מיין בעל הבית איז א פשוטע שונא ישראל
געפאוסט: זונטאג יולי 19, 2026 6:39 pm
די ארטיקל איז געשריבן דורך @גדלי ארבעטסלאז-אייוועלט ארויף געלייגט מיט רשות פונעם שרייבער
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?t=82919
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?t=82919
אט איז מיין געשיכטע וואס איך האב אראפגעשריבן, א באקאנטער שרייבער האט מיר צוגעהאלפן עס מאכן גרייט צו ליינען פאר כל הקהל.
איך וויל איבערבעטן ברבים אז דער ארטיקל איז ארויס בעפאר די צייט. איך וויל נישט דיסקוטירן דעם ארטיקל ביז מיטוואך צופרי אי"ה.
א גוט יאר. מיין נאמען איז גדלי' (פיקטיוו), איך בין א טאטע פון פינף קינדערלעך קע"ה. איך בין אייניג מיט רוב אידישע קינדער, חוץ פון דעם אז איך האב נישט קיין דזשאב.
אבער נישט אלס איז געווען אזוי. פאר איבער צען יאר האב איך געארבעט ביי א היימישע קאמפעני וואס טוט … איך האב אין מיינע צען יאר ארבעטן ערליך געארבעט און פארדינט, איך האב אריינגעברענגט פאר מיין באלאבאס שווערע מיליאנען, סיי דירעקט אריין אין זיין באנק אקאונט און סיי אין ווערט פון מיין ארבעט. איך האב געמאכט א קליינע געהאלט, איך גלייב אז אין סיי וועלכע גוי'אישע קארפערעיט פירמע וואלט איך רואיג געקענט מאכן דאפלט אדער אפילו מער.
איך האב אנגעהויבן אלס א פשוט'ער ארבעטער, מיט א געהאלט קוים אויף צום לעבן, אבער ב"ה מיט די יארן איז מיין געהאלט ארויף אזוי אז איך האב געקענט געהעריג לעבן. איך האב קיינמאל נישט אויסגעקוועטשט מיין באלאבאס, נאר געווען צופרידן מיט וואס ער האט מיר געגעבן, אפילו ווען מיין משפחה איז געוואקסן האב איך זיכער געמאכט נישט צו באלעסטיגן מיין באלאבאס מיטן בעטן א 'רעיז'. דאס איז געווען מיין פורעם פון אמונה און בטחון.
מיין באלאבאס האט געוואוסט אז אויב ער לייגט עפעס אין מיינע הענט, וועט עס ווערן דורכגעפירט אויפן בעסטן פארנעם. איך בין געווען זייער געטריי צו די קאמפעני, אלע מיינע מיטארבעטער און אויך מיין באלאבאס וועט זיין עדות דעראויף. איך בין קיינמאל קיין שלעכטע ארבעטער נישט געווען.
איין טאג, מיט עטליכע חדשים צוריק, האט מיין באלאבאס מיך איינגעלאדנט צו א גרויסע ביזנעס עקספא. איך אלס געטרייע ארבעטער בין געווען דער דרייווער פאר מיין באלאבאס און נאך עטליכע מיטארבעטער.
אנקומענדיג צום עקספא האט אלעס געגאלאנצט. עסן איז געווען לרחצה, ס'איז געווען א גוטע 'ווייב', צוזאמען מיט מיינע מיטארבעטער און באלאבאס האבן מיר ארומשפאצירט דעם גרויסע זאל, זיך אפשטעלנדיג ביי יעדע בודקע טון "ביזנעס". עה כ'מאך א ווערטל… מיר האבו גענומען ביזנעס קארד'ס און פענע'ס פון יעדן…
אויפן וועג אהיים האט מיין באלאבאס עפעס גערעדט אז א אינגערמאן וואס טוט "רימאוט סטעפינג" איז צוגעקומען צו אים און אנגע'שדכנ'ט זיין נומער און סערוויס. פון רימאוט סטעפינג האב איך קיינמאל נישט געהערט בעפאר, אין מיינע אויערן האט זיך עס געהערט ווי מיין באלאבאס זאגט אז ער האט אנגעהויבן גלייכן א נייע פלעיוואר אייז קריעם…
צוויי טעג שפעטער שפאצירט אריין מיין באלאבאס אין מיין אפיס מיטן טרייבל אין די הענט און פרעגט מיר אויב איך קען דעסקרייבן מיין דזשאב אין עטליכע ווערטער. איך האב געמיינט אז ס'איז אזא וויץ, מיין באלאבאס וויל זיך אויפטון פאר עפעס א חבר אויפן פאון ווי מעכטיג ער איז. איך האב געענטפערט אומצוויידייטיג, "איך בין דער וואס ציילט די געלט דא…".
הגם ס'איז אמת, ווען ס'איז געווען קעש אין די ביזנעס בין איך געווען באאויפטראגט דערויף. אבער מיין באלאבאס האט אריינגערעדט אין טעלעפאון. "ער דיעלט מיט קליענטן, ער איז א שטיקל טעראפיסט ווען עס ווערט אנגעצויגן אין אפיס. בעיקר טוט ער אין בעק ענד מענעדזשמענט." ער איז ארויס פון מיין אפיס.
איך האב נישט רעגיסטרירט אין מיין מח וואס דא איז געשען, ביז פופצן מינוט שפעטער ווען מיין באלאבאס איז צוריקגעקומען צו מיין אפיס מיט א גרויסע שמייכל, "פון היינט און ווייטער האסטו אן אסעסטענט, ער הייסט דזשעקי, ער גייט דיך יעצט רופן." איך גרויסע נאר האב נישט געכאפט פונקטליך ווער דער דזשעקי איז, אבער איך האב געמאכט דעם חשבון אז אויב איך גיי האבן אן אסיטענט וועל איך זיכער דארפן ארבעטן ווייניגער.
אבער דזשעקי האט מיר טאקע גערופן. און איך האב געכאפט דעם בראך ערשט ווען דזשעקי האט אנגעהויבן רעדן מיט א גראבע אינדיאנע אקצענט.
דזשעקי האט פרובירט צו שפילן מיין בעסטע חבר פאר די ערשטע פאר מינוט, און איך האב געזען אויפן סקרין אז מיין באלאבאס האט - צום ערשטן מאל אין די עלף יאר וואס איך ארבעט ביי אים - אויפגעהויבן זיין טעלעפאון מיטצוהאלטן די געשפרעך.
פארלוירן און דערשראקן האב איך ארויסגעמורמלט צו דזשעקי אז איך בין זייער פרייליך צו ארבעטן מיט אים, אבער איך בין יעצט פארנומען און איך גיי אים צוריקרופן שפעטער רעדן. ביי דעם שטאפל בין איך שוין געווען זיכער אז זיין עכטע נאמען איז נישט דזשעקי, דאס איז בלויז א שיין קלינגעדיגע נאמען וואס מען האט אים געגעבן אז ער זאל זיך הערן מער היימיש.
אבער, נאך בעפאר איך האב געקענט אראפלייגן, האט מיין באלאבאס אריינגעלאגט אין מיין סקרין און עס גע'שעיר'ט מיט דזשעקי. מיין באלאבאס האט מיך אריינגערופן און געלאזט וויסן מיט א נידעריגע שטימע אז דזשעקי וועט פון היינט און ווייטער מיטהאלטן אלע מיינע פאון קאלס און אויך קענען זען מיין סקרין צו יעדע צייט.
פון יענע מאמענט און ווייטער איז יעדע מינוט פון מיין ארבעט געווארן דאקומענטירט, דורך דזשעקי. יעדע אימעיל וואס איך האב געשיקט איז דורכגעקוקט געווארן דורך דזשעקי, יעדע פאון רוף וואס איך האב געמאכט, האט דזשעקי מיטגעהאלטן. ווען איך האב פרובירט צו רעדן אידיש אינמיטן פון א פאון קאל, האב איך באקומען פון מיין באלאבאס א מעסעדזש אויף מיין פריוואטע סעלפאון אז איך זאל מיטארבעטן און נישט שטערן די וואוקס פון די ביזנעס - נאך עלף יאר אריינלייגן מיין לייב און לעבן פאר די הצלחה פון די ביזנעס.
איין פרייטאג נאכמיטאג ווען איך בין אריין צו מיין באלאבאס גריסן גוט שבת, ווי מיין שטייגער פאר די לעצטע כמעט עלף יאר, האט מיר מיין באלאבאס אראפגעלאזט די באמבע וואס איך האב געוואוסט אז עס וועט קומען, אבער ווען עס איז טאקע געקומען האב איך עס געפילט אויף א שטארקערע פארנעם ווי וואס איך וואלט זיך נאר אמאל געראכטן.
איך גיי נישט אריינגיין אין פרטים פון יענע שמועס, ווייל עס מאכט מיר וויינען. אבער איך האב געזען אז זיין אידיש הארץ וואס איך האב געקענט פאר א לאנגע צייט איז פארשוואונדן געווארן, אנשטאט דעם האב איך געזען אויגן וואס גלאנצן פון גרינע בינטלעך געלט, פונקט ווי די באקאנטע געלט עמאדזשי.
ווי דער שטייגער איז, האט ער באוויליגט מיך צו באצאלן חודש לשנה, דאס הייסט אז איך באקומען איין חודש געהאלט פאר יעדע יאר וואס איך האב געארבעט ביי אים. איך האב ארויסשפאצירט פון אפיס און קיינמאל מער נישט איבערגעטרעטן די שוועל. איך האב געשיקט מיינע ברודערס אפנעמען מיינע זאכן, נישט ווילנדיג טרעפן מיינע געוועזענע מיטארבעטער.
פון איין זייט, ווייס איך אז איך דארף גיין טרעפן אן ארבעט צו שפייזן מיין משפחה, פון די אנדערע זייט קומט מיר צו ברעכן ווען איך טרעט נאר אריין אין אן אפיס פון סיי וועם מיט א הויכע פאזיציע פאר אן אינטערוויו, איך ווער פשוט פארלוירן.
די סיבה פארוואס איך האב באשלאסן יעצט אראפצושרייבן מיין דורכגאנג איז ווייל אויב האב איך ביז איצט געמיינט אז איך בין א שלימזל, קומט דאס נישט אן צום שפיץ פינגער וואס איך האב שפעטער איינגעזען.
לעצטע וואך רופט מיר מיין אלטע באלאבאס אן, נאך עטליכע חדשים וואס מיר האבן נישט אויסגעטוישט קיין ווארט. ער לאדנט מיך איין צו אן הכנסת ספר תורה, און זאגט מיר אז אלס זיין ארבעטער פאר אזא לאנגע תקופה האט ער מורא'דיגע הכרות הטוב פאר די ארבעט וואס איך האב אריינגעלייגט אין די ביזנעס, און איך זאל קומען זיך מיטפרייען מיט די תורה.
איך האב גענומען די קוראזש און אים געפרעגט ווען ער האט געלאזט שרייבן א ספר תורה, דורכאויס אלע יאר געדענק איך נישט אז ער זאל האבן גערעדט עפעס וועגן אזא זאך.
ער האט מיר געענטפערט אומפארשעמטערהייט אז יעצט נאך פסח האט ער געזען אז ס'איז דא מער געלט אין די ביזנעס ווי געווענטליך און ער האט באשלאסן אז לכבוד שבועות, יום מתן תורה, וויל ער אריינגעבן א ספר תורה אין זיין לאקאלע בית המדרש און ער האט געקויפט א פארטיגע תורה גרייט אריינצוגעבן. ער האט מיך איינגעלאדענט צום סעודה לכבוד התורה, צולייגענדיג אז "יעדער" וועט דארט זיין.
איך גרויסע חכם האב געלייגט אלע געפילן אין די זייט, אנגעטון די שטריימל בעקיטשע און געקומען. און געווארן שאקירט זיך צו טרעפן זיצן ביי א טיש פון מיינע אלטע קאלעגעס, און הערן פון זיי אז דער באלאבאס האט זיי אלע אויפגעזאגט אין די וואכן נאך מיר. אלס דער ערשטער צו פליען האב איך פשוט נישט מיטגעהאלטן אז מיין באלאבאס האט געטראפן נאך עטליכע "דזשעקי'ס" און פשוט און גראד אויפגעזאגט דעם גאנצן שטאב און צוגעמאכט די גאנצע אפיס.
און בשעת מעשה שטייט מיין באלאבאס ביים פאדיאום און גיבט אן אראטארישע רעדע מיטן הויכהילכער אין די הענט. "מיר דאנקן דעם אייבערשטן יעצט ביים מסיבה אז מיר זענען אידן, און מיר קענען טון די מצות וואס שטייט אין די הייליגע תורה וואס מען האט יעצט אריינגעגעבן. מיר וועלן אלע נאכאמאל מקבל זיין די תורה יעצט שבועות." איך האב זיך אנגעהויבן שטיקן פון טרערן בשעת'ן זיצן דארט ביים מעמד.
ווערטער זענען איבעריג. מיין באלאבאס האט פשוט געשיקט עטליכע משפחות הונגערן כדאי זיך צו אנפולן די טאשן. איך וויל פארשטיין. דאס הייסט א איד? אזוי שטייט אין די תורה? דו האלזסט די תורה, אדער דזשעקי?
וואו איז דיין הארץ? אפצוזאגן א גאנצע פלאטע פון אידן פאר נאך אפאר דאלער? וואס איז דיין חשבון. דו האלטסט אז דער באשעפער וועט דאס צולאזן?
נאר דער אייבערשטער פארשטייט מיין צער. און ער וועט נישט לאזן אז אפאר פירמע'ס מיט שיין קלינגעדיגע נעמען וואס טון "רימואט סטעפינג". (ליין: אפזאגן אידישע ארבעטער) זאלן ווייטער קענען טון אזא געמיינע זאך. איך וויל נישט בארעדן אידישע קינדער, ממילא וועל איך מיך אפשטעלן דא.