א שטאט מיט טאנצערס
געפאוסט: דינסטאג יולי 21, 2026 11:51 am
אין א שיינע זוממער'דיגן טאג אין 1518 האט אין דער שטאט שטראסבורג, פראנקרייך, זיך אפגעשפילט איינע פון די מיסטריעזסטע פאסירונגען אין היסטאריע, הונדערטער מענטשן האבן אנגעהויבן טאנצן אין די גאסן אן קיין קאנטראל. ס'איז נישט געווען דעמאלטס קיין שום פייערונגען אדער שכל'דיגע סיבה פארוואס צו טאנצן, אבער עפעס א אינערליכע דראנג האט געשטיפט צו טאנצן און גארנישט האט זיי נישט געקענט אפשטעלן.
די טאנצעריי האט אנגעהאלטן פאר עטליכע וואכן, הונדערטער מענטשן האבן אנטייל גענומען און געטאנצן ביז'ן צוזאמפאלן און פארוואונדעט ווערן, אסאך זענען גאר געשטארבן פון פיזישע שוואכקייט.
אנגעהויבן האט זיך עס דורך א פרוי מיט'ן נאמען טראפיע וואס איז ארויס אויפ'ן גאס און אנגעהויבן טאנצן, זי האט אזוי געטאנצן פאר עטליכע טעג אן אויפהער. און ווי מאדנע ס'הערט זיך האבן אנדערע מענטשן איר אנגעהויבן נאכטון, און ביז א קורצע צייט האבן זיך צענדליגע - און שפעטער הונדערטער - מענטשן זיך אנגעשלאסן אין דעם סיבה'לאזן טאנץ, ביז די גאסן פון שטראסבורג זענען פיל געווארן מיט מענטשן וואס האבן געשפרינגען אן וויסן פארוואס.
זיי האבן אזוי געטאנצן ביז זייערע מוסקלען האבן זיך ווילד געווארפן, און בלוט איז גערונען פון זייער געשוואלענע פיס. פיל מיט מענטשן זענען צוזאמגעפאלן אויף די גאסן פון הונגער און דארשט, אסאך האבן געכאפט הארץ אטאקעס און געשטארבן. נאנטע פון באטרעפנדע האבן געשריגן פאר הילף, אבער קיינער האט נישט געקענט טרעפן קיין מיטל דאס אפצושטעלן.
די שטאטישע אויטאריטעטן האבן נישט געוואוסט וואס צו טון, זיי האבן באשלאסן אז מ'וועט די מענטשן לאזן טאנצן ביז ס'וועט אוועקגיין, זיי האבן גאר גע'עפענט א דעזיגנירטע טאנץ ארט און געברענגט מוזיק, אזוי אז די טאנצערס זאלן - אן שטערן די שטאטישע פארקער - אויסטאנצן זייער מחלה. אבער דאס איז נאר ערגער געווארן און די אויטאריטעטן האבן פארמאכט די טאנץ פלעצער און מיט כח צוביסלעך אפגעשטעלט דעם מאדנעם מגיפה.
ביז היינט - הונדערטער יארן שפעטער - איז נאכאלץ נישט קלאר גענוי וואס ס'האט געפירט צו דעם מאדנעם און שרעקעדיגן אינצידענט, עס זענען אבער פארהאן עטליכע טעאריעס. איין טעאריע איז אז מענטשן האבן געליטן פון גייסטישע עקסטרעמע דרוק וואס איז געקומען פון הונגער און קראנקהייטן וואס איז דאן געווען פארשפרייט, און ערגעצוואו האט עס אויסגעקלאפט אויף אזא שרעקליכע וועג. אנדערע זאגן אז דאס איז געקומען פון א געוויסע גיפטיגע שימל וואס איז געוואקסן אויף קארן און דאס האט געווירקט אויף מענטשנס נערוון און געברענגט צו די מאדנע געטענץ.
אזוי צו אזוי בלייבט דאס ביז היינט איינע פון די מערסט מאדנע און מיסטעריעזע געשיכטעס אין היסטאריע, מער ווי פינעף הונדערט יאר שפעטער ווייסט מען נאכאלץ נישט די אורזאך וואס האט געברענגט צו דעם אז הונדערטער מענטשן זאלן אנהייבן טאנצן ביז'ן לעצטן כח.