגעבן זיינע טאלאנטן פאר די עולם,
לאמיר צוזאמען הנאה האבן...

Re: אויב ביזטו דא הייב אויף דיין האנט

געפאוסט: מאנטאג אוגוסט 07, 2023 9:48 pm
דורך באסטאן
צ''ק

איך בין דא, אויפגעהויבן סוקסעספול, זאג מיר ווען איך קען עס אראפ לייגן.

טענקס

Re: אויב ביזטו דא הייב אויף דיין האנט

געפאוסט: דינסטאג אוגוסט 08, 2023 1:23 am
דורך שכל הישר
@העלדיש א פעדער האט איר זיכער א גוטע..