איך פאסט און קלאג
געפאוסט: מיטוואך יולי 15, 2026 5:18 pm
איך פאסט און קלאג
איכה, קינות איך זאג
מיט טרערן איך פלאג
אין דעם ביטערן טאג
א בליק
צוריק
דארט ווייט
געווען
געשען
יענע צייט
אמאל
ישראל
געלעבט
אידן
חסיד'ן
דערהעיבט
א הויז
נישט בלויז
פארהאנקט
צו גאט
ס'האט
באלאנגט
פאסירט
געפירט
פייער
צובראכן
פארשוואכן
זייער
איך פאסט און קלאג
איכה, קינות איך זאג
מיט טרערן איך פלאג
אין דעם ביטערן טאג
זינט דאן
פארהאן
פראבלעמען
פרעגן
דערוועגן
פון וועמען?
די שעה
ס'נישטא
ווי אמאל
די רייכע
יעצט שוואכע
ס'שמאל
מעסטן
מיט טעסטן
ס'שווער
ווייל צרות
וואר איז
דא מער
א קלארע
הבהרה
מ'זוכט
די מוחות
אזוי אויך איז
גע'דיכט
איך פאסט און קלאג
איכה, קינות איך זאג
מיט טרערן איך פלאג
אין דעם ביטערן טאג
עטוואס
וועט דאס
ציכטיגע
שטראלן
פאלן
ליכטיגע
ווען
זעהן
מיר וועלן?
זיס
אויפן פיס
שטעלן
באנייען
באפרייען
פון קלעם
ערפילן
די ווילן
פון השם
מיט נשרים
איבער גשרים
שפרינגען
פרייד פולע
ניגוני גאולה
זינגען
קיין פאסט קיין קלאג
איכה מיט שמחה כ'זאג
מער קיין טרערן פלאג
אט קומט שוין דעם טאג!
איכה, קינות איך זאג
מיט טרערן איך פלאג
אין דעם ביטערן טאג
א בליק
צוריק
דארט ווייט
געווען
געשען
יענע צייט
אמאל
ישראל
געלעבט
אידן
חסיד'ן
דערהעיבט
א הויז
נישט בלויז
פארהאנקט
צו גאט
ס'האט
באלאנגט
פאסירט
געפירט
פייער
צובראכן
פארשוואכן
זייער
איך פאסט און קלאג
איכה, קינות איך זאג
מיט טרערן איך פלאג
אין דעם ביטערן טאג
זינט דאן
פארהאן
פראבלעמען
פרעגן
דערוועגן
פון וועמען?
די שעה
ס'נישטא
ווי אמאל
די רייכע
יעצט שוואכע
ס'שמאל
מעסטן
מיט טעסטן
ס'שווער
ווייל צרות
וואר איז
דא מער
א קלארע
הבהרה
מ'זוכט
די מוחות
אזוי אויך איז
גע'דיכט
איך פאסט און קלאג
איכה, קינות איך זאג
מיט טרערן איך פלאג
אין דעם ביטערן טאג
עטוואס
וועט דאס
ציכטיגע
שטראלן
פאלן
ליכטיגע
ווען
זעהן
מיר וועלן?
זיס
אויפן פיס
שטעלן
באנייען
באפרייען
פון קלעם
ערפילן
די ווילן
פון השם
מיט נשרים
איבער גשרים
שפרינגען
פרייד פולע
ניגוני גאולה
זינגען
קיין פאסט קיין קלאג
איכה מיט שמחה כ'זאג
מער קיין טרערן פלאג
אט קומט שוין דעם טאג!