בלאט 1 פון 1

אוי! קה אכסוף נועם שבת, אוי אוי אוי אוי... הַמִתְאֶמֶת וּמִתְאַחֶדֶת...

געפאוסט: מאנטאג אוגוסט 17, 2026 2:39 pm
דורך יענץ מבין
דעם שבת ביים זינגען די פיוט קה אכסוף, נוצנדיג א זמירות המפורש, בין איך געווארן אביסל צומישט.

איך בין אלץ צוגעוואוינט צו זינגען המַתאמת מיט א 'פתח', אבער דארטן שטייט המְתאמת מיט א 'שווא'.

האב איך גענומען נאך אפאר זמירות'ן וואס זענען געוועהן אויפן טיש, זעה איך אז איבעראל שטייט עס מיט א 'פתח'.

ווייסט איינער פארוואס אין זמירות המפורש האט ער עס געטוישט צו א 'שווא'?

איז עד כדאי אז עס זאל שטימן בעסער ע"פ דקדוק, כדרכם פון די בני ארץ ישראל, און אויב יא, וואס איז טאקע די חילוק צווישן המַתאמת און המְתאמת?