בלאט 1 פון 1

שכח אייבערשטער, אין אמעריקע'ס זעלבשטענדיגקייט טאג

געפאוסט: פרייטאג יולי 03, 2026 7:03 pm
דורך חלום חלמתי
ווען מען קוקט צוריק אויף דער געשיכטע פון כלל ישראל, זעט מען אז אידן האבן דורכגעלעבט שווערע צייטן אין פילע לענדער. אין אסאך פלעצער האט מען נישט געלאזט אידן האלטן תורה און מצוות, בויען בתי מדרשים, אדער לעבן רואיג אלס אידן. פילע אידן האבן געדארפט אנטלויפן פון רדיפות און פראגראמען זוכן א זיכער פלאץ וואו זיי קענען דינען דעם אייבערשטן אן מורא.

אן אריינגיין גרינטליך אין היסטאריע, אמעריקע איז געווארן א פלאץ פאר מיליאנען אידן. במשך פון עטליכע דורות האבן אידן געפונען דא א לאנד וואו מען קען לעבן מיט רעליגיעזע פרייהייט. מען קען בויען בתי מדרשין, ישיבות, כוללים, מקוואות, בתי חינוך און אלע סארטן מוסדות התורה. קינדער קענען אויפוואקסן אין א אידישע אטמאספער, לערנען תורה און גיין אויפן וועג פון זייערע עלטערן און זיידעס.

איינער פון די גרעסטע מתנות איז אז יעדער קען דינען דעם אייבערשטן לויט זיין רעליגיע. אידן קענען טראגן א קאפל, א בארד, ציצית און אנדערע סימני יהדות מיט שטאלץ. מען קען פראווען שבת און יום טוב, עסן כשר, און פירן א אידישן שטוב, אן מורא פון רדיפות אדער שטערונגען. נישטא קיין גזירות מלבושים, גזירות צו אנטון א געלע לאטע, גזירות צו אנטון וויידלעך פון חיות. יעדער קען טון וואס ער וויל און וואס אים שמעקט.

אין אמעריקע זענען דא קהילות אין אלע עקן פון לאנד. פון ניו יארק ביז פלארידע, פון ניו דזשערזי ביז קאליפארניע, איבעראל טרעפט מען גרויסע און קליינע קאמיוניטיס, ישיבות, בתי מדרשים, חסד ארגאניזאציעס און גרופע'ס וואס העלפן יעדן איד אין צייט פון שמחה און אין צייט פון נויט. די גאנצע אידישע וועלט איז געווארן אויפגעלעבט צוליב דעם וואס מען האט געקענט בויען מוסדות מיט פרייהייט אין אמעריקע, כמעט נישטא אזא זאך א גרופע אידן אין די וועלט, וואס זאלן נישט נהנה זיין פון אמעריקאנע אידן.

צוזאמען מיט דער רעליגיעזער פרייהייט האט אמעריקע אויך געגעבן גרויסע געלעגנהייטן פאר פרנסה. אסאך אידן האבן מיט שווערע ארבעט און סייעתא דשמיא אויפגעבויט מצליח'דיגע ביזנעסער און האבן געקענט שטיצן זייערע משפחות און העלפן בויען ישיבות, בתי מדרשים און צדקה ארגאניזאצי'ס. דאס האט געברענגט אז די תורה וועלט זאל קענען וואקסן און זיך אנטוויקלען. מיט גדולי עולם געבוירן און געלערנט אין אמעריקע.

אויך איז וויכטיג צו דערמאנען די חסד ארגאניזאציעס וואס זענען אויפגעקומען אין אמעריקע. הונדערטער ארגאניזאציעס העלפן קראנקע, יתומים, אלמנות, משפחות אין נויט, און מענטשן וואס דארפן עצה אדער שטיצע. דער גייסט פון חסד איז געווארן א באוואוסטער טייל פון אידישן לעבן אין אמעריקע. בשעת די רעגירונג העלפט ארויס דאס זאל קענען אנגיין.

אידישע שתדלנות אין אמעריקע איז אויף א לעוועל ווי קיינמאל זינט די חורבן בית המקדש. פון אייגענע ווילעדזשעס, ביז די העכסטע אמטן אין לאנד, איבעראל האבן די אידן א ווארט, און איבעראל הערט מען זיי אויס, און איבעראל זענען זיי רעספעקטירט.

דאס מיינט נישט אז אלעס איז גרינג. יעדע מדינה האט אירע נסיונות, און אמעריקע איז נישט קיין אויסנאם. ברוחניות די פרייהייט אין אמעריקע האט געברענגט פרישע איבלען און פרישע נסיונות, וואס די רבנים דאהי שטייען על המשמר צו האלטן וואס ווייטער פון אונזערע בתים נאמנים.

אבער מען מוז אנערקענען אז אונזערע שוועריקייטן בגשמיות זענען כקליפת השום קעגן די שענסטע טעג אין אייראפע צו סיי ווי אין היסטאריע אינטער א בייזע פריץ אדער עפעס א מסור א קעניג צו וואס. די דערמאנונגען וואס די אייבערשטער שיקט אונז אז אינז זענען אין גלות, איז מיט רחמים וחסדים, טראץ דעם וואס די כלל בלייבט אז שבכל דור ודור עומדים עלינו, זעהט מען אבער דא אין אמעריקע ווי די אייבערשטער שיינט אריין אין די לב שרים ומלכים נישט צו צולאזן זאכן זאלן ארויסגיין פון קאנטראל.

ליינענדיג די נייעס, אמעריקע איז אזוי ספוילט, אז אינז קענען זיך אפילו אפרעדן אויף די מלוכה... אין ענגלאנד ווער ס'שרייבט אויף עקס סיי וואס קעגן די לינקע ווערט ארעסטירט, אין פראנקרייך שטארבן מענטשן פאר היץ נאך לינקע קראנקע געזעצן וואס האבן צוריקגעווארפן א לאנד צום מיטלאלטער, אין
אינדיע גייען מענטשן אויס פאר א גלעזל ריינע וואסער, אין אפריקע רודפ'ט די שווארצע מערהייט די ווייסע צווילע בירגער, די אראבישע שאריא געזעצן פארפייניגן די מיטל מזרח איינוואוינער, אבער דא אין אמעריקע פארפילט מען די מענשטליכע געברויך זיך אפצורעדן מיטן שרייען נאו קינגס אין די גאסן... נישטא עפעס אנדערש וואס פעלט..

אין אידיש גערעדט, אין בעלגיע מאכט מען גזירות קעגן מילה און שחיטה, אין א''י איז אפגערעדט וויזוי אידן לעבן דארט, די אידן אין רוסלאנד און אין אוקריינע וואוינען אינטער די שאטן פון טויטליכע באמבעס און א קראנקע עקאנאמיע, די אידן אין אוסטראליע פילן שוין זינט קאוויד ווי די ארטיגע אטאריטעטן וואלטן זיי ווען פארטריבן פון לאנד, נאר זיי שעמען זיך פשוט, און אזוי לאנד נאך לאנד.

די הייליגע תורה לערנט אונז אז מען דארף האבן הכרת הטוב. ווען דער אייבערשטער גיט א מענטש א פלאץ וואו ער קען דינען אים מיט מנוחה, דארף מען דאס אנערקענען און דאנקען. מיר בעטן יעדן טאג אז דער אייבערשטער זאל ווייטער באשיצן כלל ישראל, געבן שלום אין לאנד, און העלפן אז מיר זאלן קענען ווייטער אויפציען אונזערע קינדער לתורה, לחופה ולמעשים טובים, און פטור ווערן פון די גזירות החינוך דא אין ניו יארק. וואס ווייטער, ווי נאך אין די וועלט האבן בכלל די אידן א מיינונג אריינצורעדן אין די געזעץ ביכער...?

מיר זענען מתפלל אז דער אייבערשטער זאל ווייטער שענקען ברכה והצלחה פאר כלל ישראל וואו זיי געפינען זיך, און אז מיר זאלן אלע זוכה זיין בקרוב צו דער גאולה השלמה, במהרה בימינו, אמן, און מיר דאנקען השי''ת פאר די גאלדענע אמעריקע, די לעצטע סטאנציע ווי צדיקים האבן עס אנגערופן.

Re: שכח אייבערשטער, אין אמעריקע'ס זעלבשטענדיגקייט טאג

געפאוסט: פרייטאג יולי 03, 2026 7:09 pm
דורך חלום חלמתי
די נושא איז מיר היינט בייגעפאלן ווען איך האב דורכגעקוקט די נייעס פון די וואך. איך ווינדער זיך אז קיינער האט דאס נאכנישט ארויסגעברענגט. קען זיין די עולם האט הערות, וועל איך זיך פרייען צו הערן.

אדערווייל ווער ס'וויל קען עס קאפירן און לייגן ווי ער וויל, אויב געבט מען קרעדיט. איך קען באשטיין צו הערן וואס די עולם האלט