שעפעלע, איך וויל נישט אז זשאן אדער סטעפאן זאלן ווערן דיינע עלטערן!!
געפאוסט: דינסטאג יולי 14, 2026 2:43 pm
סטעפאן איז געווען אונזער שכן, ער האט געוואוינט קעגן איבער די גאס אין א שיין הויז וואס ער האט זיך געלאזט בויען מיט יארן צוריק.
ער איז געווען גאר א ארנטליכער גוי, מיט א טיפע פארשטאנד און ער האט געגליכן ווען מ'דארף ציקומען צו זיינע טובות, און ער האט טאקע אלעמאל פרובירט ארויסציהעלפן מיט וואס ער האט נאר געקענט.
זיין יונגעלע 'זשאן' איז געווען ממש געראטן אין זיין טאטן, ער איז געווען בערך מיין עלטער, און ער האט שוין אפילו פארשטאנען אז א איד און א גוי האלטן אן א געוויסע ווייטקייט אפילו מ'איז נאנטע פריינד.
אין א ווינטערדיגע פארנאכטס, ס'איז געווען נאך א וואך שווערע חזרה אין חדר,
מיין טאטע קומט אהיים נאך מעריב זיין פנים האט ממש געשיינט,און ער זאגט מיר,
איך האב יעצט געטראפן דיין מלמד אין שול, און ער לויבט דיר אויס אויף דיין התמדה, מידות, ממש א נחת;
איך האב באשלאסן אז איך מוז דיר מיט עפעס ארויסווייזן מיין שמחה, זאג מיר עפעס א גוטע מתנה וואס איך קען דיר קויפן.
צי מיין שמחה איז נישט געווען קיין עק, איך האב גוט געוויסט אז מיין רבי האט מיר נישט אונטערגעשאצט...
און ס'האט מר גוט געשמעקט אזא קאמלימענט נאכדערצו אז ס'איז אמת....
איך זאג פאר מייין טאטן,
אבער דעי בייק וואס איך דארף איז צי טייער, און דו האסט נישט דעי איבעריגע פאר דאללער?
ער ענטפערט מיר,
איך האב אפגעמאכט מיט מאמי, אז אין די נעקסטע פאר וואגן וועט מען אפשפארן יעדע דאללער ביז מ'וועט דיר קענען קויפן א הערליכע מתנה!
ס'איז מיר איינגעפאלן א בליץ,
טאטי, אפשר קען מען בעטן פון סטעפאן ער זאל עס קויפן?
ער וועט זיך זיכער פרייען צו העלפן!
ניין, זאגט מיין טאטע,
ער איז א טמא'נע גוי, ער קען אונז נישט העלפן.
אבער טאטי, ער האט דאך אזויפיל געלט און ער וויל אייביג העלפן.
ער האט אונז אפילו געהאלפן בויען די נייע געיט ארום די פארטש?!
שעפעלע, פאר דיין תורה וויל איך אליין באצאלן, אפילו ס'קומט מיר אן שווער!
דעם קומענדיגן אינדערפרי טרעף איך זשאן סטעפאנס זוהן,
מיט מיין נאאיווקייט דערצייל איך אים אז מיין טאטע וועט מיר קויפן דעי נייע בייק וואס איך דארף אזוי שטארק.
ער זאגט מיר מיט וואונדער,
וואס הייסט? דיין טאטע האט פלוצלינג איבעריגע געלט?
זאג איך אים ניין,
מיין טאטע וועו אפשפארן א פרוטה נאך א פרוטה, ביז ס'וועט זיך צאמזאמלען גענוג.
ער זאגט מיר,
איך וועל פרעגן מיין טאטע אויב ער וויל דיר עס קויפן!
נאך חדר.
מיין טאטע קומט צי מיר און ער פרעגט,
דו האסט גערעדט צי סטעפאן?
ניין. זאג איך אים
און צי זשאן?
ענטפער איך, יא.
שעפעלע, איך וויל נישט אז זשאן אדער סטעפאן זאלן ווערן דיינע עלטערן!!
אויב וועל איך שפירן אז ער נעמט איבער מיין תפקיד,
וועל איך עס אים מוזן איבערגעבן אינגאנצן!
און איך האב אים געזאגט,
טאטי, איך געב דיר קיינמאל נישט אויף!!
------
נאך עטליכע וואכן,
זשאן האט שוין געוויסט אז מיין טאטע גלייכט נישט ווען איך בעט אין טובות...
איך האב אפגעשמועסט מיט אין אז מיר וועלן זיך טרעפן מנחה צייט בערך ווען מיין טאטע איז נישט אינדערהיים....
און אזוי איז אנגעגאנגען א לענגערע זמן,
ווען יעדע מאל איך וויל עפעס האבן מיר זיך געטראפן אויף יענעם אפגעשמועסטן פלאץ, און איך האב געהאט צי וועם זיך צי אויסרעדן, אדער בעטן טובות.
און יעדעס מאל מיין טאטע האט געהערט דערפון איז זיין סטעיטמענט געווען,

--------
דער אייבערשטער קלאגט,
אותי עזבו מקור מים חיים
מיר זענען געגאנגען בעטן הילף פון די פרעמדע אפגעטער....
און ער האט אונז געהאלטן אין איין בעטן.

אבער מיר זענען ווייטער געלאפן באהאלטענערהייט
יא ס'איז געווען א שווערע נסיון
און אונזער טאטע האט נישט געוואלט אויפגעבן זיין תפקיד
אבער מיר האבן דאס אוועקגעווארפן.
יעצט אריינגייענדיג אין די ניין טעג,ווען מיר קלאגן אויף דעם וואס אונזער טאטע האט אונז געמיזט איבערגעבן פאר אונזערע שונאים,
ווילן מיר בעטן פון אונזער טאטן
און איך האב אים געזאגט,
טאטי, איך געב דיר קיינמאל נישט אויף!!
נעם צוריק דיין תפקיד.