בלאט 1 פון 1

געוואלד! מיר זענען אונטער אטאקע!

געפאוסט: זונטאג יולי 12, 2026 6:17 pm
דורך יצחק לעווי
יא! אזויווי איר הערט, מיר זענען אונטער אטאקע!

עס דרייען זיך צווישן אונז גאר געפארפולע עלעמענטן, זיי האבן שוין פיל בלוט פארגאסן, ווי אומזעבארע באשעפענישן קומען זיי און זייען אן חרבנות. די חברה ווייסן נישט קיין אונטערשייד פון גרויס אדער קליין, וועם זיי קענען וועלן זיי טעראראזירן ביז די מענטש קען עס שוין נישט אויסהאלטן.

זיי ארבעטן ספעציעל אין די נאכט שטונדן און דאן טוען זיי אפ זייער שמוציגע ארבעט, אנדעם וואס איינער זאל אויפכאפן זייער אנוועזנהייט. בגפו יבוא בגפו יצא, אזוי שטיל ווי זיי זענען אנגעקומען אזוי שטיל טראגן זיי זיך אפ איבערלאזנדיג נאך זיך א חורבן, נאך איידער איינער באווייזט צו קומען אויף זייערע שפירן יאגן זיי אפ, אזוי געלונגט זיי יעדעס מאל אנצוזייען כאאס.

אסאך פון די חברה זענען אבער אזוי בארבאריש אז זיי שטעלן זיך איין דאס לעבן און קומער גאר אינמיטן העלן טאג, און אן קיין שום פריערדיגע ווארענונג זייען זיי אן טעראר און ווערן גלייך פארשוואונדן. וויפיל יסורים מענטשן גייען דורך, ס'איז אין לשער, אזויפיל אידישע נפשות ליידן זיך צוזאם טאג טעגליך, א שווערע גלות.

פילע עסקנים און איינפלוסערס זענען שוין געבעטן געווארן צו טון איבער דעם, אבער אלע ווי אפגעשמועסט הייבן הענט און זאגן אז זיי אליינס זענען אויך פון די געליטענע. ליידער זענען שוין אסאך קרבנות געפאלן, וויפיל מען פרובירט זיך צוריקצושלאגן קומען זיי צוריק נאך שטערקער פון פריער.

אין א וועלט פון יוסטיץ וואלט מען זיי שוין אלע אומגעברענגט אבער יעדער איינער ליידט אייניג פון זיי, און אלע הייבן הענט ווי צו זאגן אז ס'איז נישטא וואס צו טון. ס'איז צייט אז אונז אליין זאלן עפעס טון, יעדער איינער פון אונז דארף אליינס אנהייבן קעמפן, יעדער האט די זעלבע אחריות, אינאיינעם וועלן מיר ברענגען אן ענדע צו די נידריגע בייזוויליגע עלעמענטן וואס האבן דעם איינע ציל, צאפן אידיש בלוט אן קיין רחמנות!

ס'הערט זיך אפשר נישט רעאליסטיש, אבער ס'איז ליידער א פאקט! זיי זענען נישט עפעס א גרופע אינעם ווייטן מיטל מזרח, זיי דרייען זיך צווישן אונז! אין אונזערע היימען, אין אונזערע בתי מדרשים, געשעפטן, און וואו נישט. זיי קענען טאקע פארשוואונדן ווערן עטליכע חדשים, אבער דאס איז נאר א טאקטיק נישט צו קומען אויף זייערע שפירן, זיי קומען אייביג צוריק און דרייען אן כאאס, די חברה זענען גאר בארבאריש און קימערן זיך נישט איבער קיינעם.

אפילו בשעת'ן שרייבן די שורות בין איך טעראראזירט און צעביסן געווארן פון עטליכע מאסקיטאס!!

Re: געוואלד! מיר זענען אונטער אטאקע!

געפאוסט: זונטאג יולי 12, 2026 6:21 pm
דורך פופציגער
ווער נאך גלייכט מאסקיטא ביסן?...