בלאט 1 פון 1

שמועס: וועט טראמפ למעשה אנקומען אין תפיסה?

געפאוסט: זונטאג אוגוסט 06, 2023 3:18 am
דורך קיינמאל
ווי עס קוקט שטארק אויס גייט די געוועזענע פרעזידענט טראמפ זיין ביז עטליכע חדשים אונטער גראטעס אין תפיסה

Re: טראמפ אינטער גראטעס

געפאוסט: זונטאג אוגוסט 06, 2023 3:27 am
דורך רואיגער
אקעי, כקען פארשפארן ס׳אשכול און עפענען אפאר חדשים ארום?

Re: טראמפ אינטער גראטעס

געפאוסט: זונטאג אוגוסט 06, 2023 3:38 am
דורך טראמפ
אסאך זאכן אין היסטערי האט שוין 'שטארק' אויסגעקוקט...

Re: טראמפ אינטער גראטעס

געפאוסט: זונטאג אוגוסט 06, 2023 11:51 am
דורך ווירקליך
טראמפ האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 3:38 am אסאך זאכן אין היסטערי האט שוין 'שטארק' אויסגעקוקט...
דערווייל רעדט ער נאך דא....

Re: שמועס: וועט טראמפ למעשה אנקומען אין תפיסה?

געפאוסט: זונטאג אוגוסט 06, 2023 11:59 am
דורך פענסטער
צ''ק עס איז היבש ווארשיינליך אז טראמפ וועט טאקע אנקומען אין תפיסה.

די שאלה וואס בלייבט איז ווען דאס גייט געשעהן, אויב וועט עס נאך זיין פאר די עלעקשאן קען עס זיין א טויט קלאפ פאר די רעפאבליקאנער, אדער גאר א שטארקע קאם בעק ווייל די דעמקראטן וועלן שוין זיין בארויגט אז די סכנה טראמפ איז מער נישט קיין געפאר, און פון די אנדערע זייט וועלן די רעפ. זיין שטארק אויפגעברויזט און זוכן אריינצווועלן דיסענטענס אדער ראמסוואמי אדער ווער עס וועט זיין דער קומנדיגער אויפן ליסטע.

בלייבט איבער צו וואונטשן הצלחה רבה

Re: שמועס: וועט טראמפ למעשה אנקומען אין תפיסה?

געפאוסט: זונטאג אוגוסט 06, 2023 12:01 pm
דורך רעגנדיג
פענסטער האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 11:59 am צ''ק עס איז היבש ווארשיינליך אז טראמפ וועט טאקע אנקומען אין תפיסה.

די שאלה וואס בלייבט איז ווען דאס גייט געשעהן, אויב וועט עס נאך זיין פאר די עלעקשאן קען עס זיין א טויט קלאפ פאר די רעפאבליקאנער, אדער גאר א שטארקע קאם בעק ווייל די דעמקראטן וועלן שוין זיין בארויגט אז די סכנה טראמפ איז מער נישט קיין געפאר, און פון די אנדערע זייט וועלן די רעפ. זיין שטארק אויפגעברויזט און זוכן אריינצווועלן דיסענטענס אדער ראמסוואמי אדער ווער עס וועט זיין דער קומנדיגער אויפן ליסטע.

בלייבט איבער צו וואונטשן הצלחה רבה
נע, טראמפ וועט ווייטער לויפן פון תפיסה.

Re: שמועס: וועט טראמפ למעשה אנקומען אין תפיסה?

געפאוסט: זונטאג אוגוסט 06, 2023 1:01 pm
דורך אסמכתא בעלמא
לויט א נייעס דא פרייטאג, זאגן האלב רעפובליקאנער אז זיי וועלן אים 'נישט' שטיצן אין פאל ער ווערט "אנגעקלאגט".

אם כן, איז שוין נישט אפילו אזוי וויכטיג די שאלה צו ער גייט יושב'ן.

Re: שמועס: וועט טראמפ למעשה אנקומען אין תפיסה?

געפאוסט: זונטאג אוגוסט 06, 2023 2:12 pm
דורך רעגנדיג
אסמכתא בעלמא האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 1:01 pm לויט א נייעס דא פרייטאג, זאגן האלב רעפובליקאנער אז זיי וועלן אים 'נישט' שטיצן אין פאל ער ווערט "אנגעקלאגט".

אם כן, איז שוין נישט אפילו אזוי וויכטיג די שאלה צו ער גייט יושב'ן.
כ'ווייס נישט פון וועלכע נייעס דו רעדסט, אבער כ'שטעל זיך פאר אז די אנקעטע רעדט ווארשיינליך פון שטיצע אין די פריימערי.

Re: שמועס: וועט טראמפ למעשה אנקומען אין תפיסה?

געפאוסט: מאנטאג אוגוסט 07, 2023 1:53 am
דורך אנעפעלע...
נישט זיצן!
אפשר וועט ער נישט קענען לויפן. אבער זיצן גייט ער נישט

Re: שמועס: וועט טראמפ למעשה אנקומען אין תפיסה?

געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 28, 2024 9:24 pm
דורך מיילעך פריילעך
איך גלייב נישט אז קיין איין ריכטער גייט נעמען די גאטס און זאגן פאר טראמפ
דו דארפסט גיין אין תפיסה

זהו ענ"ד

Re: שמועס: וועט טראמפ למעשה אנקומען אין תפיסה?

געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 28, 2024 9:30 pm
דורך הר ההר
מיילעך פריילעך האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 28, 2024 9:24 pm איך גלייב נישט אז קיין איין ריכטער גייט נעמען די גאטס און זאגן פאר טראמפ
דו דארפסט גיין אין תפיסה

זהו ענ"ד
450 million dollars האט א ריכטער יא געהאט די גאט'ס. און צו איבערפאלן זיין הויז האבן זיי אויך געהאט די גאט'ס. און אים אראפצונעמען פון די בעלאט'ס האבן עטליכע סטעיטס מיט זייערע ריכטער געהאט די גאט'ס, וואס ווען נישט די סופרים קארט וואלט זיין נאמען נישט געשטאנען דארט.....
גאט'ס פעלט נישט....

Re: שמועס: וועט טראמפ למעשה אנקומען אין תפיסה?

געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 28, 2024 9:35 pm
דורך דער רבי איז געזונט
קיינמאל האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 3:18 am ווי עס קוקט שטארק אויס גייט די געוועזענע פרעזידענט טראמפ זיין ביז עטליכע חדשים אונטער גראטעס אין תפיסה
פארוואס?

Re: שמועס: וועט טראמפ למעשה אנקומען אין תפיסה?

געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 28, 2024 9:55 pm
דורך הר ההר
דער רבי איז געזונט האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 28, 2024 9:35 pm
קיינמאל האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 3:18 am ווי עס קוקט שטארק אויס גייט די געוועזענע פרעזידענט טראמפ זיין ביז עטליכע חדשים אונטער גראטעס אין תפיסה
פארוואס?
ווייל ער לויפט פאר פרעזידענט!

Re: שמועס: וועט טראמפ למעשה אנקומען אין תפיסה?

געפאוסט: פרייטאג מערץ 29, 2024 7:19 am
דורך מיילעך פריילעך
הר ההר האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 28, 2024 9:30 pm
מיילעך פריילעך האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 28, 2024 9:24 pm איך גלייב נישט אז קיין איין ריכטער גייט נעמען די גאטס און זאגן פאר טראמפ
דו דארפסט גיין אין תפיסה

זהו ענ"ד
450 million dollars האט א ריכטער יא געהאט די גאט'ס. און צו איבערפאלן זיין הויז האבן זיי אויך געהאט די גאט'ס. און אים אראפצונעמען פון די בעלאט'ס האבן עטליכע סטעיטס מיט זייערע ריכטער געהאט די גאט'ס, וואס ווען נישט די סופרים קארט וואלט זיין נאמען נישט געשטאנען דארט.....
גאט'ס פעלט נישט....
נע ס'איז דא א ווייטע מרחק פון די 2 זאכן

די ריכטער וואס גייט אים אורטיילן פאר טורמע גייט געדענקט ווערן אין די היסטאריע פאר אייביג אז ער האט געטון די פרעצעדענטלאזע זאך פון לייגן א (געוועזענע...) פרעזידענט אין תפיסה.

איך פארשטיי נישט פונקטליך וואס די ערלים לעבן אזוי מיט היסטאריע וואס גייט זיין אבער דאס איז די מציאות.

Re: טראמפ אינטער גראטעס

געפאוסט: פרייטאג מערץ 29, 2024 7:20 am
דורך מיילעך פריילעך
טראמפ האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 3:38 am אסאך זאכן אין היסטערי האט שוין 'שטארק' אויסגעקוקט...
די ביסט א נוגע בדבר
זיי שטיל...

Re: שמועס: וועט טראמפ למעשה אנקומען אין תפיסה?

געפאוסט: פרייטאג מערץ 29, 2024 2:09 pm
דורך לחידודא
שווער צו גלייבן אז עס וועט געשען פאר די עלעקשאנס, ווייל זיינע אדוואקאטן טוען א געוואלדיגע ארבעט צו פארשלעפן די קעיסעס, און עס קוקט אויס ווי עס איז אים געלונגען.
אויב ער געווינט די ווייסע הויז, וועט ער לכאורה זיכער נישט אנקומען אין טורמע.
אויב ער פארלירט איז פארהאן א ריזן שאנס אז ער וועט ענדיגן אין טורמע.
טראמפ לויפט פאר זיין פרייהייט.
אדער לויפט ער, אדער זיצט ער. (קרעדיט טוירקס).
ימים ידברו

Re: שמועס: וועט טראמפ למעשה אנקומען אין תפיסה?

געפאוסט: פרייטאג מערץ 29, 2024 6:07 pm
דורך קיינמאל
לחידודא האט געשריבן: פרייטאג מערץ 29, 2024 2:09 pm שווער צו גלייבן אז עס וועט געשען פאר די עלעקשאנס, ווייל זיינע אדוואקאטן טוען א געוואלדיגע ארבעט צו פארשלעפן די קעיסעס, און עס קוקט אויס ווי עס איז אים געלונגען.
אויב ער געווינט די ווייסע הויז, וועט ער לכאורה זיכער נישט אנקומען אין טורמע.
אויב ער פארלירט איז פארהאן א ריזן שאנס אז ער וועט ענדיגן אין טורמע.
טראמפ לויפט פאר זיין פרייהייט.
אדער לויפט ער, אדער זיצט ער. (קרעדיט טוירקס).
ימים ידברו
טורקס האט א טעות די גאנצע קלאגעס איז בכלל נישט אים צו אריין לייגן אין תפיסה

Re: שמועס: וועט טראמפ למעשה אנקומען אין תפיסה?

געפאוסט: מוצש"ק מערץ 30, 2024 10:10 pm
דורך וואוילער
וצריך עיון,
אויב קלאגט מען אים נאר ווייל ער לויפט, און ער לויפט נאר פאר זיין פרייהייט, האב'ך א פשוטע עצה, ער זאל נישט לויפן וועט מען אים נישט קלאגן, און ער איז פריי!

Re: שמועס: וועט טראמפ למעשה אנקומען אין תפיסה?

געפאוסט: זונטאג מערץ 31, 2024 4:45 pm
דורך דער תהלים איד
וואוילער האט געשריבן: מוצש"ק מערץ 30, 2024 10:10 pm וצריך עיון,
אויב קלאגט מען אים נאר ווייל ער לויפט, און ער לויפט נאר פאר זיין פרייהייט, האב'ך א פשוטע עצה, ער זאל נישט לויפן וועט מען אים נישט קלאגן, און ער איז פריי!
:lol:

אין רוסלאנד איז אויך אזוי, ווער ס'שפארט זיך איין לעבט אויף דער פריי...

למעשה גייט טראמפ זיצן צו נישט, און אויב יא וואס קען מען ערווארטן?

געפאוסט: דינסטאג יוני 04, 2024 8:29 pm
דורך ס'קען זיין אז..
למעשה גערעדט גייט די געוועזענע פרעזידענט דאנעל טראמפ זיצן צו נישט?

Re: למעשה גייט טראמפ זיצן צו נישט, און אויב יא וואס קען מען ערווארטן?

געפאוסט: דינסטאג יוני 04, 2024 8:38 pm
דורך מיילעך פריילעך
נע.... כהאלט אז נישט.
ער איז דאך געווען אזא גוטע פרעזידענט...

Re: למעשה גייט טראמפ זיצן צו נישט, און אויב יא וואס קען מען ערווארטן?

געפאוסט: דינסטאג יוני 04, 2024 8:48 pm
דורך ס'קען זיין אז..
מיילעך פריילעך האט געשריבן: דינסטאג יוני 04, 2024 8:38 pm נע.... כהאלט אז נישט.
ער איז דאך געווען אזא גוטע פרעזידענט...
אבער מער א טשענס אז ער זאל גיין הויז ארעסט
און וואס די האלסט האלטן אבער נישט די דעמאקראטן...

Re: למעשה גייט טראמפ זיצן צו נישט, און אויב יא וואס קען מען ערווארטן?

געפאוסט: מיטוואך יוני 05, 2024 12:26 am
דורך ס'קען זיין אז..
אויב גייט טראמפ זיצן וועט ער זיין מיט זיין סיקריט סערוויס?

Re: למעשה גייט טראמפ זיצן צו נישט, און אויב יא וואס קען מען ערווארטן?

געפאוסט: מיטוואך יוני 05, 2024 9:44 am
דורך שאינו יודע לשאול
ס'קען זיין אז.. האט געשריבן: מיטוואך יוני 05, 2024 12:26 am אויב גייט טראמפ זיצן וועט ער זיין מיט זיין סיקריט סערוויס?
בפשטות יא. געוויסע דעמאקראטן האבן גראדע פארפירט אז די סענאט זאל דורכפירן א געזעץ אז א געוועזענע פרעזידענט וואס ווערט אנגעקלאגט מיט א פעלאני זאל פארלירן זיין סיקרעט סערוויס באשיצונג. אבער ס'גייט לכאורה נישט געשען.