בלאט 1 פון 2

דיין מיינונג בנוגע מאכן שבע ברכות

געפאוסט: זונטאג יוני 21, 2026 12:30 am
דורך דער אויבערהאר
היות ק"ק באבוב איז ארויסגעקומען פאריגע וואך מיט א מודעה חשובה בנוגע עלימינירן דעם גאנצן מושג פון שבע ברכות, וואס איז דיין מיינונג? אפשר איז שוין צייט זיך אויפצווועקן פון די אומזיסטע הוצאות ווען קיינער דארף עס נישט

קומטס אריין

Re: דיין מיינונג בנוגע מאכן שבע ברכות

געפאוסט: זונטאג יוני 21, 2026 12:40 am
דורך יהושע עבד השם
"לִיבָּטֵל וְלֶהֱוֵי הֶפְקֵר כְּעַפְרָא דְאַרְעָא"

Re: דיין מיינונג בנוגע מאכן שבע ברכות

געפאוסט: זונטאג יוני 21, 2026 2:00 am
דורך יהושע עבד השם
און בכלל די גאנצע געדאנק פון בלייבן מיט די ביז יעצטיגע סטאנדערט און אלעס קויפן/מאכן פאר ביליג האט נישט קיין פשט ענדערש אינגאנצען אויסרייסן די זאכן וואס עס פעלט נישט אויס און נאר בלייבן מיט וואס עס מוז זיין ביי א שמחה און דארט יא מאכן אביסל שיין

Re: דיין מיינונג בנוגע מאכן שבע ברכות

געפאוסט: זונטאג יוני 21, 2026 3:09 am
דורך בודקע
שבע ברכות איז נישט קיין מאדע וואס איז געווארן איינגעפירט אין די לעצטע 10 יאר, ס'איז נישט קיין זאך וואס מ'מעג אויסרייסן.
אפשר די וועג וויאזוי עס צו פראווענען מעג מען טוישן אז ס'זאל נישט זיין אזוי טייער, וואס הייסט אבער אויסרייסן אינגאנצן?

Re: דיין מיינונג בנוגע מאכן שבע ברכות

געפאוסט: זונטאג יוני 21, 2026 4:17 am
דורך אנדערער
בודקע האט געשריבן: זונטאג יוני 21, 2026 3:09 am שבע ברכות איז נישט קיין מאדע וואס איז געווארן איינגעפירט אין די לעצטע 10 יאר, ס'איז נישט קיין זאך וואס מ'מעג אויסרייסן.
אפשר די וועג וויאזוי עס צו פראווענען מעג מען טוישן אז ס'זאל נישט זיין אזוי טייער, וואס הייסט אבער אויסרייסן אינגאנצן?
עס איז א מאדע וואס איז געווארן נאך די קריג

Re: דיין מיינונג בנוגע מאכן שבע ברכות

געפאוסט: זונטאג יוני 21, 2026 12:05 pm
דורך בודקע
אנדערער האט געשריבן: זונטאג יוני 21, 2026 4:17 am
בודקע האט געשריבן: זונטאג יוני 21, 2026 3:09 am שבע ברכות איז נישט קיין מאדע וואס איז געווארן איינגעפירט אין די לעצטע 10 יאר, ס'איז נישט קיין זאך וואס מ'מעג אויסרייסן.
אפשר די וועג וויאזוי עס צו פראווענען מעג מען טוישן אז ס'זאל נישט זיין אזוי טייער, וואס הייסט אבער אויסרייסן אינגאנצן?
עס איז א מאדע וואס איז געווארן נאך די קריג
נישט געוואוסט.
וויאזוי פלעגט זיין פארדעם?

Re: דיין מיינונג בנוגע מאכן שבע ברכות

געפאוסט: זונטאג יוני 21, 2026 12:08 pm
דורך שמות
בודקע האט געשריבן: זונטאג יוני 21, 2026 3:09 am שבע ברכות איז נישט קיין מאדע וואס איז געווארן איינגעפירט אין די לעצטע 10 יאר, ס'איז נישט קיין זאך וואס מ'מעג אויסרייסן.
אפשר די וועג וויאזוי עס צו פראווענען מעג מען טוישן אז ס'זאל נישט זיין אזוי טייער, וואס הייסט אבער אויסרייסן אינגאנצן?
דאכט זיך מיר אז נישט מאכן שבע ברכות איז נאך געווען אין די תקנות פון ק"ק פראג ביי די נודע ביהודה.

Re: דיין מיינונג בנוגע מאכן שבע ברכות

געפאוסט: זונטאג יוני 21, 2026 12:18 pm
דורך חוט של חסד
לדעתי איז שבת שבע ברכות א שיינע זאך וואס מעג בלייבן.

די איבריגע דארפן נעקר ווערן מן השורש.

איבריגע אומבא'חנ'טע צאמקומפטן וואס איז לעול ולמשא פאר יעדעם איינעם.

Re: דיין מיינונג בנוגע מאכן שבע ברכות

געפאוסט: זונטאג יוני 21, 2026 12:20 pm
דורך חוט של חסד
בודקע האט געשריבן: זונטאג יוני 21, 2026 12:05 pm
אנדערער האט געשריבן: זונטאג יוני 21, 2026 4:17 am
בודקע האט געשריבן: זונטאג יוני 21, 2026 3:09 am שבע ברכות איז נישט קיין מאדע וואס איז געווארן איינגעפירט אין די לעצטע 10 יאר, ס'איז נישט קיין זאך וואס מ'מעג אויסרייסן.
אפשר די וועג וויאזוי עס צו פראווענען מעג מען טוישן אז ס'זאל נישט זיין אזוי טייער, וואס הייסט אבער אויסרייסן אינגאנצן?
עס איז א מאדע וואס איז געווארן נאך די קריג
נישט געוואוסט.
וויאזוי פלעגט זיין פארדעם?
ס'איז געווען א רבנישע זאך.

פשוטי עם האבן נישט געמאכט קיין שבע ברכות.

און בכלל, א חתונה אינדערהיים האט אויסגעקוקט ווי א שבע ברכות היינט.

Re: דיין מיינונג בנוגע מאכן שבע ברכות

געפאוסט: זונטאג יוני 21, 2026 12:35 pm
דורך יאנטשי
חוט של חסד האט געשריבן: זונטאג יוני 21, 2026 12:20 pm
בודקע האט געשריבן: זונטאג יוני 21, 2026 12:05 pm
אנדערער האט געשריבן: זונטאג יוני 21, 2026 4:17 am

עס איז א מאדע וואס איז געווארן נאך די קריג
נישט געוואוסט.
וויאזוי פלעגט זיין פארדעם?
ס'איז געווען א רבנישע זאך.

פשוטי עם האבן נישט געמאכט קיין שבע ברכות.

און בכלל, א חתונה אינדערהיים האט אויסגעקוקט ווי א שבע ברכות היינט.
ווי א חתונה אין היכל הקודש...

Re: דיין מיינונג בנוגע מאכן שבע ברכות

געפאוסט: זונטאג יוני 21, 2026 12:39 pm
דורך חוט של חסד
יאנטשי האט געשריבן: זונטאג יוני 21, 2026 12:35 pm
חוט של חסד האט געשריבן: זונטאג יוני 21, 2026 12:20 pm
בודקע האט געשריבן: זונטאג יוני 21, 2026 12:05 pm

נישט געוואוסט.
וויאזוי פלעגט זיין פארדעם?
ס'איז געווען א רבנישע זאך.

פשוטי עם האבן נישט געמאכט קיין שבע ברכות.

און בכלל, א חתונה אינדערהיים האט אויסגעקוקט ווי א שבע ברכות היינט.
ווי א חתונה אין היכל הקודש...
ריכטיג.

Re: דיין מיינונג בנוגע מאכן שבע ברכות

געפאוסט: מאנטאג יוני 22, 2026 1:29 pm
דורך שבת קודש
דער אויבערהאר האט געשריבן: זונטאג יוני 21, 2026 12:30 am היות ק"ק באבוב איז ארויסגעקומען פאריגע וואך מיט א מודעה חשובה בנוגע עלימינירן דעם גאנצן מושג פון שבע ברכות, וואס איז דיין מיינונג? אפשר איז שוין צייט זיך אויפצווועקן פון די אומזיסטע הוצאות ווען קיינער דארף עס נישט

קומטס אריין
מאכן א שמחה איז קיינמאל נישט קיין אומזיסטע הוצאה

אזוי אויך איז א שבע ברכות וואס א זיידע מאכט פאר די קינדער אין א הויז נישט קיין גרויסע הוצאה וואס מען דארף מבטל זיין

Re: דיין מיינונג בנוגע מאכן שבע ברכות

געפאוסט: מאנטאג יוני 22, 2026 2:00 pm
דורך יאנטשי
שבת קודש האט געשריבן: מאנטאג יוני 22, 2026 1:29 pm
דער אויבערהאר האט געשריבן: זונטאג יוני 21, 2026 12:30 am היות ק"ק באבוב איז ארויסגעקומען פאריגע וואך מיט א מודעה חשובה בנוגע עלימינירן דעם גאנצן מושג פון שבע ברכות, וואס איז דיין מיינונג? אפשר איז שוין צייט זיך אויפצווועקן פון די אומזיסטע הוצאות ווען קיינער דארף עס נישט

קומטס אריין
מאכן א שמחה איז קיינמאל נישט קיין אומזיסטע הוצאה

אזוי אויך איז א שבע ברכות וואס א זיידע מאכט פאר די קינדער אין א הויז נישט קיין גרויסע הוצאה וואס מען דארף מבטל זיין
ווען יעדער וואס צאלט עס האט ווען די געלט איבריג וואלט מען געקענט דן זיין צו די הוצאה איז איבריג צו נישט, אבער אז למעשה רוב גרעסערע משפחות איז נישט אזוי, איז עס זיכער א איבריגע פלאץ צו שנארן.

Re: דיין מיינונג בנוגע מאכן שבע ברכות

געפאוסט: דינסטאג יוני 23, 2026 1:49 pm
דורך פאלשע בארד
דער אויבערהאר האט געשריבן: זונטאג יוני 21, 2026 12:30 am היות ק"ק באבוב איז ארויסגעקומען פאריגע וואך מיט א מודעה חשובה בנוגע עלימינירן דעם גאנצן מושג פון שבע ברכות, וואס איז דיין מיינונג? אפשר איז שוין צייט זיך אויפצווועקן פון די אומזיסטע הוצאות ווען קיינער דארף עס נישט

קומטס אריין
א דאנק פארן עפענען די נושא.
איז אזוי, אין שלחן ערוך שטייט, "אין די זיבן טעג נאך די חתונה - און די חתונה סעודה איז אין דעם אריינגערעכנט - אויב די חתן כלה עסן צוזאמען, און ס'איז פארהאן דארט א מנין, דארפן זיי נאכן בענטשן מאכן זיבן ברכות, דאס ווערט אנגערופן אין לשה"ק "שבע ברכות"," דאס איז די טרוקענע הלכה וואס דער הייליגער מחבר שרייבט. יעצט, וויאזוי - אויפ'ן באשעפער'ס גרויסן גרינעם ערד-קוגל - איז עס פון דארט (לכאורה נאך די מלחמה ערגעץ) דערקייקלט געווארן צו מאכן טייערע מאלצייטן אין א זאל, און די שבע ברכות זאל - צומאל - קאסטן טייערער ווי די חתונה גאר [!], האב איך נישט קיין אנונג, איז ממילא, מכאן הקריאה יוצאת, "טייערע אידן, 'התורה חסה על ממונם של ישראל', הערטס אויף צו ספענדן געלט ווי מ'דארף נישט." און יא, דאס וואס באבוב האט געטון, איז א גלייכע זאך, און הלוואי זאלן אלע אנדערע 'קהילות הקודש שמסרו נפשם' (צו מאכן שבע ברכות'ן ווען זיי האבן נישט קיין געלט) אויך נאכמאכן די געוואלדיגע תקנה...

נאכמאל, איך מיין נישט קיינעם, איך זאג נאר מיין מיינונג...

Re: דיין מיינונג בנוגע מאכן שבע ברכות

געפאוסט: דינסטאג יוני 23, 2026 4:42 pm
דורך כא כא כא
פארוואס טאנצן ביי א חתונה אזוי לאנג איז יא נארמאל?

די חברים פון די חתן זאלן זיך אויסגעבן אין ישיבה

פאר די משפחה איז איבער גענוג איין שעה טאנצן, אן קיין ברעיק, א האלבע שעה פרייליך א האלבע שעה צווייטע טאנץ, תיכף דערנאך לשנה הבאה.

די גאנצע העלפט וואס די משפחה זעצט זיך שוין אין די זייט.. קען מען אראפ שניידן.

Re: דיין מיינונג בנוגע מאכן שבע ברכות

געפאוסט: דינסטאג יוני 23, 2026 4:46 pm
דורך עטרת חיים
כא כא כא האט געשריבן: דינסטאג יוני 23, 2026 4:42 pm פארוואס טאנצן ביי א חתונה אזוי לאנג איז יא נארמאל?

די חברים פון די חתן זאלן זיך אויסגעבן אין ישיבה

פאר די משפחה איז איבער גענוג איין שעה טאנצן, אן קיין ברעיק, א האלבע שעה פרייליך א האלבע שעה צווייטע טאנץ, תיכף דערנאך לשנה הבאה.

די גאנצע העלפט וואס די משפחה זעצט זיך שוין אין די זייט.. קען מען אראפ שניידן.
דו האלטסט אז דער חתן איז זייער פרייליך צו טאנצן מיט אלע צוגעקומענע געשמאקע פעטערס? טאנצן מיט זיינע חברים איז זיין שמחת החתונה

Re: דיין מיינונג בנוגע מאכן שבע ברכות

געפאוסט: דינסטאג יוני 23, 2026 4:48 pm
דורך יהושע עבד השם
כא כא כא האט געשריבן: דינסטאג יוני 23, 2026 4:42 pm פארוואס טאנצן ביי א חתונה אזוי לאנג איז יא נארמאל?

די חברים פון די חתן זאלן זיך אויסגעבן אין ישיבה

פאר די משפחה איז איבער גענוג איין שעה טאנצן, אן קיין ברעיק, א האלבע שעה פרייליך א האלבע שעה צווייטע טאנץ, תיכף דערנאך לשנה הבאה.

די גאנצע העלפט וואס די משפחה זעצט זיך שוין אין די זייט.. קען מען אראפ שניידן.
סאו איך מיין אז די געדאנק פון מבטל זיין שבע ברכות גייט אז ביי די חתונה וועט מען זיך אינגאנצן אויסגעבן די שמחה (און יא ברודערס און שוואגערס מעגן אוועקגעבן דעי פאר נעכט א יאר ווילאנג מ'ציט נישט ביז די עלות....) און די גאנצע איבריגע וואך זאל נאר זיין די שמחה פאר חתן כלה און מחותנים און זייערער קינדער און זיידעס און באבעס

Re: דיין מיינונג בנוגע מאכן שבע ברכות

געפאוסט: דינסטאג יוני 23, 2026 4:59 pm
דורך Super mario
א חתונה אין הכל הקודש איז שוין צו עקסטרעם (כינור דוד איז געניג ביליג) שבע ברכות איז פלען א שלעפּ עס איז נאר אז די זיידעס זאלן אויך מאכן עפעס פאר די שמחה


(איך בין נייגעריג וויאזוי אליעזר קרויס (ישעי׳ איצקאוויטש)וואלט חתונה געמאכט)

Re: דיין מיינונג בנוגע מאכן שבע ברכות

געפאוסט: דינסטאג יוני 23, 2026 5:00 pm
דורך עטרת חיים
שבת קודש האט געשריבן: מאנטאג יוני 22, 2026 1:29 pm
דער אויבערהאר האט געשריבן: זונטאג יוני 21, 2026 12:30 am היות ק"ק באבוב איז ארויסגעקומען פאריגע וואך מיט א מודעה חשובה בנוגע עלימינירן דעם גאנצן מושג פון שבע ברכות, וואס איז דיין מיינונג? אפשר איז שוין צייט זיך אויפצווועקן פון די אומזיסטע הוצאות ווען קיינער דארף עס נישט

קומטס אריין
מאכן א שמחה איז קיינמאל נישט קיין אומזיסטע הוצאה

אזוי אויך איז א שבע ברכות וואס א זיידע מאכט פאר די קינדער אין א הויז נישט קיין גרויסע הוצאה וואס מען דארף מבטל זיין
מיין מאמע רופט אייביג אן אלע געשוויסטער אז יעדער זאל ברענגען 100 דאלער ווייל די שבע ברכות קאסט איר געווענליך בערך 1000-1500 דאלער
עס איז א איבעריגע הוצאה און היינט ווען יעדער האט אזויפיל שמחות יעדע נאכט + שיעורי תורה, איז עס בכלל נישט קיין פלעזשער פאר קיינעם, מ'קומט ווייל מ'מוז אלץ כיבוד אב וכו'.

Re: דיין מיינונג בנוגע מאכן שבע ברכות

געפאוסט: דינסטאג יוני 23, 2026 11:05 pm
דורך שלא לשמה
אלץ שבע ברכות באטייליגער רבות בשנים שטים איך צו, צו אלעס וואס די עולם זאגט דא
אין מיינע אויגן זענען די בחורים קאזינס די איינציגסטע וואס האבן הנאה פון די פארוויילעכטץ זיך אויסלופטערענדיג פון א לאנגע טאג אין ישיבה (און ממילא אויב לאזט מען נישט די בחורים קומען, שמחה זו למי נעשה)...
איך דערמאן זיך צוריק צו מיינע שבע ברכות ווען איך בין געזעצן די צווייטע זייט מטבע און געווארט און געווארט אז די מידע אויסגעמוטשעטע נעכט זאלן שוין קומען צו זייער באלדיגע ענדע.....

Re: דיין מיינונג בנוגע מאכן שבע ברכות

געפאוסט: דינסטאג יוני 23, 2026 11:35 pm
דורך אינטערן טיש
חוט של חסד האט געשריבן: זונטאג יוני 21, 2026 12:18 pm
די איבריגע דארפן נעקר ווערן מן השורש.

איבריגע אומבא'חנ'טע צאמקומפטן וואס איז לעול ולמשא פאר יעדעם איינעם.
ווי למשל וואס?

Re: דיין מיינונג בנוגע מאכן שבע ברכות

געפאוסט: דינסטאג יוני 23, 2026 11:40 pm
דורך אינטערן טיש
בודקע האט געשריבן: זונטאג יוני 21, 2026 12:05 pm
אנדערער האט געשריבן: זונטאג יוני 21, 2026 4:17 am
בודקע האט געשריבן: זונטאג יוני 21, 2026 3:09 am שבע ברכות איז נישט קיין מאדע וואס איז געווארן איינגעפירט אין די לעצטע 10 יאר, ס'איז נישט קיין זאך וואס מ'מעג אויסרייסן.
אפשר די וועג וויאזוי עס צו פראווענען מעג מען טוישן אז ס'זאל נישט זיין אזוי טייער, וואס הייסט אבער אויסרייסן אינגאנצן?
עס איז א מאדע וואס איז געווארן נאך די קריג
נישט געוואוסט.
וויאזוי פלעגט זיין פארדעם?
די גאנצע חסידישע הנהגה כהיום האט זילטש פון פארן קריג,
באמת נישט קיין נפקא מינה וואס איז געווען פארן קריג,
גיי קיין פייוו טאונס,פלעטבוש,לעיקוואד,טיענעק אדער מאנהעטען,וועסטו זען אז אונזער לייף סטייל איז ריין אמעריקאנעזירט, וואס האט גארנישט מיט אידישקייט !אפגערעדט גארנישט מיט חסידישקייט,
אלעס כמעט קומט פונעם אמעריקאנעם גוי, למחצה שליש ורביע, פיל מער ווי די המון עם מאדערנע אדער ליטווישע פירן זייער לעבן

Re: דיין מיינונג בנוגע מאכן שבע ברכות

געפאוסט: דינסטאג יוני 23, 2026 11:42 pm
דורך אינטערן טיש
יאנטשי האט געשריבן: זונטאג יוני 21, 2026 12:35 pm
חוט של חסד האט געשריבן: זונטאג יוני 21, 2026 12:20 pm
בודקע האט געשריבן: זונטאג יוני 21, 2026 12:05 pm

נישט געוואוסט.
וויאזוי פלעגט זיין פארדעם?
ס'איז געווען א רבנישע זאך.

פשוטי עם האבן נישט געמאכט קיין שבע ברכות.

און בכלל, א חתונה אינדערהיים האט אויסגעקוקט ווי א שבע ברכות היינט.
ווי א חתונה אין היכל הקודש...
ניטאמאל דאס , אפשר די רייכע אידן האבן געמאכט אין א זאל, רוב חתונות האט מען געשטעלט א חופה אין הויף בפניא מליא שבתא ערב שבת נאכמיטאג, און פרייטאג צונאכטס געמאכט א סעודה אינדערהיים פאר די נאנטע משפחה וזה הא

Re: דיין מיינונג בנוגע מאכן שבע ברכות

געפאוסט: דינסטאג יוני 23, 2026 11:45 pm
דורך אינטערן טיש
שבת קודש האט געשריבן: מאנטאג יוני 22, 2026 1:29 pm
דער אויבערהאר האט געשריבן: זונטאג יוני 21, 2026 12:30 am היות ק"ק באבוב איז ארויסגעקומען פאריגע וואך מיט א מודעה חשובה בנוגע עלימינירן דעם גאנצן מושג פון שבע ברכות, וואס איז דיין מיינונג? אפשר איז שוין צייט זיך אויפצווועקן פון די אומזיסטע הוצאות ווען קיינער דארף עס נישט

קומטס אריין
מאכן א שמחה איז קיינמאל נישט קיין אומזיסטע הוצאה

אזוי אויך איז א שבע ברכות וואס א זיידע מאכט פאר די קינדער אין א הויז נישט קיין גרויסע הוצאה וואס מען דארף מבטל זיין
האסט גערעדט צו אלע זיידעס? שטייט דאך קלאר אז די זיידעס קענען עס נישט עפפארדען, און די מחותנים דארפן עס באצאלן ,
די זיידעס וואס האבן די געלט, זאלן קודם ארויס העלפן בייצאלן די חתונה חובות פאר די קינדער עד פ"א , און אויב זענען זיי טאקע נגידים, זאלן זיי טאקע מאכן א שיינע שבע ברכות כאחד הנגידים אווי רבי יואלי לאנדא,
ווארשיינליך רעדט מען דא פון מחותנים וואס מען דארף געבן צדקה געלט חתונה צומאכן ,און מען פרובירט צו העלפן און שניידען שטיקער פון איבריגע הוצאות

Re: דיין מיינונג בנוגע מאכן שבע ברכות

געפאוסט: דינסטאג יוני 23, 2026 11:47 pm
דורך אינטערן טיש
כא כא כא האט געשריבן: דינסטאג יוני 23, 2026 4:42 pm פארוואס טאנצן ביי א חתונה אזוי לאנג איז יא נארמאל?

די חברים פון די חתן זאלן זיך אויסגעבן אין ישיבה

פאר די משפחה איז איבער גענוג איין שעה טאנצן, אן קיין ברעיק, א האלבע שעה פרייליך א האלבע שעה צווייטע טאנץ, תיכף דערנאך לשנה הבאה.

די גאנצע העלפט וואס די משפחה זעצט זיך שוין אין די זייט.. קען מען אראפ שניידן.
עס קאסט מער געלט א שעה טאנצען?