מיט טרערן אין די אויגן געזעגנען אונז זיך מיין טייערע חבר
געפאוסט: דאנערשטאג יוני 11, 2026 12:07 pm
צו דיר מיין טייערע חבר.
מיט געמישטע געפילן זעץ איך מיך אוועק אפשרייבן אט די עטליכע שורות צו דיר מיין טייער פריינד. מיינע געפילן רוישן, און מיין קאפ פיבערט מיט מחשבות, ווען איך זעץ מיך צום שרייב טישל, און איך נעם די פעדער אין האנט. פון איין זייט איז מיין הארץ איבערגעפילט מיט פרייד אז איך האלט שוין דא נאכן זיך באקענען און אנקניפן אזא טיפע הארץ-צו-הארץ קשר מיט דיר! מיין מח איז פארפלייצט מיט הרגשים נאך די 9 מאנאטן פעריאדע וואס איז האבן אזוי געשמאק פארברענגט אינאיינעם! מיינע ליפן שעפשען קאפיטלען פון געזאנג צום איינעם גרויסן גאט פאר מיר שענקן אזא מתנה ווי דיר, אין פארעם פון אזא נאנטן חבר.
אבער פון די אנדערע זייט גיבט עס מיר א ציפ אויפן געוויסן די מציאות אז אונז גיימיר זיך אט אט דארפן שיידן. אונזער טעגליכע חברותא'שאפט גייט גאר אין נאנטן קומען צו אן ענדע. אונזער טיפע קשר, און כסדר'דיגע פארבינדונג וועט קומען צו א האסטיגן אפשטעל. מיין הארץ וויינט און טרערן מאכן פייכט מיינע אויגן. אבער וואס קען מען דען טאן? די וועלט גייט אן, און אונז דארפן מיטגיין דערמיט. אפי' עס איז שווער. אפי' עס איז אומאנגענעם.
עס איז מיך שווער אראפצוגעבן מיינע געפילן צו דיר מיין טייער'קייט, נאכן פארברענגען מיט דיר די פארגאנגענע 9 חדשים! אבער פטור בלי כלום אי אפשר!
שוין 9 מאנאטן פאריבער זינט מיר האבן זיך באקענט, און נישט אויסגעלאזט קיין איין טאג וואס אונז האבן נישט פארברענגט אינאיינעם און זיך אויסגעשמועסט איינער מיטן צווייטן.
שוין 9 מאנאטן וואס אונז רירן זיך נישט אוועק איינע פונעם אנדערן, און איך ווייס נישט וויאזוי איך האב באוויזן אנצוגיין ביז אונז האבן זיך די ערשטע מאל געטראפן.
אין א יעדע מצב ווי איך האב זיך נאר געפינען האסטו מיך באגלייט, און מחזק געוועהן אנצוגיין! ווי איך בין נאר געגאנגען ביסטו שטענדיג געוועהן מיט מיר! האסט מיך אריינגעבלאזן א חיות אין לעבן! ווען איך האב נאר געהאט א שווערע מינוט האב איך זיך געוואנדן צו דיר, און עס איז מיר אייביג לייכטער געווארן!
אזוי פיל שעות פינעם טאג האבן מיר פארברענגט אינאיינעם! ווען אימער איך בין נאר געוועהן אין דיין געגנווארג האב איך געהאט אן אומבאגרייפליכע הנאה און קורות רוח! ווען אימער אונז זעמיר נאר געוועהן ציזאמען בין איך געווארן גוטמוטיג און אויפגעלייגט!
די ביסט געוועהן גרייט פאר מיך 24 שעה אין טאג 7 טעג א וואך! ווען איך האב דיר נאר געדארפט.
עס קומט מיר אן זייער שווער צו דארפן שרייבן די שורות דיר צו איינמעלדן אז מיר דארפן זיך שייידן אצינד. מיין אויגן איז פייכט פון טרערן, און מיין האלדז שטיקט זיך פאר געוויין ווען איך טראכט אז אונז דארפן זיך צוטיילן נאך אונזער חדשים לאנגע פריינדשאפט.
איך דארף מיך רוקן ווייטער אין לעבן און אונז גיימיר מער נישט האבן די מעגליכקייט צו פארברענגן יעדן טאג ציזאמען.
איך גיב דיר אבער מיין ציזאג אז איך וועל נאך צירוק קומען צי דיר, און זיך צירוק פאראייניגן!
איך טראכט שטענדיג פון דיר, און איך וועל קיינמאל פארגעסן אונזער חברותא'שאפט!
איך גיב דיר מיין הייסע פארשפרעכונג, און איך בעט זיך ביי דיר: הדרן עלך מסכת שבת והדרך עלן. דעתן עלך מסכת שבת ודעתך עלן! לא נתנשי מינך מסכת שבת ולא תתנשי מנן, לא בעלמא הדין ולא בעלמא דאתי!