בלאט 1 פון 1

שמועס ארום די בילדער כאפעריי ביי אדמורי"ם ורבנים

געפאוסט: פרייטאג אוגוסט 04, 2023 11:27 am
דורך סאטמערע שוויצער
אזויווי די בחצרות הקודש אפטיילונג איז מען לעצטענס פארנומען בנוגע כאפן בילדער ביי אדמורים הרבנים שליטא דעריבער ווערט דא געעפנט דעם פרישן אשכול כדי צו קענען ציען ווייטער דעם רעדע קומט אריין מיט אייער מיינונג בנוגע דער גאנצער בילדער געכאפעריי די לעצטערע יארן פארשטייט זיך אויף א נארמאלע און פארשטענדליכע אופן

Re: אלעס ארום די בילדער כאפעריי ביי אדמורים הרבנים

געפאוסט: פרייטאג אוגוסט 04, 2023 11:33 am
דורך יום טוב
סאטמערע שוויצער האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 04, 2023 11:27 am אזויווי די בחצרות הקודש אפטיילונג איז מען לעצטענס פארנומען בנוגע כאפן בילדער ביי אדמורים הרבנים שליטא דעריבער ווערט דא געעפנט דעם פרישן אשכול כדי צו קענען ציען ווייטער דעם רעדע קומט אריין מיט אייער מיינונג בנוגע דער גאנצער בילדער געכאפעריי די לעצטערע יארן פארשטייט זיך אויף א נארמאלע און פארשטענדליכע אופן
דער עולם האט הנאה פון די בילדער

Re: אלעס ארום די בילדער כאפעריי ביי אדמורים הרבנים

געפאוסט: פרייטאג אוגוסט 04, 2023 11:35 am
דורך פלוני אלמוני
התינח ווען די בילדער כאפעריי וואלט געווען אויף א נארמאלע פארשטענדליכע אופן... אבער ווען די זאך מעיקרא גייט אריבער אלע נארמאלע מענטשליכע גבולים איז שווער צו זאגן א מיינונג דערויף...

למעשה אבער סוכ"ס האט מען מער יא הנאה פון די בילדער ווי נישט, נאר אויף די רבנים אליין איז א רחמנות צומאל..

Re: שמועס ארום די בילדער כאפעריי ביי אדמורי"ם ורבנים

געפאוסט: פרייטאג אוגוסט 04, 2023 12:28 pm
דורך דער פאטעטע מייסטער
די אמת איז אז אזוי יעדע ביזנעס טרייט צו איבערקומען זיין קאמפעטישען איז אזוי אויך ביי די בילדער
סאיז געווארן א גאנצע ביזנעס ס’דא קאמפאטישען און יעדער טרייט צו האבן מער ווי דעם צווייטן און שנעלער ווי דעם צווייטן דאס איז גורם אז מ’קוקט נישט אויף די מענטשליכקייט און ריספעקט וואס מ’דארף ווען האבן
100% אז דער גורם דערצו איז קאמפעטישען ווען ס’איז ווען נישטא קיין קאמפעטישען גלייב איך נישט אז ס’וואלט געווען אזוי ווי סאיז יעצט

Re: שמועס ארום די בילדער כאפעריי ביי אדמורי"ם ורבנים

געפאוסט: פרייטאג אוגוסט 04, 2023 2:02 pm
דורך אסמכתא בעלמא
ס'דא צוויי עקסטערע זאכן.

ס'דא די רבישע בילדער מאגאזינען (און פון זיי צו די צייטונגען) וואס זיי האלטן אויף פאטאגראפירער. איך מיין אז ביי זיי איז עס נישט אזוי אבוויעס אז יעדע ריר ווערט אויפגעכאפט, ווייל דער פאטאגרעפער האט דאך וואו צו לויפן נעקסט, ער איז נישט ביזי מיט איין מענטש ביים מאכן די פיאות ווי ביי צינדן ליכט.

ווידער איז געווארן א נייע זאך, חצירות וואטסעפפ גרופס, פון ספעציפישע רבנים. דאס איז בחורים (טייל פאר די חתונה און טייל שוין יארן נאך די חתונה..) וואס האבן אזא לעבנס מיסיע צו זיין דער ערשטער און גרעסטער צו פאוסטן יעדע ריר פון זיין חצר.

די צווייטע איז א מער נייע אנשיקעניש, ובפרט אין די חצירות וואס אויף דעם אליינס איז דא א קאמפאטישן פון 2 אדער 3, און דארט איז דער מצב ממש ביים שטאפל פון עקלדיג.

און, שוין.

Re: שמועס ארום די בילדער כאפעריי ביי אדמורי"ם ורבנים

געפאוסט: פרייטאג אוגוסט 04, 2023 2:25 pm
דורך איך זיך וואס צו טוען
יא כאפן בילדער אדער נישט כאפן
די איקער איז מאך זיכער אז מען זאל נישט זעהן אויפן בילד ווי איינער כאפט א בילד

Re: שמועס ארום די בילדער כאפעריי ביי אדמורי"ם ורבנים

געפאוסט: פרייטאג אוגוסט 04, 2023 3:55 pm
דורך צדיק נסתר
אסמכתא בעלמא האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 04, 2023 2:02 pm ס'דא צוויי עקסטערע זאכן.

ס'דא די רבישע בילדער מאגאזינען (און פון זיי צו די צייטונגען) וואס זיי האלטן אויף פאטאגראפירער. איך מיין אז ביי זיי איז עס נישט אזוי אבוויעס אז יעדע ריר ווערט אויפגעכאפט, ווייל דער פאטאגרעפער האט דאך וואו צו לויפן נעקסט, ער איז נישט ביזי מיט איין מענטש ביים מאכן די פיאות ווי ביי צינדן ליכט.

ווידער איז געווארן א נייע זאך, חצירות וואטסעפפ גרופס, פון ספעציפישע רבנים. דאס איז בחורים (טייל פאר די חתונה און טייל שוין יארן נאך די חתונה..) וואס האבן אזא לעבנס מיסיע צו זיין דער ערשטער און גרעסטער צו פאוסטן יעדע ריר פון זיין חצר.

די צווייטע איז א מער נייע אנשיקעניש, ובפרט אין די חצירות וואס אויף דעם אליינס איז דא א קאמפאטישן פון 2 אדער 3, און דארט איז דער מצב ממש ביים שטאפל פון עקלדיג.

און, שוין.
אמת אסאך מאל גייט עס ארויס פון קאנטראל אבער במציאות ווערן געוויסע פון די בילדער געכאפעריי פון געוויסע חצירות אנגעפירט ע"פ רוב דורך עלטערע בחורים וואס ב"ה זיי זענען ביזי נאר מיט דעם, אין דאס גיבט זיי חיות.
און איך מיין דער עולם (פון יענע קהלות) האבן הנאה...

Re: שמועס ארום די בילדער כאפעריי ביי אדמורי"ם ורבנים

געפאוסט: זונטאג אוגוסט 13, 2023 9:02 pm
דורך farshlufen
דאס איז א חלק פון די עבודה פון די היינטיגע רבי'ס שליט"א, צו ערמעגליכען כשר'ע ענטערטעינמענט פאר'ן ציבור, אין א תקופה ווען די ס'איז דא א סאך איבריג צייט פאר אידן.

Re: שמועס ארום די בילדער כאפעריי ביי אדמורי"ם ורבנים

געפאוסט: מאנטאג אוגוסט 14, 2023 2:34 am
דורך טראפקעלע
א זיסע מעשה.

ר' יאנקעלע פון פשעווארסק איז געווען זייער קעגן בילדער, איז געווען אמאל עפעס א גרויסע מעמד ווי ר' יאנקעלע איז געווען, און א פאטאגריפער האט געמאכט בילדער,
האט ר' יאנקעלע ספעציעל געמאכט מיט זיין הענט אויפן פנים ס'זאל נישט קענען אויסקומען א שיין בילד, דער פאטאגריפער האט פרובירט פון אלע זייטן ס'איז אים אבער נישט געלונגען,
איז ער צוגעגאנגען צו ר' יאנקעלע און אים געזאגט, 'רבי, דאס איז דאך מיין פרנסה!', האט ר' יאנקעלע צוריקגעזאגט, 'און דאס איז מיין פרנסה...'
(פאר די אונגארישע: אז כ'בין א רבי, און כ'לאז מיך נישט כאפן בילדער...)

זי"ע.