בלאט 1 פון 1

זיין אפן מיט די ווייב

געפאוסט: מיטוואך יולי 01, 2026 7:15 pm
דורך יחזקאל סגל לנדא
דער שיינעם חתונה איז שוין פאריבער, די שבע ברכות 'גרין ביען' פארציע און 'שמח תשמח טאנץ' וואך, אויך. דער שיינעם שטריימל איז שוין פארפאקט הויעך ביז צום קומענדיגער 'ערשטע נאכט יום טוב', און די אכט פענסי שבע ברכות קליידער זאמלען שוין קנייטשן.

נחמי און רבקי וואוינען זיך אין זייער דומפיגער סעמי קעלער סעמי דירה, און פראבירן אנצוהויבן אווערשטעלן די יסודות פאר זייער לאוולי מערידזש.

טעגליך יאגט זי זיך ארויס פון קעלער פיקס גרייט פארן טאג, אום 8:07 גענוי, צו זיין אין צייט ביי איר דזשאב. דער ערשטער טאג האט זי נאך פראבירט אים איידעלערהייט מעורר צו זיין איידערן פארלאזן, אבער זיין אנטווארט אז: א פרוי איז נישט קיין משגיח... איך בין נאך טויט מיעד... איך דארף נאך פינף מינוט... האט איר געלערנט אז עס איז בעסער אין צו לאזן צורוה.

איין טאג, ווען רבקי האט אהיימגעקומען אום 3:25 נאכמיטאג, אראפגייענדיג די שטיגן האט זיך געהערט א אומגעהיימען שטימע. מיט געמאסטענע טריט האט זי נאכגעפאלגט דעם גערויש, ביז זי האט עס אנטפלעקט.

אין שלאף צימער, אונטער א דיקע דאכענע מיט דיזיינער לינען פון די חתונה מאלל, ליגט זיך אין א בערגל איר געטרייער וואוילער מאן שלומי - וואלט שוין כמעט געזאלט זיין צוריק אינדערהיים. און דער בחור פאפט נאך.

מיט אובאהערשענדע אויפברויז, האט זי זיך צולאזט און צושריגן אויף אים: די ביסט א בטלן. א קלאץ. דו טוסט גארנישט מיט דיין טאג...

און דו האסט נאך די חוצפה צו נוצן מיינע אפגעשפארטע פאר דאלער פאר דיינע אינטערעסן!! לעצטע וואך האסטעך געקויפט א גוטשי פאסיק - מיט מיין געלט!
צוויי טאג צוריק האסטו געספאנסערט א בבקיו/גריל/סיום/יארצייט סעודה - מיט קאובוי סטעיקס - מיט מיין דעביט קארטל!

איך דארף דיר נישט האבן. איך רוף שוין מיין טאטע. איך גיי מיר צום רב.

רואיג... רילעקס... בארואיג זיך... זאגט שלומי, זיך רייבענדיג זיינע שלאפעדיגע אויגעלעך. האב איך דיר דען נישט קלאר געזאגט אנהייב פון אונזער מערידזש: “איך האב 'גארנישט' אויף דער וועלט אויסער דיר”...

Re: זיין אפן מיט די ווייב

געפאוסט: מיטוואך יולי 01, 2026 9:00 pm
דורך צבי וחמיד
און וואס האט דעיס מיט חב''ד??

Re: זיין אפן מיט די ווייב

געפאוסט: דאנערשטאג יולי 02, 2026 1:14 am
דורך וואוילער
יחזקאל סגל לנדא האט געשריבן: מיטוואך יולי 01, 2026 7:15 pm
► Show Spoiler
נחמי אדער שלומי?

עני וועי, שיינע פוינט, שיין געשריבן!

Re: זיין אפן מיט די ווייב

געפאוסט: דאנערשטאג יולי 02, 2026 1:30 am
דורך יהושע עבד השם
וואוילער האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 02, 2026 1:14 am
יחזקאל סגל לנדא האט געשריבן: מיטוואך יולי 01, 2026 7:15 pm
► Show Spoiler
נחמי אדער שלומי?

עני וועי, שיינע פוינט, שיין געשריבן!
א פארווייטאגטע נושא וד"ל...

Re: זיין אפן מיט די ווייב

געפאוסט: דאנערשטאג יולי 02, 2026 2:54 pm
דורך יענץ מבין
שיינע פוינט, הגם שפעטער אין לעבן ווען די מאן איז דער וואס ברענגט אריין די חיונה, קען אמאל זיין בערך די זעלבע מעשה נאר פונקט פארקערט...

Re: זיין אפן מיט די ווייב

געפאוסט: דאנערשטאג יולי 02, 2026 3:05 pm
דורך ירוחם ממעזיבוז
וואס טאקע פשט אז רוב פעלער גייט עס דעם וועג? זיי זענען נישט מיד? איז טאקע א מאן ביי נאטור אויס מער א מיעדע זאך?

#עסקינג פאר עי פרענד

Re: זיין אפן מיט די ווייב

געפאוסט: דאנערשטאג יולי 02, 2026 4:08 pm
דורך לויטערע וואסער
ירוחם ממעזיבוז האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 02, 2026 3:05 pm וואס טאקע פשט אז רוב פעלער גייט עס דעם וועג? זיי זענען נישט מיד? איז טאקע א מאן ביי נאטור אויס מער א מיעדע זאך?

#עסקינג פאר עי פרענד
זיי ריען זיך אויס אלץ קימפעטארן....

Re: זיין אפן מיט די ווייב

געפאוסט: דאנערשטאג יולי 02, 2026 4:09 pm
דורך עטרת חיים
נחמי/שלומי????

Re: זיין אפן מיט די ווייב

געפאוסט: מוצש"ק יולי 11, 2026 8:31 pm
דורך פרייע פויגל
יחזקאל סגל לנדא האט געשריבן: מיטוואך יולי 01, 2026 7:15 pm דער שיינעם חתונה איז שוין פאריבער, די שבע ברכות 'גרין ביען' פארציע און 'שמח תשמח טאנץ' וואך, אויך. דער שיינעם שטריימל איז שוין פארפאקט הויעך ביז צום קומענדיגער 'ערשטע נאכט יום טוב', און די אכט פענסי שבע ברכות קליידער זאמלען שוין קנייטשן.

נחמי און רבקי וואוינען זיך אין זייער דומפיגער סעמי קעלער סעמי דירה, און פראבירן אנצוהויבן אווערשטעלן די יסודות פאר זייער לאוולי מערידזש.

טעגליך יאגט זי זיך ארויס פון קעלער פיקס גרייט פארן טאג, אום 8:07 גענוי, צו זיין אין צייט ביי איר דזשאב. דער ערשטער טאג האט זי נאך פראבירט אים איידעלערהייט מעורר צו זיין איידערן פארלאזן, אבער זיין אנטווארט אז: א פרוי איז נישט קיין משגיח... איך בין נאך טויט מיעד... איך דארף נאך פינף מינוט... האט איר געלערנט אז עס איז בעסער אין צו לאזן צורוה.

איין טאג, ווען רבקי האט אהיימגעקומען אום 3:25 נאכמיטאג, אראפגייענדיג די שטיגן האט זיך געהערט א אומגעהיימען שטימע. מיט געמאסטענע טריט האט זי נאכגעפאלגט דעם גערויש, ביז זי האט עס אנטפלעקט.

אין שלאף צימער, אונטער א דיקע דאכענע מיט דיזיינער לינען פון די חתונה מאלל, ליגט זיך אין א בערגל איר געטרייער וואוילער מאן שלומי - וואלט שוין כמעט געזאלט זיין צוריק אינדערהיים. און דער בחור פאפט נאך.

מיט אובאהערשענדע אויפברויז, האט זי זיך צולאזט און צושריגן אויף אים: די ביסט א בטלן. א קלאץ. דו טוסט גארנישט מיט דיין טאג...

און דו האסט נאך די חוצפה צו נוצן מיינע אפגעשפארטע פאר דאלער פאר דיינע אינטערעסן!! לעצטע וואך האסטעך געקויפט א גוטשי פאסיק - מיט מיין געלט!
צוויי טאג צוריק האסטו געספאנסערט א בבקיו/גריל/סיום/יארצייט סעודה - מיט קאובוי סטעיקס - מיט מיין דעביט קארטל!

איך דארף דיר נישט האבן. איך רוף שוין מיין טאטע. איך גיי מיר צום רב.

רואיג... רילעקס... בארואיג זיך... זאגט שלומי, זיך רייבענדיג זיינע שלאפעדיגע אויגעלעך. האב איך דיר דען נישט קלאר געזאגט אנהייב פון אונזער מערידזש: “איך האב 'גארנישט' אויף דער וועלט אויסער דיר”...
:lol: :lol: :lol: