רבי איד, דו האלטס אידישקייט ביים אומריכטיגן הענטל
געפאוסט: זונטאג יולי 05, 2026 7:08 pm
שלום וברכה...
נאך א צייט אפשניט פון היבש אפאר וואכן אדער גאר חדשים וואס איך האב נישט אריינגעלאגט דא, האט מיר עפעס היינט אנגעכאפט אזא שטיקל בענקעניש צו מיינע אלטע חבירים וידידים דא ביים טישל. איך האב געקלערט אז איך וועל מיך געבן אזא כאפ אריין דא און איך וועל ליינען וואס איך האב אלץ פארפאסט די לעצטע שטיק צייט...
גיי ווייס וויפיל געשמאקע פאוסטס, ארטיקלן, און דיבאטעס איך האב נישט מיטגעהאלטן א דאנק מיין אפווועזענהייט? וואס וואונדערט מיר אבער דאס מערסטע איז, ווי אזוי האט טאקע די וועלט געקענט אנגיין אן דעם וואס איך זאל לאזן הערן מיינע מיינונגען? די וועלט קען דאך אונטערגיין אן מיר! גיי ווייס צו די פארהאנקעטע איראנע סאמעטוכע קומט טאקע נאר א דאנק דעם וואס איך האב מיך נישט געלאזט הערן? טראמפ איז אובד עצות, ער האט פשוט נישט ווער עס זאל אים גיידן! ער קוקט שוין ארויס בכליון ווען נקודות וועט שוין מאכן א סך הכל און געבן קלארע אנווייזונגען איבער די נעקסטע שריט!
און ווער רעדט נאך פון די טועמיה סעמאטוכע? דאס איז זיכער אויך צוליב דעם וואס נקודות איז נישט אין טשארדזש! און צו איז טאקע די צוטיילונג פונעם ברך משה'ס ירושה א טובה? ווער ווייסט?
אפשר....
איז קודם כל וויל איך אייך באגריסן אחי ורעי, סיי די וואס געדענקן מיר, און אזוי אויך די וואס געדענקן מיר נישט צוליב דעם וואס זיי האבן זיך נאר לעצטענס דא איינגעשריבן. איי האופ יו אר אלל דאינג וועל....
קריכענדיג צווישן די הויפענעס רויטע טעמעס, און זיך באגעגענדיג מיט די פארטרויערטע אויגן וואס קוקן צו מיר מיט בענקשאפט און וויינען, "נקודות, ווען וועסטו אונז שוין אפליינען? ווען וועסט שוין אויף אונז קאמענטירן? וואס וועט זיין די עתיד? קיינער קען אונז נישט הענדלען די וועג ווי אזוי דו פלעגסט אונז הענדלען!"
א ווייעך הארץ האב איך דאך פון געבורטס אויס, האב איך זיי נישט געקענט לאזן צו לאנג ווארטן, און מיינע אויגן זענען געפאלן אויף איין ספעציפישע פאוסט. ליינעדיג יענעם פאוסט האבן מיינע פינגער פון זיך אליינס גענומען קלאפן די קי באורד, און נאך עטליכע מינוט האב איך מיך געטראפן שטיין מיט אט די שורות.
איך וויל אנהויבן מט א געשיכטע וואס האט זיך [נישט] אפגעשפילט דעם שבת קודש פרשת פנחס העעל"ט.
ס'איז פרייטאג נאכמיטאג 1:30, איך בין אויפן וועג אהיים פון די ארבעט (יא, איך ארבעט יולי 3 אויך...), א שווערע וואך געווען. גערבעט יעדן טאג 8-9 שעה, טרוד על המחיה ועל הכלכלה כחרס הנשבר. דאס הארץ איז צובראכן, און איך טראכט צו מיר, נקודות, וואס וועט זיין מיט דיר? דו ווייסט טאקע נישט פארוואס א איד איז באשאפן געווארן? די זייגער שטעלט זיך נישט אפ, די טעג רוקן זיך, די יארן לויפן, די בארד בלייבט נישט אלעמאל שווארץ. וואס וועט זיין? וואס איז דיין פלאן? ביסטו דען דא אויף די וועלט צו מאכן געלט? ווען וועסטו טראכטן פון תכלית? ווען וועסטו טוהן עפעס פאר דיין נשמה? דו זעהסט נישט ווי עס גייט דורך א טאג נאך א טאג אן גארנישט? ווען וועסטו זיך אין די הענט נעמען?
די מחשבות זענען צו רוישיג פאר מיר זיך צו קענען קאנצעטרירן אויף די ראוד, איך קען נישט אזוי דרייוון ווייטער, און איך געב מיך א ציה אריבער אין די זייט פון די ראוד און איך ווער פארזינקען אין מיינע מחשבות.
נו, בלייבן אויפן שאלדער איז דאך נישט קיין עסק. א איד איז דאך אויף די וועלט צו מתקן זיין נישט צו קלאגן אויפן עבר, האב איך מיט אן עקשנות אפגעמאכט אז יהיה מה שיהיה וועל איך אויסניצן דעם שבת קודש ווי א איד!
איך ווייס דאך ווי אזוי מיין שיעור זעהט אויס יעדן טאג. אינדערפרי לערן איך טאקע, אבער אזוי אינמיטן לערנען בין איך פארנומען אויספלאנירן די טאג. אלע מיטינגען ווערן געסקעדזשולט ביים שיעור, און וואס די קנאפע שעה יאגט נישט אן ווערט אויסגעארבעט ביי שטילע שמונה עשרה.... און ווידער ביינאכט איז שוין די קאפ בכלל נישט אויפן פלאץ, מען זאגט די ווערטער פון די גמרא נוסח מהרא"ש.... מסכת עירובין קען מען אבער נישט אזוי לערנען, הלכות מבואות דארף ישוב הדעת. איך גיי מקדיש זיין דעם שבת אויף לימוד התורה די מערסטע וואס שייך. איך גיי איבערגיין די בלעטער פון די וואכעדיגע שיעור מיט מתינות, און יעדע רש"י גייט שטימען!
איך הויב מיר אן מסדר זיין די לוח, איך דארף דא אויפקומען מיט כאטשיג 6 שעה אויף מסכת עירובין אליינס, וואס דאס איז חוץ פון וואס איך דארף נאך אויף צו לערנען מיט די קינדער. פון וואו אין די וועלט שאפט מען אזוי פיל צייט?
כאפט זיך אין מיר אריין א געדאנק, וואס וועט זיין אויב אנשטאט שלאפן שבת אינדערפרי ביזן צווייטן סוף זמן קריאת שמע, וועל איך אנשטאט דעם אויפשטיין 5 אזייגער? קומט דאך צו דריי א האלב שעה צו מיין טאג. איז קודם בין איך שוין געדעקט אויף אביסעל מער ווי האלב, און די איבריגע קען איך שוין משלים זיין ערגעץ וואו דורך אויס די לאנגע נאכמיטאג...
אך!! די משוגעים האבן דאך אבער באשלאסן אז זומער דארף מען רוקן דעם זייגער מיט א שעה שפעטער, וואס מיינט אז די זמן הדלקת הנירות איז א געפארפולע קוואדער נאך אכט! דאס מיינט אטאמאטיש אז פאר צוועלף דרייסיג - איינסע בין איך נישט פארטיג מיט די סעודה. ווי אזוי קען איך נאכדעם אויפשטיין 5 אזייגער? עס איז דאך דאך שבת אויף די וועלט, ווי נישט ווי דארף איך דאך אויך אויפכאפן אויף די שלאף פון די גאנצע וואך. בא שבת בא מנוחה.... והשינה משובחת... נו וואס טוט מען דא?
זאל איך מאכן פרי שבת טראכט איך צו מיר? נעה! דאס קומט נישט אין באטראכט! וואספארא פנים וועל איך טראגן? איך בין נישט פון די "אמעריקאנע אידן". איך דאווען מיט א רוזשוואלקע פרייטאג צו נאכטס, איך דאווען נישט מיט קיין טיש בעקיטשע!
אזוי קלערנדיג רוף אין אן מיין שכן -א חסידישער איד- וואס איך ווייס אז ער דאווענט יא יעדע וואך מיט די פריע מנין, און איך הויב אים אן אויספרעגן ווי אזוי די מנין קוקט אויס.
מען זינגט ביי לכה דודי? דער עולם דאווענט מיט די שטריימלעך אויפן קאפ? זענען דא אזעלכע וואס קומען מיט די קארס אדער טעלעפאונס? וועלכע מיני מענטשן דאווענען ביי די מנין? איך בין שאקירט געווען צו הערן אז די דאווענען איז גארנישט אנדערש ווי די געהעריגע מינים. די דאווענען נעמט א געהעריגע שעה און פופצן מינוט. מען זינגט ווארימע חסידשע ניגונים ביי לכה דודי, נישט קארליבאך סטייל. מען שמועסט נישט ביים דאווענען מער ווי ביי די שפעטערע מנינים. אלעס גייט צו מיטן זעלבן דערהויבענקייט ווי די רעגיולער מנינים. ווען מען זאל פארדעקן די פענסטער מיט שווארצע טישטעכער, וואלט מען נישט געוויסן ביי וועלכע מנין מען דאווענט!
נו שוין, האב איך געקלערט צו מיר לאמיר עס אויספראבירן. אלעס האט דאך אן ערשטע מאל. נאך אלעם בעט מיר שוין מיין ווייב א לענגערע צייט אז איך זאל דאווענען פריער. זי פאלט פון די כוחות, די קינדער זענען מיד און מיטשענען, און זי האט נישט קיין כח צו די שפעטע סעודות. נו, לאמיר עס פראבירן איין מאל טראכט איך.
אומר ועושה, איך רוף אהיים און איך זאג מיין ווייב לאמיר עס מאכן אויף פראבע, אונז גיי מיר מאכן די וואך פרי שבת, און מען וועט זעהן ווי אזוי עס ארבעט זיך אויס. צו איר שמחה איז נישט געווען קיין עק, אה! שכח! האט זי אפגעאטעמט. ס'איז צוויי אזייגער יעצט זאגט זי מיר, די גאנצע שבת האב איך שוין אפגעקאכט, די הויז איז ריין, איך האב נישט קיין איינונג וואס איך גיי טוהן די נעקסטע פאר שעה חוץ פון דעם וואס אז ווען די קינדער גייען נאכאמאל שמוציג מאכן גיי איך נאכאמאל דארפן אויפקלינען....
פעסט פאווערד, קוואדער נאך זיבן בין איך געווען אין ביהמ"ד צו זאגן שיר השירים. 7:30 אויפן זייגער האט מען זיך געשטעלט דאווענען מנחה. איך מוז אייך זאגן, איך האב באמת הנאה געהאט. עס האט מיר אנגעהויבן באדערן פארוואס איך האב קיינמאל נישט איינגעפירט די סדר. פארוואס דארף איך מיך מיטשענען זיך צו האלטן די אויגן אפען ביי לכה דודי? וועמען האט געשטערט אז איך דאווען פרי? פארוואס האב איך אלעמאל געמיינט אז די פריע מנינים זענען אמעריקען סטייל, עס קומען אן צען גראבע אידן מיט טיש בעקישטעס, און כיפערן אפ א דאווענען און 35 מינוט?
בקיצור המעשה, צען צו ניין בין איך געווען אינדערהיים. און אנשטאט אהיים קומען צו אן אויסגעקלאפטע ווייב, און [משוגענע] קינדער, בין איך אהיים געקומען צו אן אויפגעלייגטע ווייב, און פרישע שעפערישע קינדער. הערשט יעצט האב איך אנגעהויבן פארשטיין וואס די טייטש פון מתנה טובה יש לי בבית גנזי איז. אהה! שבת קודש!! מקור הברכה!! נישט אומזינסט האט רבי יוסי געזאגט יהא חלקי פון די וואס זענען מקבל שבת פרי! מען האט די זכיה צוצולייגן תוספות שבת מער ווי וואס די תורה האט אונז באפוילן! אההה! מעין עולם הבא!
די שבת סעודה איז געווען א שבת סעודה, אנשטאט דארפן דיעלן מיט מידע קינדער פאר צוויי שעה ווען יעדע צוויי מינוט גיסט זיך אויס א צווייטענס גרעיפ דזשוס, זיצט יעדער אזוי שיין מיט ליכטיגע פענימער. אנשטאט זיך שלאגן ווער עס זיצט נעבן טאטי און ווער נעבן די ליכט וכו' וכו'... זיצן אלע קינדער באחדות מיט א שלות הנפש! א מחיה געווען צו זיצן און פארברענגען מיט די קינדער, און הערן פון זיי וואס זיי האבן געלערנט א גאנצע וואך. א געשמאק געווען צו הערן זייערע שטותים וואס זיי ווארטן שוין א גאנצע וואך צו קענען דערציילן פאר טאטי....
א קוואדער צו עלף האבן מיר אינאיינעם געזינגען שיר המעלות, און פון דארט צום בענטשן, קריאת שמע, און אריין אין בעט...
וישן, ויחלום, והנה דער זייגער קלינגט, עס איז 5 פארטאגס. איך געב א שפרינג ארויס פון בעט, איך גיס אפ נעגל וואסער, איך טוה מיך אן און איך לויף אריבער אין מקוה אין די שול קעגן איבער. איך קום צוריק אהיים און נאך א ווארימע ברכת התורה זעץ איך מיך אריין אין ספרים שטוב מיט א קאווע פאר די נעקסטע פאר שעה...
איין סארט מבוא, נאך א סארט מבוא, איך ווייס פון גארנישט חוץ פון לחי וקורה און צורת הפתח ודלתות! אין מיין קאפ האב איך שוין א גאנצע ליסטע פון זאכן וואס איך דארף אראפשרייבן מוצאי שבת איבער אלע חידושים פון שיטת רב, און אויב האב איך געמיינט נעכטן אז שבת איז מקור הברכה, האב איך הערשט יעצט אנגעהויבן כאפן וואס מקור הברכה מיינט! איין טאג אין די וואך וואס מען ווייסט פון גארנישט חוץ פון באשעפער צו זאגן, די תורה הקדושה, כל כולו רוחני! אודאי איז גוי ששבת חייב מיתה. דאס איז עקסקלוסיוו פאר אידן! וועמענס הארץ עס שטרעבט א גאנצע וואך זיך צו זעהן מיט די שכינה, דעם קומט א שבת!
איך געב מיך א כאפ אויף קוואדער צו ניין, און איך לויף צו צו די צימער ווי מיינע בחורים שלאפן, איך וויל זיי אויפוועקן כאטש צום צווייטן זמן קריאת שמע, אבער, והילד איננו, דער בחור איז נישטא.... די חברה זענען נישט צום געפינען. א מינוט שפעטער הער איך ווי די טיר עפענט זיך, און מיינע צוויי בחורים שפאצירן אריין מיט די נאסע פאות, און מען גרייט זיך צו מעביר סדרה זיין.
איך וואונדער זיך צו מיר אליינס. מיר האט טאקע געכאפט א פרישקייט די וואך, אבער פארוואס ביי זיי? געווענליך דארף איך זיי ארויסרייסן פון בעט, און דא איז טרם יקראוני ואני אענה? אזוי טראכטענדיג ווערן מיינע מחשבות איבעריסען ווען מיין עלטערע בחור רופט זיך אן, "טאטי, עס איז אזוי סאך געשמאקער צו דאוונען פרי פרייטאג צו נאכטס. איך פיל ווי א מענטש, איך בין אויסגערוהט, איך קען גיין מעביר סדרה זיין רואיג. איך דארף מיך נישט יאגן 945 צו כאפן א מקוה. מיין קאפ איז קלאר, און איך פיל ווי איך בין בעל הבית אויף מיין טאג".
יא יא זאג איך אים. איך מיין אז דאס גייט זיין די נייע סדר יעדע וואך. "מסכים!" רופן זיי זיך ביידע אן אינאיינעם...
עס איז האלב צען און איך מאך מיינע טריט צום ביהמ"ד. ברכות איז 945, איך בין פון די עשרה ראשונים. איך בין אין די לופטן. לעילא ולעילא! אוי איז די נשמת געווען א נשמת, ווען פלוצלינג ביי קל אדון געבן זיך מיטאמאל א רוק אן עפעס אזא סארט מענטש וואס איז צווישן א בנש"ק און סתם א ליידיג גייער. הצד השוה אז קיין געהעריגע דזשאב האט ער נישט, אבער קיין בן תורה איז ער אויך נישט.... און איך דערמאן מיך אז פראיגע חאגע ווען איך האב נישט געארבעט, און איך בין נאך געווען אין ביהמ"ד 11 אזייגער איז דער סעמי בנש"ק געווען פארנומען דאס אראפרייסן די פריע מנינים פרייטאג צו נאכטס אלץ "אן אמעריקאנער מנהג", און האט פארגעהאלטן דארט איינעם "היתכן דו דאווענסט פרי? דיין טאטע פלעגט אמאל דאווענען פרי? ער האט נישט געוויסט פון תוספות שבת צו זאגן?"
יא יא... ער האט גרויסע דאגות. אבער בשעת וואס ער איז נאך פארזינקן אין טיפן חלום, לעבן אידן אריין א חיי עולם אין א בלאט גמרא..... אבער דער עיקר איז חלילה נישט דאווענען פרי! זאל די ווייב פאלן פון די נאז, די קינדער זאלן איינשלאפן לעבעדיגערהייט, אבער ער שטייט ווייטער פעלזן פעסט דאווענען פרי איז מנהג אמעריקע!
איי אין יוראפ האט מען אין רוב מקומות געדאווענט פרי? איי אין חז"ל זעהן מען די גרויסקייט פון מקבל שבת זיין פרי? איי אין די ספרי הפוסקים ווערט ברייט אויסגעשמועסט אלע הלכה'דיגה פראבלעמען וואס קען זיך אלץ מאכן מיט עירלי שבת, און אלעס ווערט געלעזט כדי אידן זאלן יא קענען דאווענען פרי? אבער ער איז נישט קיין אמעריקאנער! ער וועט זיך נישט לאזן!
וואס וויל איך דא? יא, איך ווייס אויך אז נישט אלע וואס דאווענען פרי איז טאקע צוליב דעם וואס זיי ווילן טאקע אויפשטיין פינף אזייגער. אמת. און איך ווייס אויך אז נישט אלע וואס דאווענען יא שפעט, שלאפן אריין ביז 9:15. אבער די וואס מאיזה סיבה שפירן זיי אז מען דארף אראפ רייסן די פריע מינים שבת, זאלן מוחל זיין אראפקריכן פון בוים. אידישקייט וועט נישט שוואכער ווערן פון דאווענען פרי שבת, ס'איז אקעי. איך ווייס פונקטלעך וויפיל אידן פון עלטערן דור פלעגן זיצן און לערנען גמרא תוס' שבת אינדערפרי פארן דאווענען.... און איך ווייס אויך וויפיל אידן פון פריערדיגן דור פלעגן איינשלאפן ביי די זופ און נישט געדענקט ביי וועלכע שטיקל פון כל מקדש ער האלט....
און אויב דאווענט א איד פרי פרייטאג צו נאכטס, ווייל ער וויל קענען שלאפן אביסעל לענגער, איז אויך נישט עק וועלט. דער מהרי"ל האט פארשטאנען אז שבת דארף מען שלאפן לענגער אלץ עונג שבת. אבער וואס פארשטייט דען דער מהרי"ל צו א סדרו של שבת? ער איז דאך געווען אן אשכנזישער יעקע.... שוטה דו איינער!
טשיל בראו.... נישט אלעס דארף מען רעדן, אבער פארקויף נישט קיין לאקשען. דו האלטסט נישט אידישקייט מיט די סארט זאכן. מ,וועט שפעטער רעדן איבער דעם מי שמך לאיש, אבער אז דו האלטסט שוין יא אז דו ביסט פאראנטווארטליך אויף צו האלטן אידישקייט, כאפ עס שוין אן ביין ריכטיגן הענטל.
ווי אזוי זאגט יענער? ובזה יצאתי ידי חובתי...
ביי!