בד"ה כ"ק אדמו"ר מבית שמואל צבי ספינקא זצ"ל
געפאוסט: מיטוואך אוגוסט 12, 2026 11:54 pm
גלה כבוד מישראל • כ"ק אדמו"ר מבית שמואל צבי ספינקא זכר צדיק לברכה נסתלק געווארן לגנזי מרומים
גלה כבוד מישראל - הורם הנזר והוסרה העטרה: מיט טיפן שאק און שוידער איז ביי גאנץ כלל ישראל און בפרט ביי חסידי ומעריצי בית ספינקא מיט גרויס צער און טרויער אנגעקומען די ביטערע בשורה ארויס פון די מאונט סיני שפיטאל אין מאנהעטן איבער די טראגישע און פריצייטיגע הסתלקות לשמי מרום פון האי גאון וצדיק חסידא ופרישא, נזר שושלת אבותיו, כ"ק אדמו"ר מבית שמואל צבי ספינקא זכר צדיק לברכה, וואס איז יעצט באנאכט נסתלק געווארן לגנזי מרומים און צוריקגעגעבן זיין אויסגעלייטערטע נשמה ליוצרה אין בליענדן עלטער פון בלויז 58 יאר לדאבון לב חסידי ספינקא וכל בית ישראל.
די רבי זצ"ל איז געווען אחד המיוחד פון די חשובי אדמורי"ם אין שטאט וויליאמסבורג, אן עובד ה' מנעוריו, גדול בתורה ועמוד צלותא דיהודאי, און איז געווען א ריכטיגע דולה ומשקה מתורת רבו לאחרים, זייענדיג א מעתיק שמועה וועלכע איבערגעגעבן פארן יונגן דור דאס וואס ער האט געזעהן אין מקבל געווען ביי זיין גרויסן זיידן מרנא הרה"ק מספינקא זיע"א און ביי די צדיקי דורות הקודמים.
די רבי איז געבוירן געווארן אום י"ז תמוז שנת תשכ"ח אלס דער צווייטער קינד ביי זיין גרויסן פאטער כ"ק אדמו"ר רבי ישכר דוב בעריש הורוויץ זצוק"ל אדמו"ר מבית שמואל צבי ספינקא, און אן איידעם ביי יבלחט"א כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף שליט"א.
די התמדת התורה פון רבי'ן זצ"ל איז געווען אין לשער, נאך פון אלס בחור אין די ספינקער תלמוד תורה אין וויליאמסבורג איז ער געזעצן און געלערנט יומם ולילה, און שפעטער נאך די חתונה האט ער ממשיך געווען מיט זיין לימוד בהתמדה רבה אויף גאר א שטארקן פארנעם.
א שב"ק מיט'ן רבי'ן זצ"ל איז געווען א תענוג רוחני וואס וועט נישט ארויסגיין פון זכרון פון די חסידים ותלמידים וואס האבן דאס מיטגעלעבט, עס איז געווען א זכי' מיטצוהאלטן די גרויסע עבודה פון רבי'ן ווי ער האט אריינגעקאכט אינעם שב"ק מיט אזא מין רגש און התלהבות בכל לבבו ונפשו.
דער ספינקער רבי זצ"ל איז געווען א איד א בעל צורה, זיין לעכטיגער שמייכל האט אלץ אראפּגעשיינט פון זיין איידעלן געזיכט, און עס האט זיך קיינמאל נישט אנגעזעהן אויף אים אז ער האט ליידער נישט געהאט קיין גרינג תקופה, ער האט ריכטיג מקיים געווען דעם "לולי תורתך שעשועי אז אבדתי בעניי" און האט אין די הייליגע תורה געטראפן א טרייסט אין אלע זיינע מצבים.
זיין אמונה איז געווען אויף א העכערע מדריגה, ווען אימער ער האט גערעדט פון אמונת ה' האט מען געשפּירט ווי ער לעבט דערמיט, זייענדיג א ריכטיגער נאה דורש ונאה מקיים. אין צוגאב צו זיין עבודת הקודש האט דער רבי זצ"ל אויך זיך אפּגעגעבן אויפצוטוהן פאר אידישקייט אין סיי וועלכן תחום, ער פלעגט אסאך מקרב זיין שוואכערע אידן צום ערליכן וועג, ס'איז געווען צום באוואונדערן וויאזוי ברוב חכמתו ובינתו האט ער פארשטאנען צו יעדן איינעם זיין שפּראך.
דער ספינקער רבי זצ"ל איז ליידער דיאגנאזירט געווארן מיט די ביטערע מחלה ל"ע מיט איבער א יאר צוריק, און דורכאויס די לעצטע יאר צייט ארובער גאר שווערע תקופות ל"ע ווי די רבי האט נעבעך געליטן יסורים ומכאובים ה"י, די לעצטע וואך איז די רבי אריינגעפירט געווארן אין איילעניש אין שפיטאל אין מאנהעטן, נאך וואס דער מצב האט זיך דראסטיש פארערגערט ווען עס זענען אונטערגעקומען פרישע קאמפליקאציעס, אריינגערעכנט א שווערע לונגען אנצינדונג ה"י.
אין שפיטאל האט זיך דער רבי אויפגעכאפט און אנגעהויבן ווינקען צו די ארומיגע. חותנו הגדול דער קרעטשניפער רבי, וועלכע איז ספעציעל געקומען צופארן בטרחה יתירה, האט אנגעהויבן פרעגן שאלות אויף וואס דער רבי האט אויף אלעם געענטפערט. הערענדיג אז די רבי ווינטשט ברכות לרב זענען פילע חסידים און משפחה מיטגלידער געקומען צולויפן זיך צו געזעגענען מיט'ן רבי'ן, און צענדליגע אידן האבן זיך דאן פארזאמעלט אין די קארידאן פון די מאונט סיני שפיטאל, און דער רבי האט פאר יעדן געווינקען און געשאקלט מיט'ן קאפ. מען דארף דא טאקע דערמאנען די געטרייע משמשים בקודש וואס יומם ולילה לא ישבותו זיך אוועקצוגעבן פאר'ן רבי'ן במסי"נ ממש.
יעצט באנאכט אין ניו יארק איז ליידער די גזירה שוין געווען פארשריבן און די שווערע בשורה איז ליידער אנגעקומען אז די רבי איז נתבקש געווארן לישיבה של מעלה, במעמד פון די קינדער און אייניקלעך וואס האבן געזאגט פסוקי יחוד, איבערלאזנדיג זיין צובראכענעם רביצין תליט"א מיט חשובע קינדער זרע ברך ה' פאר'יתומ'ט. פרטים איבער די לוויה וועט נאכפאלגן.
אבל גדול ליהודים, וכל בית ישראל יבכו את השריפה אשר שרף השם