בלאט 41 פון 41

Re: זאכן וואס איך וויל וויסן

געפאוסט: דינסטאג מאי 19, 2026 1:18 pm
דורך Think and Thank
די מצב פון די אידן אין תימן איז דעמאלס געווען אין א סכנה מבית ומבחוץ. עס איז דעמאלס געווען א משיח שקר וואס האט פרובירט צו פארפירן אידן, און אלס רעזולטאט זענען די אידן אויסגעשטאנען אסאך שווערע גזירות. די מנהיגים פון יהדות תימן האבן דעמאלס געשיקט אנפרעגן דעם רמב"ם איבער די צרות וואס זיי גייען דורך, און דער רמב"ם האט געענטפערט מיט'ן אגרת תימן וואו ער גייט דורך די חלק וויאזוי מ'קען וויסן ווער ס'איז א משיח שקר און ווער ס'איז עכט, ער גייט דורך די אלע גוי'אישע רעליגיעס (איסלאם, קריסטנטום וכו') און פארוואס זיי זענען פאלש און נאר אידישקייט איז אמת, און ער איז שטארק מחזק די תימנ'ע אידן זיך צו האלטן שטארק ביי אידישקייט.

Re: זאכן וואס איך וויל וויסן

געפאוסט: דינסטאג מאי 19, 2026 4:48 pm
דורך Who knows
צווייטער האט געשריבן: דינסטאג מאי 19, 2026 11:33 am
Who knows האט געשריבן: דינסטאג מאי 19, 2026 10:52 am
צווייטער האט געשריבן: דינסטאג מאי 19, 2026 10:43 am

גוט, וואספארא מצב היהדות זענען די אידן געווען?
וואס מאכט דיך טראכטן אז עפעס איז געווען ווראנג?
פארקערט, ס'זעט מיר אויס אז זיי זענען געווען שטארקע אידן.

נאר ס'איז דא א אנדערע בריוו פונעם רמב''ם וואס דער תולדות יעקב יוסף ברענגט (כמדומה לי בספרו צפנת פענח. ואגב, איז דאס די איינציגסטער מקור צו דעם בריוו) ווי דער רמב''ם האט געענטפערט פאר א קהילה וואס האבן געפרעגט קשיות בענין תחיית המתים, און דער רמב''ם ענטפערט דארטן אז די שאלות קומט פון עסן מאכלות אסורות וואס איז מטמם די לב. דארטן קוקט אויס אז די אידן זענען געווען נבוך באמונה. פארדעם וויל איך אויסקלארן וואס די קהילת תימן זענען געווען.
די רמב"ם האט אן איגרת תחיית המתים וואס איז אויך געשיקט געווארן קיין תימן אבער איז אויך געווען א כלליות'דיגע בריוו, דארט דערמאנט ער אזעלכע אין תימן וואס האבן געוואלט לערנען אז תחיית המתים מיינט השארת הנפש, אבער עס זענען געווען אזעלכע נישט נאר אין תימן נאר אין אנדערע פלעצער אויך, און דאס ווייזט לאו דוקא א כלליות'דיגע שוואכקייט אין אידישקייט. דאס וואס די תולדות ברענגט שטייט נישט דארט וצ"ע.

Re: זאכן וואס איך וויל וויסן

געפאוסט: זונטאג יולי 05, 2026 2:45 pm
דורך בודקע
איינער ווייסט פון א גוטע ספרעי קעגן טשייניז באגס?

Re: זאכן וואס איך וויל וויסן

געפאוסט: מיטוואך יולי 08, 2026 1:15 am
דורך בודקע
הא?
IMG_20260708_011506_881.jpg
IMG_20260708_011506_881.jpg (8.52 KiB) געזען געווארן 134 מאל

Re: זאכן וואס איך וויל וויסן

געפאוסט: מיטוואך יולי 08, 2026 11:42 am
דורך בחינה 25
בודקע האט געשריבן: מיטוואך יולי 08, 2026 1:15 am הא?
IMG_20260708_011506_881.jpg
viewtopic.php?p=259095#p259095

Re: זאכן וואס איך וויל וויסן

געפאוסט: מיטוואך יולי 08, 2026 12:42 pm
דורך וואוילער
בודקע האט געשריבן: זונטאג יולי 05, 2026 2:45 pm איינער ווייסט פון א גוטע ספרעי קעגן טשייניז באגס?
אן אטאם באמבע

Re: זאכן וואס איך וויל וויסן

געפאוסט: מיטוואך יולי 08, 2026 1:07 pm
דורך בודקע
וואוילער האט געשריבן: מיטוואך יולי 08, 2026 12:42 pm
בודקע האט געשריבן: זונטאג יולי 05, 2026 2:45 pm איינער ווייסט פון א גוטע ספרעי קעגן טשייניז באגס?
אן אטאם באמבע
אויף אייוועלט האט מיך איינער געגעבן א לינק צו א ספרעי וואס דארף צו העלפן, מ'גיימיר עס פרובירן.

אויב איינער ברויך: https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 7#p6790327