בלאט 1 פון 2

וויילדלייף בילדער

געפאוסט: מאנטאג יוני 29, 2026 3:51 am
דורך Think and Thank
איך האב באמתחתי א שיין ביסל בילדער פון באשעפענישן וואס איך האב אליין געכאפט, און היות עס איז כנראה נאך בכלל נישט דא קיין טעמע פאר וויילדלייף בילדער, עפן איך די טעמע צו דינען אלס טעמע כללי סיי פאר בילדער וואס מען האט אליין גענומען און סיי פאר אינטערעסאנטע בילדער וואס מען האט 'גענומען' פון ערגעץ אנדערש... נאר ביטע צושרייבן אויב דאס איז אייגנס אדער נישט.

וזה החלי, מיט א רעד פענדע וואס קוקט ארויס פון זיין באנגעלוי (אייגנס):

Re: וויילדלייף בילדער

געפאוסט: מאנטאג יוני 29, 2026 4:30 am
דורך Think and Thank
נאך אן אייגנס, שטארק פארקלענערט. אין מיינע אויגן קוקט אויס ווי ער וויל זאגן 'דו הערסט אויף מיט דיינע מעשיות?!'

Re: וויילדלייף בילדער

געפאוסט: מאנטאג יוני 29, 2026 5:21 am
דורך Think and Thank
אייגנס - ס'געווען א גוטס!

(דיסקלעימער: איך פארקלענער די בילדער גאר שטארק אז מען זאל קענען זען די גאנצע בילד אויפאמאל אויפ'ן סקרין.)

Re: וויילדלייף בילדער

געפאוסט: מאנטאג יוני 29, 2026 5:22 am
דורך Think and Thank
אייגנס - איך וויל זען איין אינגל זיין א מחוצף!
(עוד יש לומר: no monkey business! אבל באמת גורילע אינו מאנקי אלא עיפ.)

Re: וויילדלייף בילדער

געפאוסט: מאנטאג יוני 29, 2026 5:45 am
דורך Think and Thank
נישט אזא קלארע בילד פון א נקיבה פיקאק (עכט הייסט עס פיהען) מיט אירע נייגעבוירענע קינדערלעך (אייגנס)

Re: וויילדלייף בילדער

געפאוסט: מאנטאג יוני 29, 2026 5:51 am
דורך Think and Thank
צוויי שטיק פונ'ם שניי לעמפערט (אייגנס)

Re: וויילדלייף בילדער

געפאוסט: מאנטאג יוני 29, 2026 1:31 pm
דורך הערשל זעליגסאהן
Think and Thank האט געשריבן: מאנטאג יוני 29, 2026 5:22 am אייגנס - איך וויל זען איין אינגל זיין א מחוצף!
(עוד יש לומר: no monkey business! אבל באמת גורילע אינו מאנקי אלא עיפ.)
דאס איז קעש!!

די בילד מיט ווערבל אילוסטוראציע איז א פערפעקטע מיזוג צו אויסשיסן בקול גדול!

Re: וויילדלייף בילדער

געפאוסט: מאנטאג יוני 29, 2026 7:24 pm
דורך Think and Thank
"א גוטן, כ'קען דיר מיט עפעס העלפן?"

(נארט אמעריקען ריווער אטטער - אייגנס)

Re: וויילדלייף בילדער

געפאוסט: מאנטאג יוני 29, 2026 7:27 pm
דורך Think and Thank
נאך פונ'ם זעלבן בחור:

Re: וויילדלייף בילדער

געפאוסט: דינסטאג יוני 30, 2026 10:50 am
דורך אנדערער
@Think and Thank די בילדער זענען גוט פאר זיך אבער דיינע קאמענטארן מאכט עס דרייפאכיג

Re: וויילדלייף בילדער

געפאוסט: דאנערשטאג יולי 02, 2026 12:40 pm
דורך Think and Thank
אנדערער האט געשריבן: דינסטאג יוני 30, 2026 10:50 am @Think and Thank די בילדער זענען גוט פאר זיך אבער דיינע קאמענטארן מאכט עס דרייפאכיג

איך קען זיך נישט אונטערנעמען עס אנצוהאלטן - נישט ביי אלע בילדער קומט אויפ'ן געדאנק אזא קעפל...

נעם א ביישפיל אזא בילד (אייגנס), וואו מען זעט מר. און מרס. קארדינאל אינאיינעם אויף א שפאציר:

Re: וויילדלייף בילדער

געפאוסט: זונטאג יולי 05, 2026 12:02 am
דורך אנדערער
Think and Thank האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 02, 2026 12:40 pm
אנדערער האט געשריבן: דינסטאג יוני 30, 2026 10:50 am @Think and Thank די בילדער זענען גוט פאר זיך אבער דיינע קאמענטארן מאכט עס דרייפאכיג

איך קען זיך נישט אונטערנעמען עס אנצוהאלטן - נישט ביי אלע בילדער קומט אויפ'ן געדאנק אזא קעפל...

נעם א ביישפיל אזא בילד (אייגנס), וואו מען זעט מר. און מרס. קארדינאל אינאיינעם אויף א שפאציר:
איך האף נישט אין סקווירא שטעטל

Re: וויילדלייף בילדער

געפאוסט: זונטאג יולי 05, 2026 7:55 pm
דורך Think and Thank
א מחיה, די קאנטרי!

(אייגנס (עטליכע שעה אלט), נישט אזוי קלאר)

Re: וויילדלייף בילדער

געפאוסט: זונטאג יולי 05, 2026 8:03 pm
דורך Think and Thank
כ'בין הונגעריג!
(אייגנס)

Re: וויילדלייף בילדער

געפאוסט: זונטאג יולי 05, 2026 8:06 pm
דורך Think and Thank
ר' איד, איר האט אפשר עפעס צו עסן? כ'בין זייער הונגעריג!
(אייגנס)

Re: וויילדלייף בילדער

געפאוסט: זונטאג יולי 05, 2026 8:09 pm
דורך Think and Thank
אריה שאג מי לא ירא!

(אייגנס)

Re: וויילדלייף בילדער

געפאוסט: זונטאג יולי 05, 2026 8:39 pm
דורך Think and Thank
דער זעהט אויס צו זיין זייער אפן מיט זיין ווייב...
(אייגנס)

Re: וויילדלייף בילדער

געפאוסט: זונטאג יולי 05, 2026 8:40 pm
דורך Think and Thank
האט איר געוואוסט אז א מייזעלע איז בעצם א זיסע באשעפעניש?
(אייגנס - עכט איז עס אן אנדערע סארט ווי די וואס דרייען זיך אין די הייזער)

Re: וויילדלייף בילדער

געפאוסט: זונטאג יולי 05, 2026 10:16 pm
דורך Think and Thank
"א גוטן, מר. פרעזידענט."

(אייגנס - די בילד איז עכט. די פויגל הייסט golden pheasant און זעהט באמת אויס ווי טראמפ סיי מיט די קאליר האר אויפ'ן קאפ און סיי מיט די וועג וויאזוי עס וואקסט. און ניין, איך בין נישט דער איינציגסטער - אדער ערשטער - צו באמערקן די שטוינענדע ענליכקייט.)

Re: וויילדלייף בילדער

געפאוסט: זונטאג יולי 05, 2026 10:33 pm
דורך שינאווער
Think and Thank האט געשריבן: זונטאג יולי 05, 2026 7:55 pm א מחיה, די קאנטרי!

(אייגנס (עטליכע שעה אלט), נישט אזוי קלאר)
וואו דרייסטו דיך?

גוטע סחורה!!!

👍👍👍

Re: וויילדלייף בילדער

געפאוסט: זונטאג יולי 05, 2026 10:43 pm
דורך Think and Thank
שינאווער האט געשריבן: זונטאג יולי 05, 2026 10:33 pm
Think and Thank האט געשריבן: זונטאג יולי 05, 2026 7:55 pm א מחיה, די קאנטרי!

(אייגנס (עטליכע שעה אלט), נישט אזוי קלאר)
וואו דרייסטו דיך?

גוטע סחורה!!!

👍👍👍

אין די זו... (כ'האף דו האסט נישט געטראכט אז כ'האב עס געכאפט אין מיין בעקיארד...)

Re: וויילדלייף בילדער

געפאוסט: זונטאג יולי 05, 2026 11:15 pm
דורך Think and Thank
א שיין בילד געכאפט היינט:

Re: וויילדלייף בילדער

געפאוסט: זונטאג יולי 05, 2026 11:20 pm
דורך Think and Thank
א (זכר) רויטע פאדי (א געווענליכע פויגל אין מאדאגאסקאר) - אייגנס

Re: וויילדלייף בילדער

געפאוסט: זונטאג יולי 05, 2026 11:45 pm
דורך Think and Thank
שוין העכסט צייט צו אנערקענען אז עסן נאר גרינס מאכט נישט דאר...
(אייגנס)

Re: וויילדלייף בילדער

געפאוסט: מאנטאג יולי 06, 2026 10:14 am
דורך Think and Thank
די טאנץ פון עלעפאנט (אייגנס)
DSCN2072.JPG
DSCN2072.JPG (250.27 KiB) געזען געווארן 126 מאל
DSCN2075.JPG
DSCN2075.JPG (237.32 KiB) געזען געווארן 126 מאל
DSCN2076.JPG
DSCN2076.JPG (248.97 KiB) געזען געווארן 126 מאל