לאמיר ווייזן פאר אייוועלט !
געפאוסט: דינסטאג אוגוסט 11, 2026 1:27 pm
אויף אייוועלט האט א איד מיטן ניק נאמען @חיים_טוב געפענט א "אשכול" מיטן נאמען "אייוועלט קאמפיין אב תשפ"ו - הייליגער באשעפער האב שוין רחמנות און שיק שוין א רפואה שלימה" וורעפענט אויף די אשכול מיט די ווערטער
ווארף אריין וויפיל די קענסט
לאמיר ווייזן פאר אייוועלט אז מיר קענען אויך !
און ער עפענט א קאמפיין צו ראטעווען די מצב די קאמפיין איז געווארן באשטעטיגט אלס עכט דורך די גרעסטע ניקס צווישן זיי @וויכטיג מאכער @יודישע קהילות @לכאורה אא"וו וואס זאגן אז די מצב איז עכט ערענסט און יעדע פרוטה גייט צי די דאקטורים צווישן אנדערעאיך דארף נישט קיין חיזוק ביטע
איך וויל סתם ארויסשרייבן מיינע געפילן,
מיין ווייב האט יסורים נוראים שוין איבער א יאר מען גייט צי נאך א ספעציליסט און נאך א ספעציליסט און נאך א ספעציליסט
מען מאכט א סערזשרי און נאכדעם נאך א סערזשרי
און מען מאכט אזא בלוט טעסט און אזי בלוט טעסט
נאכדעם גייט מען צי נאך א ספעציליסט
סיי רפואה העלפליין און סיי חיים מעדיקל זאגן אז זיי קענען גארנישט טון חיץ פון גיין ווייטער און ווייטער צי וועם מען קען נאר
יא אויך תפילה שוין אסאך געטון
עס איז קלאר נישט יענע מעשה און נישט קיין שום אנדערע געוויקס
יא מען קען פראבירן נאטורליכע הייל מיטלען ווי ענערדזשי, ווייטמינען , אוילן
אבער די אלע זאכן קאסטן געלט יעדע זאך פאר זיך קאסט נישט אסאך אבער אלעס ציזאמען קאסט אסאאאאך. ( די פאר חברים וואס זענען נישט קיין עשירים האבן שוין געטון זייער בעסט)
איך קען נישט געהעריג ארבעטן שוין זייער א לאנגע צייט ווייל איך דארף זיך גיין כסדר צי אפויטמענטס
מיינע נערוון קראכן שוין.
איך האב נישט קיין כח מער צי אהיים גיין צי מיר און שטוב און זען מיין ווייב זיך ראולען און פיזישע יסורים פלאס גייסטישע יסורים פון אינזער גאנצע מצב ארום און ארום.
אזויווי איך בין געזיצן דארטן אין די אשכול אין איך האב ליידער נישט קיין געלט יעצט צו געבן האב איך געפענט א טיעם אין איך בעט דיר ווארף אריין אביסל וויפיל די קענסט אפילו א קלייניקייט עס וועט זיין א געוואלדיגע זכות פאר די ימי אלול וואס זענען ממשמשים ובאים בברכת א פרייליכן געזונטן טאג זייט געזונטוויכטיג מאכער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 30, 2026 11:51 am ס'האט גענומען אביסל צייט, אבער איך האב פערזענליך גערעדט מיט א דיין וואס איז אינוואלווד אינעם קעיס...
טייערע אידן, איידער דו טוסט די נעקסטע זאך, שטעל דיך אפ א רגע און דאנק דעם אייבערשטן אז דו האסט נישט קיין מושג וואס דא גייט פאר! די יסורים נוראים, פיזישע און גייסטישע האט גע'ריעטשט א לעוול וואס מ'זעט נישט אין ערגעץ!!
זאג שכח הייליגער באשעפער אז דו ווייסט נישט, און זיי א "פרע בממון" און לייג אריין אפאר דאללער צו העלפן אביסל דעם מצב ביי ידידינו ר' חיים טוב אין שטוב!!
ווארף אריין וויפיל די קענסט
לאמיר ווייזן פאר אייוועלט אז מיר קענען אויך !