דער ליובאוויטש'ער רבי לעבט נאך
געפאוסט: דינסטאג יוני 23, 2026 6:42 pm
דער לופט אין זאל איז היפש געדעכט, מען קען פשוט טאפן די שמחה און התרגשות וואס שוועבט אין די לופט. דער ציבור איז קאלירפול און פארשידענארטיג ביז גאר, פון קליינע פין קאפעלעך און ברוינע שוך ביז שווארצע אנצוגן און רבנישע הוטן, אלע פרייען זיך מיט דער דערהויבענע שמחה פונעם חתן יעקב - מלפנים דזשעק, וואס גרייט זיך אויפצושטעלן א בית נאמן בישראל על אדני התורה והיראה, צוזאמען מיט זיין חשוב'ע כלה שתחיה.
ביי עק פונעם טאנץ פלאר, מיט א טיכל אריינגעשטעקט אינעם קעשענע פונעם ברוינעם אנצוג און א בא'פעדער'טער היטל זיצט זיך אן עלטערן פארשוין. ער קלאפט מיט די הענט צום טאקט פון דעם מוזיק און לעבט דעם שמחה, אבער ער רירט זיך נישט פון זיין ארט.
'גראנדפא'! פארוואס זיצטו אזוי באזייטיגט ביי דיין דזשעק'ס וועדינג?! פרעגט אים אן אייניקל מיט ברוינע לאקן און א קליין געשטריקטן קאפעלע. גראנדפא ענטפערט מיט א גלאטקייט: איך האב היינט אריבער א מעדיקל פרעסידזשער, א 'ברית מילה'. איך טאר נישט טאנצן.
דער ענטפער האט זיך ווילד שנעל פארשפרייט פון איין אויער צום צווייטן. פילע אייניקלעך, באקאנטע און סתם אידן זענען געקומען באוואונדערן און ארויסווייזן שעצונג צום פינעף-און-זיבעציג יעריגער רך הנימול. וואס האט זיך במסירת נפש געלייגט אונטערן צו זיין א טייל פונעם אייביגער-טויזענטע יעריגער בונד, צווישן גאט און זיין ליבער פאלק.
צווישן די פארוואונדערטע פארזאמעלטע האט זיךגעציילט אן עלטערן בעל הבית פון מאנטשעסטער, ענגלאנד. דער איז אזוי ארויס פון די כלים זעענדיג דעם מסירת נפש פונעם זיידע דורכגייענדיג א ברית, האט ער זיך הויעך אנגערופן: איך האב פאר אייך עפעס! יארן צוריק בין איך געווען ביים ליובאוויטש'ער אפנעמען א דאלער. גרייכענדיג דעם רבי'ן האט ער זיך אפגעשטעלט און 'בטעות' מיר געגעבן צוויי דאלאר'ס. איך האלט עס שטענדיג אין מיין בערזל, און יעצט - לזכות דיין העראישער אקט 'וויל איך דיר אוועקגעבן איין דאלער במתנה'...
בומפס... א בהלה איז אנשטאנען אין זאל. דער זיידע פונעם חתן האט גע'חלש'ט אויפן ארט, הארט נאכן באקומען דעם דאלער. נאכן אים דערמינטערן און בארואיגן, האט ער דערציילט וואס האט אים אזוי שטארק איבערגענומען, עד כדי חלשות.
יארן צוריק, איך בין געווען א פרייער פויגל, א תינוק שנשברה וואס האט נישט געהאט קיין שום מיט אידישקייט און פרומע אידן. א חבר האט מיר איבערגערעדט איך זאל קומען מיט אים קיין ברוקלין - טרעפן דעם ליובאוויטש'ער רבי, זאדענדיג אז ער וועט מיר אקצעפטירן וויאזוי איך בין און נישט געבן מוסר.
א וואך דערויף, זונטאג מיטאג: איך שטיי צווישן טויזענטע אידן פארענט פון 770, ווארטענדיג אויף מיין רייע צוצוגיין צום רבי'ן, ווערן געסקענ"ט דורך זיינע טיפע, שארפע דאך ליבליכע אויגן און באקומען א דאלער. דער שורה רוקט זיך פאמעליך, אבער נאך א לאנגע צייט בין איך דארט - פארנט פון אים.
דער רבי שטרעקט אויס זיין האנט מיט א דאלער, און פרעגט מיר עטליכע פערזענליכע שאלות. עס האט זיך אויסגעשטעלט מתוך הדברים אז איך בין ליידער נישט גע'מל'עט.
דער רבי שלעפט צוריק דעם דאלער מיט זיין האנט, קוקט מיר אן און זאגט: ווען דו וועסט מאכן א ברית מילה, וועל איך דיר געבן א דאלער...
איך בין אוועק היפש פארשעמט, אבער טיף אין הארץ האב איך געוויסט אז וואן דעי - וועל איך מאכן א ברית. אבער עס האט זיך אפגעשטופט און פארגעסן געווארן מיט די יארן.
לעצטנס לכבוד מיין פרומע אייניקל'ס חתונה, האב איך זיך דערמאנט מיין ציהל, און באשטעלט א מוהל מומחה. טאקע אינעם יום החופה האב איך אריבער צו זיין א חלק פון דער עם ה'.
און טאקע דעם טאג, האט מיר דער רבי זצ"ל געשיקט 'מיין דאלער' אין האנט אריין...
נו, צו לעבט ער דען נישט?! צדיקים במיתתם קרויין חיים, שמעשיהם הטובים נמשכים ומתקיימים ביתר שאת וביתר עוז.
אפשר דאס מיינט מען מיט דער "יחי אדוננו".