בלאט 1 פון 1

אמעריקע/איראן/מדנ"י - זעסטו אן ענדע?

געפאוסט: מיטוואך יוני 17, 2026 1:02 am
דורך פליט
דא קען יעדער ארויסגעבן זיינע חלומות און דמיונות וויאזוי ער זעהט די גאנצע עפאכע אין דער צוקונפט.

Re: אמעריקע/איראן/מדנ"י - זעסטו אן ענדע?

געפאוסט: מיטוואך יוני 17, 2026 1:13 am
דורך פליט
איך מיין אז אט אט וועט געלונגען פאר עפעס א טיילער ראבינסאן צו אומברענגען טראמפ, און שטייטצעך אז די מוסד שטייט אונטער דעם.

פלעין ווייל עס איז מדינת ישראל'ס מזל אז פינקט יעצט ווען טראמפ האט זיך אויסגעדרייט די ריקן צו זײ, זאל עס געלונגען פאר עפעס א שמויגער, און אלע טאקערס און קענדעס אוענס'ס וועלן האבן פרישע ווארע פאר נאך א יאר.

Re: אמעריקע/איראן/מדנ"י - זעסטו אן ענדע?

געפאוסט: מיטוואך יוני 17, 2026 1:24 am
דורך פשוט און גראד
מ‘דארף זיין אדער א נביא אדער א חכם מחוכם.

ווערסיע 1.
טראמפ איז קאנווינסד אז אמעריקא האט נישט לעת עתה לעוועריזש אפציעס. אפשר אפשר א אינוואזיע מיט א זיראו וויזיע אויף א סוקסעס. דיעלען מיט גלויביגע הארד ליינערס מיט שטיוועל אויף די ערד, אין נאך מיטן אמעריקאנע נוסח ווי וואוילע שעפעלעך.
צוגאב אז די איראנע זענען קליגע אין שטייפע חברה.

איז ער געגאנגען מיטן פארהאנדלען נוסח. אין פארשטייט זיך אז ער ברעכט קאפ אויפצוקומען מיט לעווירידזש אפציעס, וואס ס‘וועט געשעהן אדער יא אדער ניין. ער זיצט אין ווארט אויף אפאר איראנע טעותים.

ער האלט מסתמא אז ער דיעלט מיט זיי מיט כח, נאכן קניידלען די פירערס, נאכן באמבאדירען 15 טויזענט צילען. משא"כ אבאמע בשעתו איז געקומען אלס דזשענטעלמאן.

פארשטייט זיך ער האלט אין האפט אז לכה"פ די נוקלארע מכריקה וועט ער באקומען פון זיי דורך זיין חושעריי אין פעטע נדבות, ממילא איז ער א געווינער.

איך גלייב אויך אז די איראנע רעדן אסאך אנדערשט אינטער די קוליסען, וואס גיט איהם די געפיל אז יעצט איז נייע צייטען מיט זיי.

Re: אמעריקע/איראן/מדנ"י - זעסטו אן ענדע?

געפאוסט: מיטוואך יוני 17, 2026 1:27 am
דורך פשוט און גראד
@פליט

יישכ פאר אלעס, אין א עקסטערע דאנק פאר עפענען די אשכול.

Re: אמעריקע/איראן/מדנ"י - זעסטו אן ענדע?

געפאוסט: זונטאג יוני 21, 2026 3:47 pm
דורך פשוט און גראד
@Think and Thank

וואס האלטסטו?