אז דו וועסט נישט פרעגן וועסטו קיינמאל נישט וויסן...
געפאוסט: דינסטאג יוני 30, 2026 1:14 pm
איך בין זיכער אז יעדער קען די מעשה וואס איז פארשפרייט געווארן נישט לאנג צוריק פון א איד וואס איז אריינגעקומען אין א שטוב ווען ס'מבול'ט וואסער פון אים, ער טראגט א מעיל און ער האלט א שירעם, און איינער פרעגט אים, "האלא, ס'רעגנט אינדרויסן?"... און דער איד איז געוועזן לייק "ניין, איינער האט געשפיגן אויף מיר." (ווער ס'ווייסט ווייסט). אבער איך וויל עס היינט אביסל מער צונעמען...
קומט אריין דער בדחן צום חתונה, מ'האט יעצט געענדיגט בענטשן, ער שפאצירט אריין מיט א זוטשקע, ער נעמט ארויס א מייק, צעטלעך, און שלעפט צו א בענקל, און.. איינער קומט צו צו אים, "אנטשולדיגט, איר זענט די בדחן דא היינט?" וואס זאל ער ענטפערן? "ניין, איך האב א פלעט דא אינדרויסן, איך דארף א בוסט." ?!
שפאציר איך מיר היינט ארום אין גרויסן ביהמ"ד אין קרית יואל, און איך עפן אויף איינע פון די טירן פון די שטיבלעך, שטייען דארט צען-פופצן אידן מיט צוזאמגעלייגטע פיס און קלאפן סלח לנו, מ'שאקלט זיך, און איינער - דער זעלבער איינער - וואקט אדורך אונטער מיר און פרעגט, "וואו האלט מען דא, ביי שמו"ע?" וואס זאל איך ענטפערן? "ניין, די עולם קלאפט דא הושענות.. 'הושענא'." ?!
דער זעלבער איינער קומט אריין צו א ווארט, זיצט דער חתן אויפ'ן אויבן-אן, מיט א נייעם שיינעם שטאפן הוט, שיינע נייע גלעזער, א אויסגעקראצטן בערדל, שיינע רעקל, און ער טיילט ציגארעטלעך, גייט ער צו צו איינעם און פרעגט, "האלא, דער דארט, דעיס איז די חתן?" וואס זאל ער ענטפערן? "ניין, דעיס איז א מומע וואס איז געקומען צופארן פון אנטווערפן זיך משתתף זיין לכבוד די שמחה." ?!
דער זעלבער איינער שטייט אין די גאס ביי א קופקע, און ס'פליט אדורך א אמבולאנס, און ער פרעגט פון זיינע שכנים, "וואס איז דאס? מ'פירט איינעם אריין?" וואס זאל מען ענטפערן? "ניין, איינער מאכט א שמחה, און ער ברענגט א ריזיגע קעיק, און ער האט עס נישט וואו צו לייגן, ברענגט ער עס אין די אמבולאנס." ?!
דער זעלבער איינער וואקט אדורך א גראסערי, און ס'וואקן מענטשן אריין און ארויס, געהעריג א רשות הרבים, מיט בעגס, וועגעלעך, גייט ער צו צו איינעם און פרעגט, "די גראסערי איז אפן יעצט?" וואס זאל ער ענטפערן? "ניין, די עולם גנב'עט זיך אריין אינמיטן די נאכט, מ'נעמט ארויס אן רשות." ?!
דער זעלבער איינער שטייט ביי א קופקע אין ביהמ"ד, "האסט געהערט, משה האט געכאפט א הארץ אטאקע אינמיטן שחרית." און דער איינער פרעגט, "אזוי? מ'האט אים אריינגעפירט?" וואס זאל מען ענטפערן? "ניין, מ'האט אים געלאזט אויספייגערן אינמיטן בעסמעדרעש, ווער פירט אריין מענטשן פאר א הארץ אטאקע." ?!
איך מיין ס'גענוג מעשיות, ניין? (אדרבה, אויב איינער האט נאך מעשיות זאל ער אריינשיקן צו די רעדאקציע פון 'פאלשע בארד'), אבער פארוואס פארצייל איך עס אייך? פלעגט די רבי ז"ל זאגן "ווייל איך וויל איר זאלט עס וויסן." נו פארוואס? אה, וועגן מיין אייגענע עקספיריענס...
אין מיינע אינגע יארן פלעג איך - ווי אסאך בחורים - ארבעטן ביי די שמות טרעקל אין קרית יואל, שוין, זיץ איך איין יאר דארט אין בעק אויפ'ן טרעקל, און הונטער מיר אויפ'ן דאך פונעם יוהאל טראק איז אראפ געהאנגען א ריזיגע ווייסע סיין מיט רויטע אותיות און גרינע נקודות (אדער פארקערט, געדענק איך שוין נישט) און ס'איז געשטאנען אין ריזיג "שמות".
קומט צו איינער - יא, דער זעלבער איינער - און פרעגט מיך מיט פלאטשיגע תמימות, "דא געבט מען שמות?" נו, זאגט'ס מיר טייערע ליינער, וואס זאל איך אים ענטפערן???