בלאט 1 פון 1

ברעיקינג: א נייע אייגענע צייטונג דורך ק"ק באבוב

געפאוסט: דאנערשטאג יוני 11, 2026 3:07 am
דורך זלמעלע
היימשע באפער האט געשריבן: מיטוואך יוני 10, 2026 7:56 pm
עס קומען אריין באריכטן אז מ'גרייט זיך ארויסצוגעבן אן אייגענע צייטונג כדי צו האבן היימישע ליין מאטריאל
די ערשטע וועט בעז"ה ארויסקומען די קומענדיגע ר"ח אב הבעל"ט

Re: ברעיקינג: א נייע אייגענע צייטונג דורך ק"ק באבוב

געפאוסט: דאנערשטאג יוני 11, 2026 7:40 pm
דורך היימשע באפער
בעזה וויי נאר עס וועט זיין אפדעיטס ווען מען עס ברענגען

Re: ברעיקינג: א נייע אייגענע צייטונג דורך ק"ק באבוב

געפאוסט: דאנערשטאג יוני 11, 2026 9:55 pm
דורך מאטאווירט
שוין לאנג געטראכט, פארוואס האבן דוקא די סאטמארע אייגענע צייטונגען און קיין איין אנדערע קהלה מאכט עס נישט נאך? כאטש פאפא זאל האבן...

דער אמת איז אבער אז אן אייגענער צייטונג טראגט נישט קיין שום וועליו פאר קיין שום חסידות חוץ סאטמאר, וואס פארמאגט אזויפיל אייגנארטיגע אגענדעס און שיטות.

אזוי אויך, איז מסתם קיין איין חסידות נישט בכח צו אויפהאלטן אן אייגענעם צייטונג... דאס איז אן אונטערנעמונג וואס קאסט אוצרות מיט געלט, און אפילו סאטמאר וואס האט אזוי סאך קאמפאניס אונטער זיך, און פון דעם אליינס קומט אריין אסאך געלט, סטראגלען די סאטמארע צייטונגען אויך.

איז וואס איז דער חשבון פון באבוב? גייען זיי נעמען נדבנים צו פאמפען אפאר מעלאונעס א יאר אין א צייטונג? אויב איז דאס דער פלאן, געזונטערהייט... אבער איך מיין זיי קענען האבן לייכטערע וועגן צו דערגרייכן וואס אימער זיי ווילן דערגרייכן מיט אן אייגענעם צייטונג.

Re: ברעיקינג: א נייע אייגענע צייטונג דורך ק"ק באבוב

געפאוסט: פרייטאג יוני 12, 2026 2:15 am
דורך זלמעלע
מאטאווירט האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 11, 2026 9:55 pm שוין לאנג געטראכט, פארוואס האבן דוקא די סאטמארע אייגענע צייטונגען און קיין איין אנדערע קהלה מאכט עס נישט נאך? כאטש פאפא זאל האבן...
דער אמת איז אבער אז אן אייגענער צייטונג טראגט נישט קיין שום וועליו פאר קיין שום חסידות חוץ סאטמאר, וואס פארמאגט אזויפיל אייגנארטיגע אגענדעס און שיטות.
נאר בעלזא האבן אן אייגענער צייטונג, שוין פערציג יאר אין א צי. און גראדע האבן זיי אוייך
אזויפיל אייגנארטיגע אגענדעס און שיטות.
און דאס ברענג לענ"ד נאך קאפ וייטאג פאר באבוב, וייל באבוב האבן א מסורה צו זיין "גוט מיט יעדן", סאטמארע געשטימט און אגודיסטישע געשטימט צוזאמען, זיי זענען קיינמאל נישט געווען עקסטרעם מיט עפעס אאגענדע, א מין "בתוך עמי אנוכי יושבת" גאנג, און ווען מ'פירט א צייטונג מוז מען דאך נעמען א גוויסע שטעלונג אין פארשידענע האקעלע שאלות העומדות על הפרק.

מסתמא וועלן זיי פראבירן די מערסטע וואס מ'קען צו ברענגען פון אלע מיינונגען און פון אע שיכטן, אבער ס'נישט אזוי גרינג.

Re: ברעיקינג: א נייע אייגענע צייטונג דורך ק"ק באבוב

געפאוסט: פרייטאג יוני 12, 2026 2:51 am
דורך יושע זאב
אינטערעסאנט צו זיי וועלן אנעמען עדס פון שטריימל פירמעס

Re: ברעיקינג: א נייע אייגענע צייטונג דורך ק"ק באבוב

געפאוסט: פרייטאג יוני 12, 2026 7:42 am
דורך שטייפע קוגל
@היימשע באפער האט זיך מסתמא נישט גוט אויסגעדריקט. איך גלייב אז באבוב גייט פשוט ארויסקומען מיט א אייגענע מאגאזין, אזויווי פילע קהילות פארמאגן, אריינגערעכנט סקווירא און נאך. נישט קיין פובליק צייטונג.

נישט מסתבר אז אין די צייט וואס די צייטונגען סטראגלען, און געוויסע האבן זיך אינגאנצן געטוישט צו א מאגאזין, געוויסע האבן זיך טיילווייז געטוישט, און ווער נישט האט זיך טאקע כמעט פארמאכט, זאל באבוב גאר עפענען א פרישע צייטונג, נאך דערצו מיט פיל פיל א קלענערע אלוועלטליכע אויטאמאטישע ליינער באזע.

מ'דארף טוישן די נאמען פונעם קעפל צו 'מאגאזין' אנשטאט צייטונג.

Re: ברעיקינג: א נייע אייגענע צייטונג דורך ק"ק באבוב

געפאוסט: פרייטאג יוני 12, 2026 11:31 am
דורך צאן קדשים
שטייפע קוגל האט געשריבן: פרייטאג יוני 12, 2026 7:42 am @היימשע באפער האט זיך מסתמא נישט גוט אויסגעדריקט. איך גלייב אז באבוב גייט פשוט ארויסקומען מיט א אייגענע מאגאזין, אזויווי פילע קהילות פארמאגן, אריינגערעכנט סקווירא און נאך. נישט קיין פובליק צייטונג.

נישט מסתבר אז אין די צייט וואס די צייטונגען סטראגלען, און געוויסע האבן זיך אינגאנצן געטוישט צו א מאגאזין, געוויסע האבן זיך טיילווייז געטוישט, און ווער נישט האט זיך טאקע כמעט פארמאכט, זאל באבוב גאר עפענען א פרישע צייטונג, נאך דערצו מיט פיל פיל א קלענערע אלוועלטליכע אויטאמאטישע ליינער באזע.

מ'דארף טוישן די נאמען פונעם קעפל צו 'מאגאזין' אנשטאט צייטונג.
א אייגענע מאגאזין האבן זיי דאך שוין (שערי ציון) איבער צוואנציג יאר.

Re: ברעיקינג: א נייע אייגענע צייטונג דורך ק"ק באבוב

געפאוסט: פרייטאג יוני 12, 2026 11:33 am
דורך אגד
מאטאווירט האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 11, 2026 9:55 pm שוין לאנג געטראכט, פארוואס האבן דוקא די סאטמארע אייגענע צייטונגען און קיין איין אנדערע קהלה מאכט עס נישט נאך? כאטש פאפא זאל האבן...

דער אמת איז אבער אז אן אייגענער צייטונג טראגט נישט קיין שום וועליו פאר קיין שום חסידות חוץ סאטמאר, וואס פארמאגט אזויפיל אייגנארטיגע אגענדעס און שיטות.

אזוי אויך, איז מסתם קיין איין חסידות נישט בכח צו אויפהאלטן אן אייגענעם צייטונג... דאס איז אן אונטערנעמונג וואס קאסט אוצרות מיט געלט, און אפילו סאטמאר וואס האט אזוי סאך קאמפאניס אונטער זיך, און פון דעם אליינס קומט אריין אסאך געלט, סטראגלען די סאטמארע צייטונגען אויך.

איז וואס איז דער חשבון פון באבוב? גייען זיי נעמען נדבנים צו פאמפען אפאר מעלאונעס א יאר אין א צייטונג? אויב איז דאס דער פלאן, געזונטערהייט... אבער איך מיין זיי קענען האבן לייכטערע וועגן צו דערגרייכן וואס אימער זיי ווילן דערגרייכן מיט אן אייגענעם צייטונג.
האט נישט באבוב עקזיסטירנדע סוקסעספולע אויסגאבעס?

און אזוי אויך האט דאך בעלז דער המחנה.

איז דען פונדאמענטאל גרינגער צו האבן א מאגאזין ווי א צייטונג?

Re: ברעיקינג: א נייע אייגענע צייטונג דורך ק"ק באבוב

געפאוסט: פרייטאג יוני 19, 2026 2:28 pm
דורך היימשע באפער
ויקרא שמו בישרא' "קהלינו"

Re: ברעיקינג: א נייע אייגענע צייטונג דורך ק"ק באבוב

געפאוסט: פרייטאג יוני 19, 2026 3:25 pm
דורך תורה ויראה
באבוב עפענט אויך א מאגאזין מיט א צייטונג, און איינס גייט פארמאכן די צווייטע???

Re: ברעיקינג: א נייע אייגענע צייטונג דורך ק"ק באבוב

געפאוסט: זונטאג יוני 21, 2026 12:38 pm
דורך היימשע באפער
עס וועט איה זיין חודשליך

Re: ברעיקינג: א נייע אייגענע צייטונג דורך ק"ק באבוב

געפאוסט: זונטאג יוני 21, 2026 4:40 pm
דורך זלמעלע
היימשע באפער האט געשריבן: פרייטאג יוני 19, 2026 2:28 pm
ויקרא שמו בישרא' "קהלינו"
לויט די נאמען קוקט אויס אז ס'גייט פארמאגן נאר היימישע נייעס פון די קהילה, תולדות רבוה"ק,פונעם רבינ'ס הויף וכו'.
און נשט אלגעמיינע נייעס.
קארעקט?

Re: ברעיקינג: א נייע אייגענע צייטונג דורך ק"ק באבוב

געפאוסט: זונטאג יוני 21, 2026 9:00 pm
דורך היימשע באפער
זלמעלע האט געשריבן: זונטאג יוני 21, 2026 4:40 pm

נישט אינגאנצען